איבער ספרים און מחברים
דינסטאג פבואר 07, 2012 11:11 am
ספר מגן אבות - שבת קודש מנהגי באבוב,
א הערליכע ליקוט מנהגי באבוב ווי למשל טלית לייגען אכילת הכבוד, אייער מיט צוייבעל וכו' ועוד ועוד.
וועט זיין צובאקומעט היינט נאכט אין באבוב (49) בית מדרש פאר די פרייז פון $25
Advertisement
דינסטאג פבואר 07, 2012 2:07 pm
קדושת יו"ט ב"כ עם תוספות יו"ט, הוצאת עצי תמרים
ספר תפארת שלמה החדש עם תורה אור השלם, כולל: נפלאות תפארת שלמה, אהל שלמה, עטרת שלמה, הוצאת מיר
ספר משיבת נפש מכת"י, להר"י צמח
איש חי רב פעלים, תולדות ר' יהודה מאיר אברמוביץ ז"ל
מגן אבות שבת קודש
סימנא מילתא, מבעל מחבר ספר מנהגי ישראל תורה, סימנים שיוכל האדם לידע מצבו בעבודת ד' וכו'
מפתח ענינים על ספר שם משמואל סאכאטשוב
מגילת שיר, אוצר דינים ומנהגים בעניני קריאת מגילת שיר השירים
עטרת צבי על הזהר ח"ב, הוצאת פנט
מיטוואך פבואר 08, 2012 3:49 am
איז דער ר' יודא מאיר אבראמאוויץ דער חבר כ' ?
מיטוואך פבואר 08, 2012 9:21 am
msp האט געשריבן:איז דער ר' יודא מאיר אבראמאוויץ דער חבר כ' ?
יא
דאנערשטאג פבואר 09, 2012 10:10 am
חומש רשי המבואר / והגדת / אוצרותיהם של צדיקים / ילקוט אהל מועד
- עטעטשמענטס
-

- קול הציבור ה' יתרו
דאנערשטאג פבואר 09, 2012 11:18 am
געזעהן אדווערטייזט אז דער ספר 'המקנה' פון ר' אליעזר זוסמאן סופר אב"ד פאקש בעמח"ס עט סופר וילקוט אליעזר איז איבערגעדרוקט געווארן מחדש בתוספות מפתחות ומ"מ, דורך נכדו ר' יוסף יודא סופר פון טאראנטא-פלארידא הי"ו ובנו ר' פישל פון מאנרא.
דאנערשטאג פבואר 09, 2012 12:10 pm
יוראפ האט געשריבן:חומש רשי המבואר / והגדת / אוצרותיהם של צדיקים / ילקוט אהל מועד
יישר כח יוראפ, איך זוך דעם חומש רש"י המבואר מיט ליכט, עס איז אין מיינע אויגן דאס בעסטע וואס איז דערווייל דא אויף חורש"י.
דאנערשטאג פבואר 09, 2012 12:35 pm
אויבערפלעכליך ביז גאר, ככל עבודתם
דאנערשטאג פבואר 09, 2012 4:26 pm
והוא פלאי האט געשריבן:אויבערפלעכליך ביז גאר, ככל עבודתם
איי בעג טו דיפער
זונטאג פבואר 12, 2012 3:29 pm
ספר "סגולה" חלק ראשון
פון החוקר התורני ר' יעקב ישראל סטל הי"ו
דער ספר איז כולל מאמרים שונים פון הנ"ל שעדיין לא נתפרסמו בקובצים או במות אחרות
במיוחד איז צו באוואונדערן די מאמרים על סך קולות השופר שנשמעו במתן תורה און דער מאמר אויף די שלשה קולות השופר שיישמעו לעתיד לבוא, מאמרים מושקעים ועשירים,
מאנטאג פבואר 13, 2012 7:58 am
דער הרב סטל איז דער וואס האט ארויסגעגעבען די אלפא ביתא תניינא פון ר' שמואל אשכנזי
מאנטאג פבואר 13, 2012 11:08 am
שם משמואל / סימנא מילתא/ משחת שמן / טיב התהילות
- עטעטשמענטס
-

- קול הציבור ב' משפטים
מאנטאג פבואר 13, 2012 11:12 am
יוראפ האט געשריבן:שם משמואל / סימנא מילתא/ משחת שמן / טיב התהילות
די משחת שמן איז געוואלדיג, עכ"פ אויף בראשית האב איך מוראדיג הנאה געהאט.
אבער פארוואס דערמאנט ער זיך פרשת משפטים???????????
מיטוואך פבואר 15, 2012 11:26 am
ישלהוסיף האט געשריבן:כ'האב באמערקט אז דער אשכול גייט טיפער טיפער אין תהום, האב דאס ארויף געברענגט
ספר ערוגת הבושם ה
"חדש" viewtopic.php?f=54&t=15221
מיטוואך פבואר 15, 2012 11:30 am
ישלהוסיף האט געשריבן:ישלהוסיף האט געשריבן:כ'האב באמערקט אז דער אשכול גייט טיפער טיפער אין תהום, האב דאס ארויף געברענגט
ספר ערוגת הבושם ה
"חדש" viewtopic.php?f=54&t=15221
יש להוסיף
האם כוונתך שיש להוסיף ולהוכיח הזיוף הנורא?
