איבער ספרים און מחברים
דינסטאג דצמבר 20, 2011 3:28 pm
די מכתבים האט דאך דער זון אליין געגעבן צו דרוקן, דאן וואס ווילט איר מ'זאל אים זיין א כפוי טובה און אים מפרסם זיין?
Advertisement
דינסטאג דצמבר 20, 2011 3:54 pm
farshlufen האט געשריבן:די מכתבים האט דאך דער זון אליין געגעבן צו דרוקן, דאן וואס ווילט איר מ'זאל אים זיין א כפוי טובה און אים מפרסם זיין?
אמת גערעכט, שכועח פאר די הערה,
ס'איז טאקע בידם, צו טוהן ווי זעלבסט פארשטייען.
דינסטאג דצמבר 20, 2011 4:08 pm
זמירות לשבת קודש עם פסקי הלכות וליקוטים
יצא לאור על ידי מכון עוז והדר
דינסטאג דצמבר 20, 2011 4:46 pm
א נייע וועב-סייט וואס מעלדט איבער נייע ספרים שיצאו לאור:
http://www.alterbooks.co.il/site/index. ... _id=203199
דינסטאג דצמבר 20, 2011 4:48 pm
א גיטע געדאנק
שוין לאנג געטראכט פון אזאנס
מיטוואך דצמבר 21, 2011 12:58 am
זייט וויסן אז רעדנדיג מיט כמה וואס האבן גוט געקאנט דעם בן המלאך, זאגן זיי מיר אז ער איז געווען גאר א וואוילער איד, באמת, נאר דער מלאך איז געווען אזוי גרויס אז ער האט נישט אויפגעהערט צו פאדערן, ווער ווייסט וואס ער וואלט געשריבן צו אונז.... פון דעם אליינס אז דער בן המלאך האט דאס געגעבן צו דרוקן זעט מען שוין עפעס..
מיטוואך דצמבר 21, 2011 6:08 am
נו נו, ידענא, אבער לא ראי כראי זה.
מיטוואך דצמבר 21, 2011 4:28 pm
gamyuchad האט געשריבן:זייט וויסן אז רעדנדיג מיט כמה וואס האבן גוט געקאנט דעם בן המלאך, זאגן זיי מיר אז ער איז געווען גאר א וואוילער איד, באמת, נאר דער מלאך איז געווען אזוי גרויס אז ער האט נישט אויפגעהערט צו פאדערן, ווער ווייסט וואס ער וואלט געשריבן צו אונז.... פון דעם אליינס אז דער בן המלאך האט דאס געגעבן צו דרוקן זעט מען שוין עפעס..
אין די נייע דריק איז דא א שטיקל הקדמה וואס ברענגט ארויס אט די נקודה, אז בעצם איז דער זון געוועהן א וואוילע איד, והא ראי' ער האט אפי' מסכים געוועהן לכבודו פונעם טאטן מ'זאל דריקן די בריוו'ן על אף מענטשן וועלן אנקוקן דעם זון פאר א שוואכע איד, נאר וויבאלד דער מלאך איז געוועהן אזוי הויעך האט ער געפאדערט זיין זון זאל אויך זיין אזוי, און פון דעם האט זיך גענומען דאס שארפקייט וואס מ'טרעפט צווישן די בריוו'ן,
לפי זה איז מיר פארענפערט געווארן א שטארקע תמו'ה וואס איך האב אלץ געהאט, ווייל אז מ'קוקט אין די בריוו'ן זעהט מען ממש מקצה אל הקצה, איין בריוו שרייבט ער אים סדר הלימוד וויאזוי מ'לערנט שו"ע מיט מג"א און נאכדעם שו"ע הרב, און ממש א בריוו נאכדעם רייסט ער פונעם שטיקער דו לערנסט נישט! דו דאוונסט נישט!, איז מיין קושיא אלץ געוועהן, וואס איז דער זון באמת געוועהן?
נאר איצט פארשטייט מען זייער קלאר, דער זון איז באמת געוועהןל א וואוילע איד, געלערנט און געדאוונט, ותו לא, אבער ביים טאטן האט דאס געהייסן, נישט געלערנט און נישט געדאוונט,
מיטוואך דצמבר 21, 2011 5:14 pm
הרב שאץ; אין להאריך בענין.
מיטוואך דצמבר 21, 2011 5:22 pm
ווינקל האט געשריבן:הרב שאץ; אין להאריך בענין.
כי באפם הרגו איש
מיטוואך דצמבר 21, 2011 6:27 pm
כ׳האב אמאל געהערט אז ער איז געווען א לויער אין וואשיגטאן.
