בלאט 1 פון 1

ספר מאמרי מדע וחקירה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2009 11:27 am
דורך מאטעס
צופעליג האב איך לעצטנס געפנט א ספר ביי א מוכר ספרים ישנים, און עס רופט זיך מאמרי מדע וחקירה, דער מחבר הרב שמואל דוד ויינפלד פון קשוי, איז מעיד אויף זיך און די הקדמה אז ער איז א תלמיד פון הרה"ק מגורליץ און פון דעם דרכי תשובה פון מונקאטש,
דער ספר איז איינגעטיילט און מאמרים, וואס יעדער מאמר איז עוסק אין א אנדערע ענין פון די היסטוריה פון תושבע"פ און חז"ל וכדו' ווען דער מחבר קומט אפפרעגן די משכילישע תיאוריות אין די ענינים
ווייסט איינער מער פרטים אויפן מחבר?
האט שוין איינער געליינט אמאל דעם ספר?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 12:23 pm
דורך ריכטיק
דער מחבר איז געווען א גביר און אן איש מכובד אין קאשוי, זייענדיג אן אנגעזעענער מענטש האט ער זיך ערלויבט צו זיין אביסעלע אויפגעקלערט בלע"ז פארשטייט זיך אויף א פרומען אופן.
עס זענען דא פון איהם היינט אייניקלעך א טייל פון זיי אין ניו יארק.
א באקאנטער בעל דרשן אין וויליאמסבורג איז זיינער אן אייניקל (דער לעצטער וועם דו וואלסט געטראכט... )

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 12:42 pm
דורך farshlufen
נו, הרב ישעי' ווייס איז זיין אייניקל, בן בתו.