בלאט 27 פון 83
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 01, 2012 10:31 pm
דורך ישלהוסיף
מי יודע האט געשריבן:ישלהוסיף האט געשריבן:
תולדות ערוגת הבושם - אונם 'שלחן מלכים' פון פ' ויגש דערציילט אב"ד פאפא מאנסי, וז"ל: "מיין זוהן גייט יעצט ארויסגעבען תולדות פונם ערוגת הבשם, נייע זאכען...
איז דאס די זעלבע ווי פון ווינער רב, אדער גאר עפעס אנדערש
ער זאגט דארט:
"דער ויגד יעקב האט געהאט א איידעם ר' משה לייב (מח"ס ויגד משה) און ער איז געוועהן א מורא'דיגער שרייבער, ער האט צוזאם גענומען און ס'איז נאך געבליבען פון אים א גרויסע חלק בריעוון מיט נאך זאכען (בהמשך למה שהו"ל כבר הגה"צ ר' אשר אנטשיל כ"ץ שליט"א אב"ד ור"מ ק"ק וויען בווילימסבורג בן אחיו הגה"צ אבד"ק סאמבאטהעלי ז"ל)".
עד כאן הדברים.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 8:23 pm
דורך ישלהוסיף
ספרי רבינו מאוסטראה - דהיינו ספרי רב ייבא על תנ"ך תהלים, צוויי העליכע בענדער מיט א גוטע מפתח - י"ל למרות תחנוניו ובקשותיו של... שלא להוציאו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 10:46 am
דורך יאסל
farshlufen האט געשריבן:יא, ס'איז דא אייניקלעך.
אזוי נישט געוויסט.
דאכט זיך אז דער מלאך האט געהאט צוויי קינדער א זון און א טאכטער, פון וועמען זענען די אייניקלעך?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 10:48 am
דורך מיללער
אשכול מעניין על המלאך והמלאכים:
viewtopic.php?p=70853#p70853
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 11:47 am
דורך ישלהוסיף
כ'ווייס נישט ווי דאס באלאנגט, אבער איך וועל עס דא אהער שטעלן.
אייכלערס ספרים געשעפט אין בארא פארק האט א צוואנציג פערצענט הנחה פאר אלעס אונם געשעפט, נאר 'קעש'.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 11, 2012 8:08 pm
דורך סיגוט
קונטרס אוצר הלכות דיני יציאה לדרך
מאת הרה"ג ר' אברהם הערש פריעדמאן שליט"א דומ"צ גאלאנטא
ספר אוצר תשובות - לשאלות המצויות
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 12:54 pm
דורך אוהב ספרי הלכה
איך האב נאך נישט געזעהן איינער זאל שרייבן וועגן דעם נייעם אויפגעכאפטן ספר "אוצר תשובות" - לשאלות המצויות, חלק ראשון על סדר השו"ע או"ח ח"א
פון איינער הרה"ג שלמה דוד קליין פון לאנדאן, ער האט א מוראדיגע בקיאות און קלאהרקייט אין הלכה, אין ער זייער שיין מברר אלע פראקטישע שאלות וואס עס מאכט זיך ביי יעדם איד
עס איז נאר ארויסגעקומן ערב שבועות תשע"א, און ערב ר"ה תשע"ב איז שוין ארויס דע צווייטע מהדורה, איך האב עס געזעהן אין געשעפטן, איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם [איך הייס דאך "אוהב ספרי הלכה"]
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 3:14 pm
דורך ישלהוסיף
אוהב ספרי הלכה האט געשריבן:איך האב נאך נישט געזעהן איינער זאל שרייבן וועגן דעם נייעם אויפגעכאפטן ספר "אוצר תשובות" - לשאלות המצויות, חלק ראשון על סדר השו"ע או"ח ח"א
פון איינער הרה"ג שלמה דוד קליין פון לאנדאן, ער האט א מוראדיגע בקיאות און קלאהרקייט אין הלכה, אין ער זייער שיין מברר אלע פראקטישע שאלות וואס עס מאכט זיך ביי יעדם איד
עס איז נאר ארויסגעקומן ערב שבועות תשע"א, און ערב ר"ה תשע"ב איז שוין ארויס דע צווייטע מהדורה, איך האב עס געזעהן אין געשעפטן, איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם [איך הייס דאך "אוהב ספרי הלכה"]
שלום עליכם פארן דריטע אוהב אינעם בית מדרש, צלח ורכב
מיר האבען שטארק הנאה אז איהר האט ליב הלכה ספרים, ס'קען ציניץ קומען אין דער ידיעות התורה אפטיילונג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 7:03 pm
דורך אוהב ספרי הלכה
עליכם שלום
ייש"כ פארן שיינעם קבלת פנים
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 7:30 pm
דורך יהיה כן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 9:55 pm
דורך farshlufen
עמער עס קויפן בל"נ, האף מיר אז עס ווייט זיין ןואס צו לעזן לערנען און ערווענען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 11:15 pm
דורך יוראפ
/
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 13, 2012 8:42 am
דורך יגעתי ומצאתי
יעצט געזעהן א פרישע ספר "בלשון חסידים תתקדש ח"א", איבער די ריזשענער גזע אנגעהויבן פונעם הייליגן מגיד (ביז די ריזשענער'ס ברודער'ס), מלוקט מכתבי החסידים לדורותיהם. א אוצר בלום.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 11:32 pm
דורך ישלהוסיף
דערווייל נאכנישט דא א אשכול איבער נייע ענגלישע ביכער
אבער יעצט ארויס פון דריק א בייאגרעפי ביך "דער קלויזענבורגער רבי" אויף ענגליש.