מיטוואך דצמבר 21, 2011 7:48 pm
וואס נאך האסטו געהערט? סתם דמיונות.
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 11:42 am
יעצט געזעהן אין ספרים סטאר "פני יהושע" החדש על הש"ס - אויף מסכת בבא קמא.
פאריאר איז ארויסגעקומען אויף מס' בבא מציעא, און יעצט זעה איך אויף בבא קמא.
די עיקר מעלה ווי איך פארשטיי איז די הערות אינטן פון די עמוד, ווי עס ווערט געברענגט די אחרונים [וראשונים?] וואס רעדן אויך פון דער ענין. קוקט אויס א הערליכע ארבעט.
זונטאג דצמבר 25, 2011 8:42 am
ווייסט איינער עפעס אויף די נייע ׳ספר מפתח׳ אויף ש״ס?? (אויך דא אויף english)
מאנטאג דצמבר 26, 2011 9:31 pm
ס'האט מיר געכאפט דאס אויג ווען כ'קום אריין און ספרים געשעפט און איך זעה א גאר נייע תשובות ספר בשמו יכונה
משיב נבונים - להגאון האדיר פוסק הדור רבי יחיאל מיכל שטיינמעטץ שליט"א דומ"ץ סקווירא ומצדותו פרוסה על עיר
ואם בישראל בארא פארק ובכל העולם כולו
דער נאמען פונעם מחבר איז ברייט באקאנט פארן ציבור, מיט זיינע תשובות קולע אל השערה,
מן הסתם האט ער די מערסטע שאלות פון סיי וועלכע אנדערע דיין און דער וועלט, שמעתי מבאי
ביתו אז ערב יו"ק האט ער געהאט איבען אכט הונדערט שאלות, - הלא דבר הוא- גאר שטארק
רעספעקטירט ביים היימישע ציבור,
זוכה גוועהן ארויסצוגעבן זיין דריטע חלק (ובאמת הוא רביעי שי"ל תשו' על עניני נישואין) מיטן גאנצע פראכטקייט
ווי עס פאסט זיך פאר א תשובה ספר, הויך און ברייט, גאר שיינע פאפיר, איך הער אז דער אונהאלט איז עפעס מורא'דיג
מיט א שיינע בקיאות, מסודר כל דבר באופנו, ווערט צוכאפט און די געשעפטן,
שפתים יושק משי"ב דברים נבוני"ם
יזכה להגדיל תורה ולהאדירה!!!!!!!
דינסטאג דצמבר 27, 2011 1:09 am
ראש הקהל האט געשריבן:ס'האט מיר געכאפט דאס אויג ווען כ'קום אריין און ספרים געשעפט און איך זעה א גאר נייע תשובות ספר בשמו יכונה
משיב נבונים - להגאון האדיר פוסק הדור רבי יחיאל מיכל שטיינמעטץ שליט"א דומ"ץ סקווירא ומצדותו פרוסה על עיר
ואם בישראל בארא פארק ובכל העולם כולו
דער נאמען פונעם מחבר איז ברייט באקאנט פארן ציבור, מיט זיינע תשובות קולע אל השערה,
מן הסתם האט ער די מערסטע שאלות פון סיי וועלכע אנדערע דיין און דער וועלט, שמעתי מבאי
ביתו אז ערב יו"ק האט ער געהאט איבען אכט הונדערט שאלות, - הלא דבר הוא- גאר שטארק
רעספעקטירט ביים היימישע ציבור,
זוכה גוועהן ארויסצוגעבן זיין דריטע חלק (ובאמת הוא רביעי שי"ל תשו' על עניני נישואין) מיטן גאנצע פראכטקייט
ווי עס פאסט זיך פאר א תשובה ספר, הויך און ברייט, גאר שיינע פאפיר, איך הער אז דער אונהאלט איז עפעס מורא'דיג
מיט א שיינע בקיאות, מסודר כל דבר באופנו, ווערט צוכאפט און די געשעפטן,
שפתים יושק משי"ב דברים נבוני"ם
יזכה להגדיל תורה ולהאדירה!!!!!!!
יאפ מיר האבען עס שוין איינגעקויפט, גאהר אקטועלע שאלות שטארק נוצבאר אין די היינטיגע צייטן.
מען זעהט דערין זיין שטארקע גאנג אין הלכה, אין זיין שטארקע זיכערקייט אין זיך מיט זיין פסק הלכה.
