בלאט 4 פון 354

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 9:00 am
דורך lebediger berel
אז מען רעדט שוין דא פון סייעתא דשמיא, און פון ספרים חדשים שיצאו לאור, וואו האלט דער סייעתא דשמיא אויף וועלכע מסכתות האט ער לעצטנס ארויסגעגעבן, כ'האב אים שוין לאנג נישט געזען אין 53 מיט א נייע באנד

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2009 3:58 pm
דורך איטשע
farshlufen האט געשריבן:כבוד ר' איטשע, א דאנק פאר די הודעה, אבער אויף וועלכע מסכתא?


ווי ווייט איך ווייס, איז ארויס אויף א היבש פאר מסכתות, אבער א גענויע ליסט האביך נישט

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2009 10:19 pm
דורך שטארק זיך
געזען נייער ספר וואס איז ערשט ערשינען:
ספר התקשרות לצדיקים, ג'חלקים
כ'האב נישט קיין צייט געהאט צו פארבלעטערן דערינען, ס'איז מיר נאר געווען א פלא אז עמיצער יאוועט זיך און אונזער דור יתום, ארויסצוגעבן דריי דיקע בענדער אויף דעם נושא.
אויב עמיצער האט מער אינפא דערויף איז מכובד ארויפצולייגן.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2009 11:01 pm
דורך קרעמער
א הערליכע ליקוט ספר ארויסגעקומען אויף ראש השנה, "עבודת הצדיקים" אין די ימים נוראים.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 12:34 am
דורך ביקסאד
געזעהן, ער שעמט זעך גארניקס נישט צו דערמאנען דעם ווייצן'ער זיידן . . .
אדער כאטש דעם דעעש'ער זיידן ששמו נקרא עליו . . .
לכה"פ געמעגט אזוי פיל, וואו פיל זיין עט"ר . . .

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 12:35 am
דורך ביקסאד
שטארק זיך האט געשריבן:געזען נייער ספר וואס איז ערשט ערשינען:
ספר התקשרות לצדיקים, ג'חלקים
יאך דענק אז עס איז שוין נישט אזוי ניי,
און אז דער מחבר איז א קרעטשניף'ער חסיד.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 1:05 am
דורך קרעמער
ביקסאד האט געשריבן:געזעהן, ער שעמט זעך גארניקס נישט צו דערמאנען דעם ווייצן'ער זיידן . . .
אדער כאטש דעם דעעש'ער זיידן ששמו נקרא עליו . . .
לכה"פ געמעגט אזוי פיל, וואו פיל זיין עט"ר . . .

אז איר האט מאמרים פון זיינע זיידעס איבער ראש השנה, זייט אזוי גוט און מעלדט אים פריוואט, אפשר אין מהדורא שניה וועט דאס אריינגיין.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 1:14 am
דורך ביקסאד
יאך רעד פון זיין הקדמה.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 1:54 pm
דורך פארצייטישע
חוקר האט געשריבן:
כתר יהושע שרייבט
ס'איז ארויס געקומען דארך אן איזרעלי יונגערמאן יאך מיין אז ער איז א באבובער חסיד (45).

ער הייסט לערנער א ידען נפלא ער איז א באבובער (48)
עס איז א געוואלדיגע ארבעט


חוקר ער הייסט טאקע לערנער און ער איז א ידען נפלא און ער איז א באבובער (45), און ער שרייבט בקבועות א מאמר אויף מנהגי צאנז ובאבוב אין דעם קובץ עץ חיים וואס קומט ארויס פון באבוב (45) יעדע פאר חדשים. (נישט אז איך פיהל אז ס'מאכט א נ"מ וועלכע באבוב, נאר אז דו האסט געפילט פאר וויכטיג אפצופרעגן כתר ישועה, בין איך מעורר אז דו זאלסט חוקר זיין פאר דו פרעגסט יענעם אפ.) און כתר ישועה וואס מיינט אן איזרעלי, וואס אגב איז ער אן אנטווערפענע געבוירענע, און ערשט נאכ'ן חתונה וואוינט ער אין ארץ ישראל.

איך מיין אז דער ספר דרכי חיים החדש איז שוין נישט דא צו באקומען.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 2:00 pm
דורך חוקר
אנטשאלדיג כמיין מיר האבן זיך צימישט מיט א פעטער וואס וואוינט און אנטווערפן און געט ארויס ספרים
טעות לעלום חוזר

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 9:05 am
דורך מיללער
אין די טעג איז ערשינען דער ספר שו"ת אגלי דבש חלק א' להגאון הגדול ר' אליקים געציל בערקאוויטש דומ"ץ קר"י, מאנרא שליט"א.

