בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 11, 2010 12:43 pm
דורך קליקו
ספר מ"צ מאזני צדק וואס די מג"א ברענגט אראפ א גיוואלד מאל
רבי בןציון גאלדמאן ארויסגעבער פון הערליכע מאמרים אין גליונות ערווענט דאס אין זיין מאמר אויף סוכות
א יוד אין פלעטבוש [אוועק אין עקסידענט אחודש צוריק] פלעגט עוסק זיין צאמנעמן עתיקי כת"י האט דאס צאמגעשטעלט מארבע כנפות ארצות לייברעריס, מארבע כתבי ידות
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 3:39 pm
דורך קרעמער
אין חק לישראל (צווייטע האלב פון פרשת ויחי און ערשטע האלב פון פרשת שמות) לערנט מען מוסר פון "דברים שבקדושה", אויף היברו בוקס האבן זיי נישט אזא מין ספר, און אין "בית עקד ספרים" ברענגט ער נאך איין ספר מיט אזא נאמען, אבער ער שרייבט אז דאס זענען תפלות מיוסד פאר די וואס דאווענען נישט בצבור, עפ"י רמ"ע מ'פאנו.
ווייסט איינער וועלכע ספר דאס איז "דברים שבקדושה"?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 4:28 pm
דורך מיללער
אין 'אוצר החכמה' איז אויך נישט פארהאן אזא ספר.
וואס דו קענסט טאן איז נעמען א שורה פון דעם ספר און מיט גענזן פיסליך זוכען אויף היברו-בוקס, און זעהן אפשר האט דער ספר אן אנדערען נאמען.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 4:47 pm
דורך יהיה כן
לענייות דעתי, איז א טעות דער נאמען 'דברים שבקדושה' וצ"ל 'דבר שבקדושה' פון הג"ר אברהם ראובן כ"ץ בעל הילקוט הראובני, עס איז צו געפונען אין היברוי בוקס עטליכע מהדורות
קוק עס איבער הער קרעמער און לאמיך וויסן אויב ס'שטימט
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 4:50 pm
דורך קרעמער
יישר כח מיללער
אבער זיי טרעפן מיר גארנישט
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 4:56 pm
דורך למעלה משבעים
דבר שבקדושה.
----
די עולם האקט אין גרויסן.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 5:05 pm
דורך בןהרחמן
יהיה כן האט געשריבן:לענייות דעתי, איז א טעות דער נאמען 'דברים שבקדושה' וצ"ל 'דבר שבקדושה' פון הג"ר אברהם ראובן כ"ץ בעל הילקוט הראובני, עס איז צו געפונען אין היברוי בוקס עטליכע מהדורות
קוק עס איבער הער קרעמער און לאמיך וויסן אויב ס'שטימט
יאפס עס שטימט די מוסר איז העתק אות באות פון דבר שבקדושה אנגעהויבן פון אות א' א'כילה ושתיה
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 5:09 pm
דורך קרעמער
איך וואלט נישט געזאגט אות באות, אבער דאס איז דער ספר!
יישר כח יהיה כן (איך האב נישט באמערקט דיין תגובה איידער בןהרחמן האט עס ציטירט) און יישר כח בןהרחמן
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 4:45 pm
דורך farshlufen
געוועזן א פסקים ותשובות ספר דערמאנט אין ראשונים בשם "בשר על גבי גחלים" אינו ברור מי חברו ובאיזה תקופה, כהיום ליידער לא זכינו לאורו א חוץ פון איינצעלנע תשובות ופסקים בספרי גדולי הפוסקים.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 5:32 pm
דורך למעלה משבעים
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 5:44 pm
דורך ביקסאד
אין בראנסוויל האט מען נישט געלערנט אדער געהערט פון די גמרא (מגילה ט"ו ע"א)
ואמר ר"א אמר רבי חנינא כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם שנאמר ותאמר אסתר למלך בשם מרדכי ?
ער האט מן הסתם געזעהן די שנירל
ספר "בשר על גבי גחלים".