דינסטאג דצמבר 27, 2011 2:38 am
ספר שו"ת מנחת אפרים, אורח חיים
להגאון הגדול ר' אפרים פאדווא שליט"א אב"ד קהלות החרדים לאנדאן יצ"ו
תשובות בהלכה בחריפות ופלפול וסברא, כראוי וכיאות להאי גברא רבא שליט"א
מיטוואך דצמבר 28, 2011 6:16 pm
טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:יעצט געזעהן אין ספרים סטאר "פני יהושע" החדש על הש"ס - אויף מסכת בבא קמא.
פאריאר איז ארויסגעקומען אויף מס' בבא מציעא, און יעצט זעה איך אויף בבא קמא.
די עיקר מעלה ווי איך פארשטיי איז די הערות אינטן פון די עמוד, ווי עס ווערט געברענגט די אחרונים [וראשונים?] וואס רעדן אויך פון דער ענין. קוקט אויס א הערליכע ארבעט.
אין שול די שבת האב איך אויך געזעהן שבת עפעס א גליון פון נייע ספרים, און די פני יהושע אינעווייניג
- עטעטשמענטס
-

מיטוואך דצמבר 28, 2011 8:41 pm
היינט אביסל אנגעקומען צו לייינען דעם אשכול
איבער די אוצרות איגרות קודש
farshlufen האט געשריבן:יא, ס'איז דא אייניקלעך.
אבער נישט קיין שומר תורה ומצוות, כ'בין געווען דערביי ווי מ'האט פרובירט צוריקצוברענגען דעם אייניקל, דערווייל איז לא עלתה בידם, לאמיר האפן אז די זכות פונעם זיידן זאל ביישטיין.
ישלהוסיף האט געשריבן:די כוונה פון מיין קשיא איז צי די אייניקלעך שעמען זיך אויך וכו',
כדלעיל,
דער זיהן האט געוואוינט אין אלבעני, מ'קען הערן א שמועס פון אים מיט אדמו"ר מ'וואדרידזש.
די מלאך האט געהאט אסאך ספרים, איין צופרי איז ער אויפגעשטאענן און אלעס פארברענט, דאס איז די איינציגסטע ספר וואס איז איבערגעליבן,
אגב איז אינטרעסאנט צו זעהן וויפיל שעה ער פארלאנגט פון א ארבעט'ס אינגערמאן, כ'ווייס נישט ווי סאך כולל אינגעלייט לערנען אזוי סאך אויף דעם וועג, כ'העל אפשר שפעטער ברענגען די ווערטער,
כ'מיין מ'קען אריבער פירן דעם שמועס אין זיין אשכול.
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 9:08 am
yiddishwert האט געשריבן:ווייסט איינער עפעס אויף די נייע ׳ספר מפתח׳ אויף ש״ס?? (אויך דא אויף english)
דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 4:52 pm
לייבי : ער האט פארברענט די ספרים ווען הרב מרדכי וויילער (ער ליגט נעבן דעם מלאך) האט געבארגט א געשריבענע קונטרס און אונגעהויבען נאכצישרייבען, און דער מלאך האט עס ציגענימען און עס פארברענט (מען זאגט אז ער האט געזאגט אז ער איז נישט ווערט ארויסציגעבן קיין ספרים)
אזוי ווי שץ האט שוין אלעס געשריבען, וועל איך נאר צילייגען א קאפי פון וואס איז געווארען געדריקט ביים יעצטיג מדורה וואס ברענקט ארויס ווי דער הבן יקיר איז געווען,
עס קען זיין אז די ק"י יודען האבען אים געקענט, ער פלעגט קומען אסאך מאל יו"ט קיין ק"י צו ר' יודא לייב פלאהר,
- עטעטשמענטס
-
- 20111229174703.pdf
- (14.86 KiB) געדאון לאודעד 78 מאל
זונטאג ינואר 01, 2012 6:57 am
ס'כדי מוסיף צו זיין אז די ערשטע מאל האט הגה"ק ר' ישעיה אשר זעליג מרגליות זצ"ל - צו וועם עטליכע בריוון זענען געשריבן - ארויסגעגעבן די אוצר אגרות קדש, נאכדעם וואס ר' רפאל זלמן האט איבערגעגעבן די בריוון צו די תלמידי המלאך, נאר היות אז הג"ר יעקב שארר זצ"ל האט מורא געהאט עס צו דרוקן צוליב דעם מלאך'ס ווייטקייט פון יעדע זאך וואס האט עפעס מיט פרסום האט עס הגריא"ז מרגליות געדרוקט. און מאותו הטעם האט ער נישט געשריבן דעם נאמען פונעם שרייבער, נאר מרמז געווען אינעם שער בלאט בראשי תיבות (אח"ד קדוש).
