בלאט 2 פון 6
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 07, 2009 3:09 pm
דורך scy4851
דער ש"ס אפשען איז עפעס מבהיל על הרעיון
מען קלאפט אויס עני דף און עני מסכתא און ש"ס, דערנאך איז דא דארט א קנעפעל 'מפרשים על הש"ס' וויא עס קומט ארויף א ליסט פון מפרשים וואס ווען מען עפענט זיי קומט ארויף דער אויסגעוועלטע מפורש אויפגעמישט צי דעם מסכתא און דף וואז מען האט אויסגעוועלט.
אוויא פארשלאפען האט געזאגט..ממש נישט צי גלייבען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 10:36 pm
דורך קרעמער
היינט האב איך אראפגעלאדנט פון היברו-בוקס אלע 5 בענדער פון ספר שפתי כהן על התורה.
ווייסט איינער אויב דער ספר איז אמאל איבערגעדרוקט געווארן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 11:30 pm
דורך קרעמער
יישר כח!
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 10, 2009 9:42 am
דורך מיללער
א נייע מורא'דיגע אפשען אויף היברו-בוקס איז די עביליטי צט מאכען א חיפוש/סורטש אין יעדן ספר באזונדער.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 10, 2009 9:52 am
דורך farshlufen
מיללער, נעכטן באמערקט, תבא עליו ברכה.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 01, 2009 8:34 am
דורך איטשע
היינט האב מאיזה סיבה שהוא געקפיעט די גאנתע ליסט פון זייערע ספרים, פון א ביז ת אין די ליסטע ביי מיר איז 33435, זיי פראקלאמירן אז זיי האבן39052 ספרים ווייסט איינער ווי די אנדערע5.5 טויזנט ספרים זענען?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 01, 2009 3:25 pm
דורך מיללער
איטשע האט געשריבן:היינט האב מאיזה סיבה שהוא געקפיעט די גאנתע ליסט פון זייערע ספרים, פון א ביז ת אין די ליסטע ביי מיר איז 33435, זיי פראקלאמירן אז זיי האבן39052 ספרים ווייסט איינער ווי די אנדערע5.5 טויזנט ספרים זענען?
איטשע,
נישט אלעס איז שוין געאינדעקסט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 03, 2009 11:02 pm
דורך סעיגען
מען קען שוין זען די ליסטע פון די נייע ספרים פון סעפטעמבער:
http://www.hebrewbooks.org/sep09
היברו בוקס ביי אוצר....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 11:32 pm
דורך יוד איינער
איז אמת אז מען קען באקומען די גאנצע פערציג טויזענט ספרים וואס היברו בוקס האט אויף זייער סייט אויף א הארד דרייוו ביי אוצר דזשודייקא אין וויליאמסבורג, פאר א נישטיגגע הונדערטער, נישט אז א הונדערטער איז נישטיג, אבער פאר די אומגעהויערע צאהל ספרים איז עס ווינציגער ווי א געלעכטער,
אזוי הער איך ווייסט איינער מער דערוועגן ? און צו ס'ארבעט גוט, און צו עס לוינט,, ?
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 25, 2009 10:00 am
דורך farshlufen
נאכנישט נישט געזען ביי אוצר, אבער אזוי האב איך געזען אויף סו"ס, יענע זאגן אז עס איז אויסגעשטעלט גענוי ווי דער סייט.
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 25, 2009 10:35 am
דורך ארעסטאנט
נישט נאר אין אוצר, עס געפינט זיך אין מערערע געשעפטן.
אין ווילאמסבורג איז דער מפיץ ר' מענדל מאיר ב"ר בערל יאקאבאוויטש.
