Advertisement

איבער ספרים און מחברים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך דצמבר 14, 2011 3:34 pm

גבאי ביהמד האט געשריבן:ביטע צווינגט אונז נישט ווידעראמאל צו נוצן דעם מעקער.

א דאנק.


ייש"כ פארן ניצען דעם מעקער בכהאי גוונא

Advertisement

דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 11:06 am

משכיל אל דל
להרה"ק מהר"ה מקאלאמייא זצ"ל - נתחדש אורו ע"י נכדו הרב יעקב משה לעבאוויטש ממאנסי בנו של הרה"ג אב"ד וואודריזש שליט"א, המו"ל כבר פקיע שמיה במעשי ידיו להתפאר בחיבורו 'אבני אור' לתולדות משפחת ליכטענשטיין המפוארה ועכשיו הגדיל לעשות לברר מקחו של רב האי צדיק בתוספות אור.
עטעטשמענטס
New Image.JPG

דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 11:11 am

מיללער האט געשריבן:משכיל אל דל
המו"ל כבר פקיע שמיה במעשי ידיו להתפאר בחיבורו 'אבני אור' לתולדות משפחת ליכטענשטיין המפוארה

זיך איך טאקע שוין א לענגערע צייט די ספר אבני אור, עס איז נאך דא ערגעץ צו באקומען? איך האב עס שוין געזוכט ביי אפאר ספרים געשעפטן און איך האב עס נישט באגעגנט

דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 11:15 am

פאר די ליקוטים ליבהאבער

געזעהן א הערליכע נייע ספר "יפה נוף" פינעף בענדער

הערליכע ליקוטים אויף די פרשה

דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 11:18 am

יוראפ האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:משכיל אל דל
המו"ל כבר פקיע שמיה במעשי ידיו להתפאר בחיבורו 'אבני אור' לתולדות משפחת ליכטענשטיין המפוארה

זיך איך טאקע שוין א לענגערע צייט די ספר אבני אור, עס איז נאך דא ערגעץ צו באקומען? איך האב עס שוין געזוכט ביי אפאר ספרים געשעפטן און איך האב עס נישט באגעגנט

אין הספר אין מנשסתר איז עס דא

דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 11:57 am

אויך גראדע געזוכט דעם 'אבני אור' ס'איז ספו ותמו מן השוג, העמיר ווארטן אויף די מהדורא שני' עם הוספות (אגב, ישנו שם הקדמה ארוכה ונפלאה בתולדות וקורות הדורות שנכתב ע"י אביו הגאון אב"ד וואודריזש שליט"א)

-

פינטעל
דער 'יפה נוף' האט מלקט געווען א אינגערמאן ר' יואל בן ר' משה נתנאל פריעד נכד הרב מאויוואראש מצאצאי בעל תורת יפה.
[איך האב נישט געזעהן דערין עפעס ספעציעל, וואס איז דער ציהל און מיט וואס זענען די ליקוטים בעסער פון סתם שבת-בלעטער]

דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 11:59 am

צים פינטעל האט געשריבן:פאר די ליקוטים ליבהאבער

געזעהן א הערליכע נייע ספר "יפה נוף" פינעף בענדער

הערליכע ליקוטים אויף די פרשה



קרעמער דאכציך האט שוין געברענגט דעם ספר.

יא, עס בלויז א ליקוט ספר און שפארט איין דאס ארויספרינטן די שבת גליונות.

דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 12:18 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:
צים פינטעל האט געשריבן:פאר די ליקוטים ליבהאבער

געזעהן א הערליכע נייע ספר "יפה נוף" פינעף בענדער

הערליכע ליקוטים אויף די פרשה



קרעמער דאכציך האט שוין געברענגט דעם ספר.

יא, עס בלויז א ליקוט ספר און שפארט איין דאס ארויספרינטן די שבת גליונות.


עס איז טאקע געווען א גליון לכבוד שבת, און אזוי ווי עס איז געווארן שטארק אויפגעכאפט האט דער מלקט צאמגעשטעלט אין 5 הערליכע בענדער

פרייטאג דצמבר 16, 2011 10:02 am

ספר "קרבה אל נפשי" מעובד מתוך שיעורי הרב אברהם צבי קלוגער שליט"א, איז דא צי באקימען אין די וויליאמסבורגע געשעפטן, פאר 10 דאלער א שטיקל.

ס'איז געשריבען- אזוי ווי זיינע אנדערע ספרים- מיט זייער א געשמאקע פענע, טיפע און רייכע מאמרים קריכט אריין אינעם עומק הנפש, בדברים במתיישבים על הלב.