נאך א נקודה, כ'ווייס פון איינעם וואס האט אמאל געזאגט פאר ר' רפאל זלמן ווען מיין טאטע זאל מיר שרייבן אזעלכע בריוו וואלט איך איהם אינגאנצן אוועק-געקאפעט, האט איהם רר"ז געזאגט דו רעדסט אזוי ווייל דו האסט נישט געהאט אזא טאטע.
דארפסמאן,
דו מיינסט מסתמא ר' משולם פייוויש וויילער (וועלכער האט געדאווענט אין שול וואו דער מלאך איז געווען רב און ער פלעגט אסאך אריינקומען צו איהם).
א עקסטערע יישר כח פאר די קאפי, כ'האב פונקט לעצטענ'ס געהערט דערפון אבער צו מיר אין לאנדאן איז נאך די נייע מהדורה נישט אנגעקומען.
און אגב וועגן דאס פארברענען די ספרים איז ידוע אז אין יוראפ האט ער שוין געשריבן און פארברענט, ס'דא אין די בריוון צו ר' אשר זעליג ווי ער דערמאנט כמה פעמים בשם הרמב"ם אז צו שרייבן א זאך דארף מען זיין גרייט עס צו זאגן פאר טיזענעטער מענטשען. אזוי איז אויך ידוע אז ער האט געשריבן א פירוש אויפ'ן מורה נבוכים און שפעטער פארברענט. למעשה צווישן די בריוו איז דא שטיקל אויף קל וחומר וואס זעהט אויס פון א קונטרס אויף עניני י"ג מדות שהתורה נדרשת און באיזה דרך איז עס פארבליבן (אויב כ'האב נישט קיין טעות איז דא נאך א שטיקל וואס ס'פעלט די התחלה און די סוף אויף א סוגיא אנהויב מסכת שבועות, און אין א קובץ וואס ישיבה ד'מאנסי האט ארויסגעגעבן יארן צוריק (כ'מיין נאך אין די מם'ס) האט החסיד ר' אלימלך פלאהר ארום געארבעט מיט דעם שטיקל אז מ'זאל קענען פארשטיין אויף וואס ער גייט און ווי אהין ער צילט).
זונטאג ינואר 01, 2012 7:29 am
און אז ס'איז שוין אריינגעקומען די שמועס וועגן אייניקלעך פונעם מלאך, דער אמת איז אז ס'איז יא דא ערליכע איינקלעך וואס שטאמען פון זיין זוהן ר' שמואל וואס איז נסתלק געווארן נאך בחייו אין אמעריקא. איינער פון די אייניקלעך איז לעצטענ'ס אפיר געקומען און ער האט זיך געדרייט א שטיק צייט אין מלאכים.
זונטאג ינואר 01, 2012 8:42 pm
שולי הגליון - הערת והגהות על הרמב"ם מכ"ק הפני מנחם זצ"ל
דרכי משה החדש - תולדות הגה"ק מהר"ם שיק, הגם דעם ספר איז צו באקומעם אויף היברובוקס, מען האט עס איבערגעפרישט נייע אותיות וכו', אין הערות הינטען ווי למשל משפחה נעמען, אבער נישט מיט קיין סאך נייע זאכען, עס קאסט א ערך פון $17
תולדות ערוגת הבושם - אונם 'שלחן מלכים' פון פ' ויגש דערציילט אב"ד פאפא מאנסי, וז"ל: "מיין זוהן גייט יעצט ארויסגעבען תולדות פונם ערוגת הבשם, נייע זאכען...
דברות משה - על מסכת פסחים ח"ב מהגאון רבי משה פיינשטיין
דגל מחנה אפרים - הוצאות פלינטנשטיין, מהדורת שווייד, עם ליקוטים חדשים, ומכתבים, זייער שוואכע מפתח (לענ"ד)
אוצר המלכות - מאדמור"י באבוב דברי תורה סיפורים וענינים על סדר הפרשיות, נלקט מקובצי שלומה של מלכות, בערך $16, לפי השמועה עט ערשיינען אויך על מועדים.
זונטאג ינואר 01, 2012 10:16 pm
ישלהוסיף האט געשריבן:
תולדות ערוגת הבושם - אונם 'שלחן מלכים' פון פ' ויגש דערציילט אב"ד פאפא מאנסי, וז"ל: "מיין זוהן גייט יעצט ארויסגעבען תולדות פונם ערוגת הבשם, נייע זאכען...
איז דאס די זעלבע ווי פון ווינער רב, אדער גאר עפעס אנדערש