יא! עס איז גענוי אויסגעשטעלט ווי אויפן וועבזייטל, און עס קומט שוין מיט די נייע USB אפשען וואס מאכט דעם פראגראם ארבעטן סאאאך שנעלער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 11, 2010 12:14 pm
דורך hotwire
להודיע, אז די סערטש איז דאס בעסטע אויף היבר-בוקס, ס'איז נישט אזוי יוזער פרענדלי ווי אוצר החכמה, אבל די תוצאות זענען בעסער ביי היברו-בוקס ספעציעל ביי ספרים מיט רש"י אותיות
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 11, 2010 12:20 pm
דורך מיללער
ברוך הבא, הרב הוטוויאר, יהא בואכם לברכה ולהרמת קרן התורה וחסידות בתוכינו.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 11, 2010 12:54 pm
דורך leiby
איך האב פונקט געהאט לעצטענס ווען איך האב געזיכט א געוויסע מין ספר אויף זייער הארדרייוו,
איז ארויף געקימען אז ס'איז דא, נאר ביים אריין גיין אינעם ספר איז ארויף געקימען
"saifer not found"
ווייסט איינער פין דעם?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 11, 2010 3:44 pm
דורך יענער
לעצטענס עפענט זיך עס ביי מיר אויף, יעדע פעידש אין א PDF. וויסט איינער וואס מ'קען טוהן צודעם?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 02, 2010 2:55 pm
דורך בן בוזי
מה יהיה? וואס וועט זיין מיט היברו בוקס? אין די לעצטע פאר חדשים זענען שוין גארנישט צו געקומען (כאילו די אלטע האב איך שוין דורך געלערנט) און ווי אלס-ווייסערס זאגן איז דאס צוליב א געפעכט מיט די אגוח"ח לייברערי. נא וואס וועט זיין?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 02, 2010 3:00 pm
דורך יהיה כן
סיז יא דא פרישע סחורה, נאר דער חכם לייגט אלעס אריין אין די 'בלוג' טעב, כ'ווייס נישט פארוואס
עכ"פ קוק דארט, דאס לעצטע אפדעיט איז פון צוויי וואכן צוריק
אויך ווייסעך נישט אויב די פרישע סחורה דארט איז אינקלאדעט אין די חיפוש
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 02, 2010 3:37 pm
דורך בן בוזי
דאנקע א שעהנס, עס איז טאקע אינטערעסאנט צו באמערקן אז אנדערש ווי ביז יעצט זענען טאקע קיינע פון זיי פון אגוח"ח לייברערי.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 23, 2010 8:45 pm
דורך פרייליכערהייט
איך ווייס נישט וואס איז געשעהן, אבער ווען איך עפן אויף א ספר, לעצטענס איז עס תיכץ מוריד די בלאט, עס דאונלאוד זיך אויטאמאטיש אריין אין קאמפיוטער אריין, ווייסט איינער פארוואס?
איז עס מיינער א נישט גוטער סעטטינג, אדער איז עס א נייער זאך מצדם.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 24, 2010 3:02 pm
דורך יענער
איך האב אויך געהאט דעם פראבלעם, און איך האב ריאינסטאלט אדאובי רידער, און עס האט צוריק אנגעהויבן צו ארבעטן געהעריג.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 10, 2010 10:35 am
דורך farshlufen
א ספעציעלער יישר כך פאר היברו בוקס זז"ג פארן שטעלן- ביים לעצטן אפדעיט דעם ער"ח חשון העעל"ט - צוזאמען מיט ספרי נחמי' חיון שר"י תשובתו בצדו הספר "שבר פושעים" למהר"ם חגיז:
http://www.hebrewbooks.org/44401.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 19, 2010 2:15 pm
דורך farshlufen
א פרישער אפדעיט מיט פיל זעלטענע ספרים:
http://data.hebrewbooks.org/updates/577 ... ev-02.htmlאיין דוגמא, דער דקדוק ספר מקנה אברם זוך איך שוין א לאנגע צייט.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 21, 2010 12:07 am
דורך יהיה כן
דא:
http://bookshelf.co.ilווערט אדווערטייזט עפעס א נייער חיפוש ענזשין פאר היברוי בוקס פאר 350 ש"ח, ווייסט איינער וואס דאס איז, און אויב ס'איז כדאי?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 21, 2010 4:33 pm
דורך בןהרחמן
איך האב שוין א לאנגע צייט ביי איין געוויסע קאמפיוטער וואס איך נוץ אסאך מאל פאר זוכן אויף היברו-בוקס, אז ווען איך דרוק דעם לינק וואס ברענגט ארויף דעם עמוד אינעם ספר וואו עס געפינט דער זאך וואס איך זוך, דאן ווערט מיר נישט גע-היילייט יענע ווארט נאר איך דארף אליין אויפזוכן אויפן גאנצן עמוד וואס ער מיינט מיר צו ווייזן, איך פארשטיי נישט פארוואס דאס איז אזוי, האט דאס צוטוהן מיט די ווערסיע פון אדאבי וואס איך האב אינסטאלירט אין דעם קאמיופטער? אפשר אויב מען האט אינסטאלירט אויך אדאבי אקראבאט דאן כאפט דאס נישט געהעריג?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 21, 2010 5:12 pm
דורך farshlufen
ביי מיר ארבעט עס אויך נישט.