זונטאג דצמבר 18, 2011 3:48 pm

נייע ספר שלחם מלכים - שמועסען פין כ"ק הגאון הצדיק מהר"א ט"ב מסאטמאר שליט"א וגדולי הדור.
אז ענדליכע ספר אין דריי בענדיער האט שוין סקווירא ארויס געגעבען עטליכע יאהר.
סאטמאר האט שוין געהאט געדריקט אזא קונטרוס פין א שמועס פון מרן הדברי יואל מיטן תולדות אהרן רבי.
ליבאוויטש האט האט אויך א קונטרס חוץ די ניחום אבלים, עס הייסט 'ממלכת התורה'.
באבוב האט נישט קיים ספר כשלפני עצמו, אבער אין דער שלומה של מלכות איז געדריקט יעדע חודש א שמועס.

זונטאג דצמבר 18, 2011 4:27 pm

אגב האדמו"ר מסטראפקוב שליט"א מארה"ק, און האדמו"ר מצאנז שליט"א מארה"ק האבען אויך אזעלעכע """סוד שיח שרפי קודש"""
יעדער וואך געדורוקט, סטראפקוב און זייערע אויסגאבע הליכות קודש, און צאנז און בצלא דמהימנותא!!

זונטאג דצמבר 18, 2011 8:33 pm

טשיקען פיט האט געשריבן:אגב האדמו"ר מסטראפקוב שליט"א מארה"ק, און האדמו"ר מצאנז שליט"א מארה"ק האבען אויך אזעלעכע """סוד שיח שרפי קודש"""
יעדער וואך געדורוקט, סטראפקוב און זייערע אויסגאבע הליכות קודש, און צאנז און בצלא דמהימנותא!!


בעלז גראדע גיט אויך ארויס געבען אזוינס דאס הייסט 'בעלזער נייעס', דאס איז פנימי, אין דער פנימי זעלבסט דארף איינצאלען $150 א יאהר דאס צו ערהאלטן.
דיי אויבערדערמאנטע שאלה איז לשבח או לגנאי?

באמת איז דאס א אשכול פאר זיך, אבער אז מען שמועסט שוין עלעך עס דא מגיב זיין.
לאמיר גיבען א קוקאין די שמועסן צדיקים פון פארן קריג (געשריבען סמוך לאמירתם)
עס איז דא א שיחות קודש געשריבען דורך הב' משה גפן תלמיד מרן הדברי יואל,
שיחה פון מרן הדב"י מיט רבי חנה צבי מצאנז, דאס איז געוועהן שב"ק פ' בהעלותך תרצ"ו (געדריקט אין אגרות מהרי"ט תשס"א)
נאך פריער אין לכאורה דער איינציגער געהעריג שמועס פונם צאנז'ער רב איז מיטן ליסקא רב דער אך פרי תבואה, ווען ער האט מנחם אבל געוועהן דער דברי חיים בשנת תר"ל (געדריקט אין דרכי הישר והטוב - ליסקא)
פון נאך פריער איז דא ציווישען דער הייליגע תניא מיטן רבי ר' ברוך'ל פון מעזיבוז (כתבי ר' יאשע שו"ב דף קנ"ב, בית רבי דף 84)
אין ספר אגרות קודש עמוד קמ"א, איז דא א שמועס וואס דער הייליגע תניא אליינס האט אראפ געשריבען, מער א וויכוח ווי א שמועס ציווישען איהם מיטן רבי ר' ברוך'ל פון מעזיבוז (מיט כמה פרטים בית רבי דף מב)
אין אוהב שלום (קאמינקא) אבער ווען יענער שמועס איז פארצייכענט געווארען איז שווער צו זאגען.

זונטאג דצמבר 18, 2011 8:41 pm

מיללער האט געשריבן:אויך גראדע געזוכט דעם 'אבני אור' ס'איז ספו ותמו מן השוג, העמיר ווארטן אויף די מהדורא שני' עם הוספות (אגב, ישנו שם הקדמה ארוכה ונפלאה בתולדות וקורות הדורות שנכתב ע"י אביו הגאון אב"ד וואודריזש שליט"א)

-

פינטעל
דער 'יפה נוף' האט מלקט געווען א אינגערמאן ר' יואל בן ר' משה נתנאל פריעד נכד הרב מאויוואראש מצאצאי בעל תורת יפה.
[איך האב נישט געזעהן דערין עפעס ספעציעל, וואס איז דער ציהל און מיט וואס זענען די ליקוטים בעסער פון סתם שבת-בלעטער]

איך האב דעם אבני אור, אויב עס איז א יקר המציאות קען איך עס שטעלן אויף איבעי..