דער ספר אנטהאלט קרוב צו 50 תשובות בחלק או"ח מיט א זעלטענע בקיאות וחריפות בבירור וליבון שמעתתא אליבא דהילכתא בדברים ושאלות המצוים בזמנינו עפ"י יסודי וכללי פסיקה המקובלת, דער מאנראער דיין שליט"א איז באקאנט אלס א זעלטענער בעל זכרון ובקי נפלא בספרות השו"ת, עס געדענקט זיך נאך ביי טייל אידען ווען הרה"ח ר' יצחק בראך ז"ל דער גרויסער מזכה את הרבים האט עוסק געווען בהעתקת ספרים עתיקים ויקרי ערך פון פארשידענע פארווארפענע לייברעריס ואוצרי הספרים איז דער דיין געווען פון די גרויסע קונים זיינע אפשאצנדיג די טייערע ארבעט לשביעת רצון הלומדים ויושבים על מדון.

דער ספר איז מעטור בברכת חמיו הרה"ג ר' יצחק דוד פר"מ שליט"א דער פאפא ראה"כ, ווי ער איז מזכיר אז דער דיין איז נתמנה געווארן על ידי מרן רביה"ק מסאטמאר זצ"ל אלס דיין אין מאנרא אין א גאר אינגען עלטער נאכען איינזעהן זיינע כשרונות, און היצט אז דער עולם התורני איז זוכה לראות בפרי יצירותיו איז דאס א שמחה וחדוה פארן נותן התורה קוב"ה חדי בפלפולא דאורייתא און פאר די אידען מקבלי התורה.
-

אז מ'רעדט פון נייע ספרים דערמאן איך זיך אז לעצטענס האב איך געזעהן א ספר אויף משניות מס' כלים (פארגעסן דעם נאמען) מעשי ידי אומן הרה"ח ר' גבריאל שלמה פליישמאן הי"ו פון וומ"ס, הרב פליישמאן איז באקאנט פאר וומ"ס'ער אידען מיט זיינע כשרונות און פאכמאנישקייט במלאכת ידיו אויפשטעלנדיג ביי זיך אין שטוב און די סוכה פארשידענע ערצייגענישען פון די בית המקדש אדער מלאכת שבת, באומנות מופלאה.

דא האט דער מחבר מיט די הילף פון זיין זוהן דער צייר ואומן, ר' ברוך יודא (?) פליישמאן הי"ו א מגי"ש אינעם סאטמארען ביהמ"ד אויף ראדני סטריט צוווישען בעדפארד און ליע עוועניוס, אפגעמאלען און אראפגעשטעלט צייכענונגען פון פארשידענע כלים וואס ווערן דערמאנט אין משניות און איז שווער פאר איינער וואס איז נישט באקאנט מיט די פארצייטישע באדינגונגען צו פארשטיין די שווער משניות.

השי"ת זאל אים באשערן עוד ינוב בשיבה דשנים ורעננים.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 9:14 am
דורך farshlufen
מיללער האט געשריבן: ר' ברוך יודא (?) פליישמאן הי"ו

ר' יודא לייב פליישמאן זז"ג.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 11:29 pm
דורך קרעמער
מיללער!

האסט מיר אויסגעכאפט מיטן באריכטן איבער דעם ספר "ליקוטי כלים" פון הרה"ח ר' שלמה גבריאל שליט"א (די הסכמה פונעם טשאקעווער רב שליט"א רעדט מיט א הויכהילכער, איך האב שוין לאנג נישט געליינט אזא שטארקע המלצה בריוו אויפן כאראקטער פון א מחבר) וואס איך האב היינט דורכגעבליקט מרישא לסיפא מיט גרויס הנאה, עס גיבט א געוואלדיגע קלארקייט אין די שווערע קאמפליצירטע משניות (בעיקר מס' כלים, אבער ער האט עטליכע בלעטער אויף שווערע סוגיות אין אנדערע מסכתות).

די בילדער זענען בעיקר געמאלעוועט געווארן דורך זיין זוהן הרה"ח ר' יודא לייב שליט"א, און די הוצאה לאור איז צושטאנד געקומען בהשתדלות בנו הרה"ח ר' אשר אנשיל שליט"א ומשנהו בדומה לו הרה"ח ר' משה דוב שליט"א.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 7:18 am
דורך lebediger berel
אלץ קינד בין איך געווען ביי ר' שלמה גבריאל'ן אין די סוכה אויף הופער, און ער האט שוין דאן געהאט אויסגעשטעלט אין מיניטור'ס געוויסע כלים פון מס' כלים

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 8:50 am
דורך יוסלמאן
אויף ברכות הפירות פלעגן די קינדער (אפשר היינט נאך אויך?) גיין אין בעק יארד פון ר' שלמה גבריאל.