מיטוואך פבואר 15, 2012 2:25 pm
msp האט געשריבן:ישלהוסיף האט געשריבן:ישלהוסיף האט געשריבן:כ'האב באמערקט אז דער אשכול גייט טיפער טיפער אין תהום, האב דאס ארויף געברענגט
ספר ערוגת הבושם ה
"חדש" viewtopic.php?f=54&t=15221
יש להוסיף
האם כוונתך שיש להוסיף ולהוכיח הזיוף הנורא?
אודאי דארף מען ממשיך אין מוסיף צו זיין מיט די זיופים.
אבער גערעכט זענען געוועהן די מנהלים וואס האבען דאס צוגעשפארט נאך דעם וואס דער טעמע האט זיך אונגאנצען צופארען.
ווער איז די געווינער פין דעם?
ענפער: שפירא/אננאמיר/צומישעניש
ווערטער זענען איבריג.
מיטוואך פבואר 15, 2012 8:40 pm
יוראפ האט געשריבן:חומש רשי המבואר / והגדת / אוצרותיהם של צדיקים / ילקוט אהל מועד
איך האב א חקירה: צו הייסט דער חומש "רש"י המבואר", דהיינו אזויווי עס איז דא חומש "מאירת עינים" אדער חומש "מקראות גדולות" איז דאס חומש "רש"י המבואר" און די ווארט רש"י איז מלרע, אדער גאר זאג איך אז ניין, רש"י גייט מלעיל און דער נאמען פונעם חומש איז "חומש רש"י - המבואר", א.א.וו. "רש"י איז גאר מלעיל, און אלץ נאמען פונעם חומש נוצט ער די אידישער פראזע "חומש רש"י" (וואס לענ"ד איז נידריג-קלאסיש)?
מיטוואך פבואר 15, 2012 8:49 pm
שלום עליכם רב על דא , פון אזעלכע חקירות וואקסט מען נישט קיין איינשטיין..
מיטוואך פבואר 15, 2012 9:16 pm
יוסף שרייבער האט געשריבן:שלום עליכם רב על דא , פון אזעלכע חקירות וואקסט מען נישט קיין איינשטיין..
הערטס מיך אויס ר' יוסל, מעיקרא האב איך פשוט געוואלט קונן זיין אויף די וואלגארען באנוץ פונעם אידישען "חומש רש"י" אלץ טיטל. איך האב נאר מורא געהאט אז אן אויבער-חכם וועט מיר ענטפערן כצדדו הראשון של החקירה הנ"ל, האב איך זיך מתחכם געווען אין אהערגעשטעלט מיין קינה ווי א חקירה בעלמא, און אזוי, האב איך געהאפט, וועט עס דינען אלץ רמיזא לחכימא...
מיטוואך פבואר 15, 2012 9:23 pm
זעהט זיך אויס אז איך בין נישט פן די חכימא'ס.. עפעס כאפ איך נישט די טיפקייט פון אייערע חקירה.
סתם פאר נייגעריקייט, וויפיל אזעלכע חקירות פאלט אייך איין טעגליך? חוץ מזה פארוואס האלט איר אז "חומש רש"י" איז גאר וואלגאר??
מיטוואך פבואר 15, 2012 9:46 pm
יוסף שרייבער האט געשריבן:פארוואס האלט איר אז "חומש רש"י" איז גאר וואלגאר??
עס איז וואלגאר ווייל על פי גראמאטיק האט דער פראזע "חומש רש"י" נישט קיין פשט. "איך לערן חומש רש"י" איז ווי צו זאגן "איך עס פלייש פאטעיטאס". "למדתי חומש רש"י" איז ווי "אכלתי בשר תפוחי אדמה". נאר וואס דען? מען נוצט עס אין א וואלגארע פארמאט (וואלגאר: נישט סאפיסטיקירט).
מיטוואך פבואר 15, 2012 11:28 pm
וואולגאר ווערט פארטייטשט אלס פראסט בלשון המדוברת, דו מיינסט מן הסתם ״סלענג״.
מיטוואך פבואר 15, 2012 11:41 pm
שטארק זיך האט געשריבן:וואולגאר ווערט פארטייטשט אלס פראסט בלשון המדוברת, דו מיינסט מן הסתם ״סלענג״.
http://bit.ly/xMXBye עיין בפירוש הראשון המופיע בראש העמוד.
דאנערשטאג פבואר 16, 2012 12:18 am
און דער לשון גפ"ת, אויף גמרא תו'
דאנערשטאג פבואר 16, 2012 12:32 am
והוא פלאי האט געשריבן:און דער לשון גפ"ת, אויף גמרא תו'
איינער וואס געט ארויס א ספר "גפ"ת מבואר" מאכט דעם זעלבן טעות.