דער וואס ליינט ענגליש אין וויל האבען א שטיקל אויף אזא אדם גדול בענקים, האט יעצט די געלעגנהייט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 4:19 am
דורך msp
שוין געווען צוויי ענגלישע ביכער וועגען קלויזענבורגער זצ"ל באזירט אויף לפיד אש
איז דאס עפעס אנדערש?
אוצר חמדת הימים
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 11:21 am
דורך יוראפ
געהערט פון א ניי ספר "אוצר חמדת הימים" וואס ברענגט ארויס די חשיבות פון ספר חמדת הימים, ווייסט איינער מער דערוועגן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 11:47 am
דורך יגעתי ומצאתי
שוין גאנץ לאנג דא צו באקומען, ארויסגעגעבן אינאיינעם מיטן פרישן פיר בענדער מהדורא.
(אין איינע פון די לעצטע ירחונים "עץ חיים" ווענדעט אפ גאר שטארק די "חידושים" פונעם אויבנדערמאנטן אוצר).
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 12:04 pm
דורך תלמודלערנער
יוראפ האט געשריבן:געהערט פון א ניי ספר "אוצר חמדת הימים" וואס ברענגט ארויס די חשיבות פון ספר חמדת הימים, ווייסט איינער מער דערוועגן?
איך האב עס געזעהן אין בית הספרים אין מאנסי, זעהט אויס אינטערעסאנט, ער ווייזט אויף מפי ספרים וסופרים די פאזיטיווע זייט פון די חמדת הימים
אנציקלופדיה תלמודית חלק ל'
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 12:09 pm
דורך תלמודלערנער
עס איז לעצטענס ארויסגעקומען די דרייסיגסטער באנד פון די אנציקלפודיה תלמודית, ווי אות כ' ווערט באהאנדעלט. איך פארמאג בערך 27 בענדער, עס איז א גאר א נוצבארע ספר, אפילו אין די היינטיגע קאמפיוטער/פראגראמען עפאכע.
שמעתי, אז ווען הרב זווין האט געטראכט וועלכע נאמען צו געבן פאר די ספרים, האט ער באשלאסן צו געבן די נאמען וואס פאנגט זיך אן מיט אות א', ווייל אזוי וועט זיך עס אייביג געפונען אויבן אן אינעם שאנק, ביי אות א'!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 12:32 pm
דורך יהיה כן
השומר מצוה
מאת הג״ר שניאור זלמן בערנבלוט זצ״ל
א גאר אינטערסאנטער חיבור
דער מחבר האט אויסגעשטעלט זיין ספר לויט ׳אלע׳ מוני המצות, מיט א חשבון צי מבאר זיין איבער ׳טויזנט׳ מצות, ער האט ליידער נישט דערלעבט צו גומר זיין חיבור און איז נקטף געווארן שלא בעתו האלטנדיג ביי הונדערט מצות
איצטער איז ארויס געקומען אויף די ערשטע צעהן מצות לרגל בר מצוה של בנו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 5:58 pm
דורך ואם תאמר
תלמודלערנער האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:געהערט פון א ניי ספר "אוצר חמדת הימים" וואס ברענגט ארויס די חשיבות פון ספר חמדת הימים, ווייסט איינער מער דערוועגן?