מילער למען הפונקטליכקייט, אגלי דבש מהגאון דומ"ץ קרית יואל האט ס"ד תשובות, ביים סוף פון יעדע תשובה איז דא "פירות הנושרין" און אויך האט דער ספר א הערליכער מפתח. ס'איז באמת א שיינע ארבייט. וואו כ'האב געהערט איז דער עיקר ארבייט געווען עס אביסל אראפצוברענגן אז דער פשוטי המון עם זאלן קענען מעיין זיין דערין, די תשובות רויערהייט, ס'הייסט פארן איבערארבייטן, איז געווען הויך הויך און עמוק עמוק. לויטן פלאן גייט נאך ארויסקומען אויף אלע ד' חלקי.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:32 am
דורך מיללער
יישר-כח הרב קרעמער אויף די פרטים, לדעתי איז דער ספר פון ר' שלמה גבריאל א זעלטענע מוסר-השכל, א איד העוסק על המחי' ועל הכלכלה (ער איז דאכציך מיר געווען א מלמד תשב"ר אסאך יארען) זאל ארויסגעבן א ספר מיט די הילף פון זיינע קינדער בעלי-בתים, דאס מיינט עשה תורתך קבע ומלאכתך עראי.

א בילד פונעם מחבר

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:40 am
דורך מיללער
יוסלמאן האט געשריבן:אויף ברכות הפירות פלעגן די קינדער (אפשר היינט נאך אויך?) גיין אין בעק יארד פון ר' שלמה גבריאל.

מילער למען הפונקטליכקייט, אגלי דבש מהגאון דומ"ץ קרית יואל האט ס"ד תשובות, ביים סוף פון יעדע תשובה איז דא "פירות הנושרין" און אויך האט דער ספר א הערליכער מפתח. ס'איז באמת א שיינע ארבייט. וואו כ'האב געהערט איז דער עיקר ארבייט געווען עס אביסל אראפצוברענגן אז דער פשוטי המון עם זאלן קענען מעיין זיין דערין, די תשובות רויערהייט, ס'הייסט פארן איבערארבייטן, איז געווען הויך הויך און עמוק עמוק. לויטן פלאן גייט נאך ארויסקומען אויף אלע ד' חלקי.



ביסט גערעכט יוסלמאן, איך האב אויסגעלאזט עטליכע פרטים שרייבענדיג נאכען שנעל אריינבליקען, למעשה האב איך שפעטער מעיין געווען אין די תשובות זעלבסט, עס איז מלאים מזון אל זן מיט א מוראדיגע בקיאות בספרי שו"ת פון אזעלכע ספרים וואס מיר באגעגענען נישט יעדן טאג.

צווישען די שואלים האב איך געזעהן רבנים ויושבים על מדון ברחבי תבל, וועלכעזענען דופק על דלתי הגאון לפתוח להם שערי תשובה בהלכה, כ'האב פארגעסן די הסכמות פון הגאון הגדול הרב וואזנער שליט"א דער שבט הלוי און פון אדמו"ר מהר"א מסאטמאר מיט וועם דער דיין איז שוין אינאיינעם פאר אריבער דרייסיג יאר לדון ולהורות בדבר ה' זו הלכה אין די שטאט קרית יואל והגלילות.

אין די הקדמה דערמאנט דער מחבר זיין רבי הגאון הגדול דער סאטמארערער דיין שליט"א פון וויליאמסבורג הגריח"מ פריעדמאן, ביי וועם דער מחבר האט גענומען שימוש און אסאך געלערנט ביי אים אין די ערשטע יארען פון זיין התמנות, [עס דערמאנט מיך אז דער קרית יואל'ער דיין ווען ער איז אין וומ"ס פסק'נט ער נישט קיין קהל'ישע שאלות זאגנדיג אז דא איז אתריה דמר פון זיין רבי דער דיין שליט"א וויל ער נישט זיין קיין מורה הלכה בפני רבו].

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 11:18 am
דורך אלף בית
דעם דיין פון קרית יואל האט מען אויפגענומען אין וויליאמסבורג בשנת תשל"א אלץ געהילף צו רבי מנשה שליט"א און ער פלעגט זיצן אין דיין שטובל ענטפערן שאלות, אע"כ מאכט נישט קיין סענס אז ער זאל נישט וועלן ענטפערן שאלות אין וומסב"ג,
לגבי "קהלישע שאלות" ענפערט ער נישט אין קרית יואל אויכנישט.
כהאב נאכנישט געהאט צופיל צייט אריינצוקוקן אינעם ספר אבער אביסל געבליקט, האב איך געטראפן א שאלה פון איינעם וואס האט געשיקט חמץ אויף די פאסט (UPS) און ס'גייט אנקומען אינמיטן אדער נאך פסח, צו מקען מבטל חמץ שאינו ברשתו.
אגב, די ספר איז בלויז א קליינער טייל פונעם דיין'ס תשובות, כהאב געהערט פון זיין זון אז ער האט חומר פאר 12 בענדער.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 12:58 pm
דורך מיללער
מר. ווייס,
האלאו דאס נישט ענטפערן איז א געווען בחינה פון בדידי הווה עובדא, ועליה אין להשיב.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 1:29 pm
דורך אלף בית
רעדנדיג פונעם קרית יואלע דיין:
איך מיין אז ער איז דער ערשטער תלמיד פון די סאטמארע מוסדות וואס איז אויפגענומען געווארן אלץ א דיין. (מהר"א מסאטמאר איז שוין פריער געווען א מורה הוראה, אבער ער האט נישט געלערנט אין די סאטמארע ישיבה נאר אין חדר אלץ יונגעל, דער דיין האט געלערנט פון חדר ביז ישיבה אין סאטמאר)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 1:29 pm
דורך יוסלמאן
יעצט געזעהן אין געשעפט ספר זכרון יעקב ג' חלקים פון ר' יעקב ליפשיץ ז"ל, יד ימינו פון הגאון ר' יצחק אלחנן זצ"ל. מ'האט עס איבערגעדרוק אין איין באנד. ס'איז נישט אזוי טייער, אין מיין געשעפט 25 דאלער און ס'ווערט יעדע פעני.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 2:24 pm
דורך שטארק זיך
יוסלמאן האט געשריבן:יעצט געזעהן אין געשעפט ספר זכרון יעקב ג' חלקים פון ר' יעקב ליפשיץ ז"ל, יד ימינו פון הגאון ר' יצחק אלחנן זצ"ל. מ'האט עס איבערגעדרוק אין איין באנד. ס'איז נישט אזוי טייער, אין מיין געשעפט 25 דאלער און ס'ווערט יעדע פעני.

איז דאס ניי אויפגעזעצט?
דאס אלטע אויפלאג איז נישט געפערליך, דערצו נעמענדיג אין באטראכט די צייט ווען עס איז געדרוקט געווארן, פארט וואלט געווען בא'טעמ'טער, קלארערע אין גרעסערע אותיות.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 2:32 pm
דורך יוסלמאן
ס'איז דזשאסט איבערגעדרוקט אין די אלטע פארמאט.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 02, 2009 9:55 am
דורך מיללער
עטליכע נייע ספרים אשר ראו עיני אין די געשעפטן.

זכרון יעקב - להרה"ק ר' יעקב אלימלך פאנעטה מדעעש זצ"ל-הי"ד
דאס ערשטע מאל איז דאס געדרוקט געווארן בשנת תשי"ג ע"י תלמיד המח' ר' דוב בער שפיצער, היצט איז דאס איבערגעדרוקט באותיות נאות ומרחיבות ובתוספות מדור תולדות המחבר.

העיר מעזיבוז ורבניה - תולדות רבני ואדמור"י מעזיבוז
א הערליכע ארבעט מעשה אומן לתולדות וקורות העיר מעזיבוז ורבניה, א שטארקע דגוש ווערט געלייגט לתולדות משפחת בי"ק המפוארה רבני העיר מדור דורות זצ"ל, באגלייט מיט היסטארישע דאקומענטן און בילדער.

חי' מהר"י שפירא עמ"ס נדה לר' יוסף יאסקי שפירא מלעסלאו
געדרוקט דורך אן אייניקל ע"י מכון י-ם מפעל תורת חכמי אשכנז, דער מחבר האט געלעבט בדורו של הגרעק"א ונסמך על ידו לדון ולהורות.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2009 9:40 am
דורך יוסלמאן
ס' פרי העץ עה"ת פון הגה"ץ רבי יהודה מודרן מסיגוט זצ"ל. אינעם ספר איז נכלל זיינע תולדות.