איך האב עס געזעהן אין בית הספרים אין מאנסי, זעהט אויס אינטערעסאנט, ער ווייזט אויף מפי ספרים וסופרים די פאזיטיווע זייט פון די חמדת הימים
http://www.hebrewbooks.org/48012
גם אני אודך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 11:43 pm
דורך סביב העולם
שם הספר:
א נייעם ספר מיטן נאמען "גם אני אודך" איז ערשינען אין די טעג
די פארפאסער פון דעם ספר איז הרב רבי גמליאל רבינוביץ שליט"א
נישט דער משפיע, דער רב פון קהילת "שבתי בבית ה'" און ארויסגעבער פון די ספרי "טיב הפרשה" - "טיב המועדים" - "טיב המעשיות" - "טיב האמונה" און פון די וועכענטליכע גליון "טיב הקהלה, און נאך...
נאר ער איז זיינס א פלומעניק, אן אייניקל פון דער משפיע'ס פאטער הגאון רבי לוי הכהן רבינוביץ שליט"א מחבר פון די באקאנטע סעריע "מעדני השולחן" אויף יורה דעה.
המחבר:
די חשובע מחבר איז באקאנט אלס א ידען נפלא, לו יד ושם בכל מקום, מ'קען איהם טרעפן אין רוב ירחונים און קובצים מערסטענס אין ארה"ק, ער איז א גרויסער שואל ער פרעגט אן כל מיני שאלות ביי אלע גדולים ופוסקים בדורינו איבער דער גארער וועלט, ער קראצט אפיר יעדן פליג בלעטל אלע ליפלעטס קובצים גליונות וכדומה, און איבעראל איז ער מגיב און מעיר בטוטו"ד.
תוכן הספר:
די ספר באשטייט פון פילע אקטועלע שאלות ותשובות המצויות ושכיחות בזמנינו, און ווערט ווייניג בארירט אין די תשובה ספרים.
עס איז א ליקוט פון אלע שאלות וואס ער האט אנגעפרעגט ביי זיין רבי'ן הגאון רבי יוסף ליברמן שליט"א די רב פון סאדיגורא און ארה"ק און נשיא פון 'שומרי החומות', און רובם ככולם איז שוין געדרוקט געווארן צווישן די שו"ת פון זיין רבי'ן בספריו "משנת יוסף".
הוספה:
ביים סוף פונעם ספר איז דא א שלל פון קס"ח תשובות קצרות, אויך פון זיין אויבנדערמאנטען רבי'ן, וואס ער האט איהם אלס אנגעפרעגט און זיין רבי האט גענטפערט קורץ, א שטייגער ווי פסקים פון הגר"ח קנייבסקי שליט"א.
די אלע תשובות קצרות אן די ברורים זענען איצט דאס ערשטע מאל געדרוקט און נתפרסם געווארן.
יקהל שלמה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 11:57 pm
דורך סביב העולם
שם הספר:
אין די טעג איז אויך ערשינען א הערליך נייעם ספר, מיטן נאמען "יקהל שלמה" - פון די כתבי מהרש"א אלפאנדרי זצוק"ל.
מחבר הספר:
המקובל הרה"ק רבי שלמה אליעזר אלפאנדרי זי"ע, וועלכע איז באקאנט ביי די היסטארישע נסיעה פון הייליגן מנח"א זי"ע קיין ארה"ק זיך צו טרעפן מיט איהם, ר' שלמה אליעזר מרגליות דער זוהן פון רבי אשר זעליג זצ,ל האט געהייסן נאך איהם.
תוכן הספר:
ענינים בהלכה ואגדה און אויף ש"ס, גענומען מכתבי ידיו און געדרוקט צום ערשטן מאל, ס'איז שיין איינגעטיילט לויט די אותיות.
יפה שיחתן - כרך ג'
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 27, 2012 12:13 am
דורך סביב העולם
שם הספר:
אויף די פאליצעס אין די ספרים געשעפטן זענען ארויפגעלייגט געווארן די וואך דער נייעם באנד די דריטע אין די סעריע ספרים "יפה שיחתן של עבדי אבות" פון הגאון רבי אלחנן היילפרין שליט"א.
גאב"ד ראדמישלא לונדון הבירה, ונשיא התאקה"ח בלונדון.
ער איז א נכד מהר"ש ענגיל אב"ד ראדמישלא, און אויך האט רבי אלחנן שליט"א זוכה געווען להתגדל על ברכי זקינו מהר"ש זצ"ל און אסאך הנהגות מקבל געווען פון איהם.
המחבר:
די ספרים ווערן ארויסגעגעבן דורך א זוהן פון רבי אלחנן ה"ה הרה"ג ר' שלום יוסף היילפרין שליט"א אב"ד ראדמישלא בבורו פארק.
נישט ווערן צומישט:
ס'איז שוין ארויס געקומען אנדערע ספרים ענדליך פון זיינס א פלומעניק, אן אייניקל פון רבי אלחנן יענע ספרים וואס באשטייט פון צוויי בענדער, מיטן נאמען "שיחתן של עבדי אבות", וואס ענטהאלט אין זיך עובדות וסיפורים נפלאים ערשטהאנטיג מקובל דערציילט דורך רבי אלחנן שליט"א ביי פארשידענע געלעגענהייטן, און איז אויסגעשטעלט לויט די גזע, צאנז, ראפשיץ, א.א.וו. א שטייגער ווי 'י"ג אורות" פשעווארסק.
אויך איז דא גאר א שיינע גליון פון זיי מיטן נאמען "שיחים להשפיע" וואס קומט ארויס וועכענטליך, און ליגט אויך פון צייט צו צייט אויף לדעת.
תוכן הספר:
דער ספר הייסט נישט בלויז "שיחתן וכו'" נאר "יפה" שיחתן וכו', דער ספר באשטייט פון הנהגות קבלות ישרות; תורות; מימרות; עובדות ומנהגים; פון פריעדיגע צדיקים וקדושים וואס רבי אלחנן האט אליין מקובל איש מפי איש אדער גאר אליינס בייגעוואוינט צווישן זיי אויך דא אסאך "מנהגים פון סאקמאר רב זי"ע" ווי עס ווערט אנגערופן דארט אינעם ספר.
ס'האט אסאך אינפארמאציע אינטערסאנטע און טשיקאווע זכרונות
עס איז איינגעטיילט לפי תקופת הזמנים.
משכיל אל דל - גחלי אש
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 27, 2012 12:28 am
דורך סביב העולם
שם הספר:
א שפאגל נייע ספר ווערט אנגעזעהן איצטעט ביי די מוכרי ספרים - די ספר מיטן נאמען "משכיל אל דל",
די נאמען איז נישט פרעמד, דאס איז די ספר פון הגה"ק רבי הלל מקאלאמיי זי"ע
וואס איז ביז היינט געווען צוזאם געדריקט און איין באנד מיט אלע זיינע ספרים, אפילו נאכדעם וואס מען האט עס שוין יארן צוריק איינמאל איבערגעדרוקט איז עס אויך נישט געווען פאסיג אויסגעשטעלט כדבעי, נאר מיט צושטופטע אותיות וכדומה.
אצינד איז עס ערשינען במלא הודו והדרו מיט א הערליכע דפוס גאר שיין אויסגעשטעלט און פארשטענדליך באגלייט מיט שיינע מפתחות.
די איינע איז נאר די ערשטע פון א רייע אין די סעריע פון ספרי רבי הלל זי"ע וועלכע וועט געדריקט ווערן.
המוציא לאור:
די שיינע ארבעט איז ערצייגט געווארן דורך הרה"ג ר' יעקב משה לעבאוויטש שליט"א ראש ישיבת בית הלל אין מונסי, בן הגה"צ אב"ד דקה"י וואודרידש וחתן אדמו"ר מקאשוי שליט"א.
תוכן הספר:
די ספר איז גאר שיין אויסגעשטעלט, און פון אונטן בשולי הדף איז דא הגהות והערות מיט השוואות אויף די פנים הספר, אונטערן נאמען "להבין ולהשכיל" אויך געמאכט דורך די ר"י בית הלל.
הוספה:
די צווייטע העלפט פונעם ספר איז באצירט מיט א קונטרס "גחלי אש" וואס ענטהאלט אין זיך אן אוצר בלום, די גאנצער פסק דין וואס די ראשי הארטאדאקסיע די גדולי ישראל האבן געמאכט אין די שטאט מיהאלאוויטץ, און די גאנצע פס"ד איז לשונו הק' פון הגה"ק רבי הלל קאלעמייער זי"ע וואס האט עס דאן פארשריבן.
די אויסשטעל איז: א פנים מיט א חיצון, די פנים איז די פסק דין, די חיצון איז א הערליך ליקוט פון תשובות און ביאורים פון די גדולים אין אונגארן בימים ההם וואס האבן אלס געשריבן איבער דעם ענין.