יפה נוף איז ביי מיר באליבט ווייל איך קען דעם אינגערמאן, אב בחכמה ורך בשנים, און אויסער דעם לעצטן שבת - וואס איך בין געווען אין אויסלאנד - האב איך מיר געמאכט א מנהג אדורכצולערנען דעם גאנצן סדרה יעדע וואך מיט "יפה נוף", צו זעהן ווי ער איז מוסיף נופך אויף חומש ורש"י מיט א זאפטיגן געשמאק.

זונטאג דצמבר 18, 2011 8:48 pm

דעם ספר פרדס לחנוכה פון הרב..... נו כקען מיר נישט דערמאנען

שוין יארן דא אויף לשה"ק

יעצט געזעהן אויף אידיש

תורות מעשיות בליצען און היסטאריע אויף חנוכה

זונטאג דצמבר 18, 2011 9:26 pm

קרעמער האט געשריבן:
יפה נוף איז ביי מיר באליבט ווייל איך קען דעם אינגערמאן, אב בחכמה ורך בשנים, און אויסער דעם לעצטן שבת - וואס איך בין געווען אין אויסלאנד - האב איך מיר געמאכט א מנהג אדורכצולערנען דעם גאנצן סדרה יעדע וואך מיט "יפה נוף", צו זעהן ווי ער איז מוסיף נופך אויף חומש ורש"י מיט א זאפטיגן געשמאק.


וויי פאר מיר אז וואס איך טוה איינמאל זאל מיר ווערן א מנהג (מען וועט עס נאך שפעטער דריקען אין זמירות..........)
הרב קרעמער כ'זעה שוין וואס דיין קאמפאניע אין אויסלאנד איז געווען אהא! איך האב דיר געבעטן אז איך וויל זיצן לעבן דיר.............נא נא!

זונטאג דצמבר 18, 2011 10:00 pm

געזעהן יעצט נייע ספר 'אוצרות אגרת הקודש',
הכר נא למי החותמת ולמי הפתילות,
הרוצה בעילום שמו מחמת גודל ענותנותו,
אה, ב"ה אכשר דרא (בלשון תמיה).

זונטאג דצמבר 18, 2011 11:41 pm

סביב העולם האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
יפה נוף איז ביי מיר באליבט ווייל איך קען דעם אינגערמאן, אב בחכמה ורך בשנים, און אויסער דעם לעצטן שבת - וואס איך בין געווען אין אויסלאנד - האב איך מיר געמאכט א מנהג אדורכצולערנען דעם גאנצן סדרה יעדע וואך מיט "יפה נוף", צו זעהן ווי ער איז מוסיף נופך אויף חומש ורש"י מיט א זאפטיגן געשמאק.


וויי פאר מיר אז וואס איך טוה איינמאל זאל מיר ווערן א מנהג (מען וועט עס נאך שפעטער דריקען אין זמירות..........)
הרב קרעמער כ'זעה שוין וואס דיין קאמפאניע אין אויסלאנד איז געווען אהא! איך האב דיר געבעטן אז איך וויל זיצן לעבן דיר.............נא נא!


כ'האב געזעהן און א וויליאמסעבורגער גליון ווי איינער האט אריינגעלייגט א מחאה אקעגן די ספר, אלס אומריינע השקפות,
פשוט נישט קיין כח מעתיק צו זיין די מחאה, אבער די נעקסטע וואך האט די גליון זיך אנטשולדיג פארן אריינשטעלן די מחאה

מאנטאג דצמבר 19, 2011 10:55 am

נייע ספר אין מיטן ברען פין די ארבעט,
תולדות אדמור"י בית טאהש, דער מו"ל לאסט זיך שטארק קאסטען פאר די ווערק,
עס אנטפלעקט א אוצר פין היסטורישע דוקימענטען בריעוו וכו',
איינער האט איפראמאציע קען איבערגעבען...
עס ווערט געשריבען דורך הירשל שווארץ

דינסטאג דצמבר 20, 2011 1:52 am

ישלהוסיף האט געשריבן:געזעהן יעצט נייע ספר 'אוצרות אגרת הקודש',
הכר נא למי החותמת ולמי הפתילות,
הרוצה בעילום שמו מחמת גודל ענותנותו,
אה, ב"ה אכשר דרא (בלשון תמיה).


דו ווייסט נישט???....

דער אוצר אגרות קודש איז געשריבן געווארן דורכן מלאך, וועלכע האט געוואוינט דאהי אין אמעריקא פארן קירג, און די בריוו'ן זענען געשריבן געווארן פאר זיין זון וועלכע איז נישט געוועהן 100 פראצענטיג אויפן טאטנס דרכים, ס'איז הפלא ופלא די בריוו'ן, מ'קען וויינען וויאזוי ער שרייבט אים מיט אזא געבעט, מיט אזויפיל תחנונים, אז ער זאל אנהאלטן די אלטע וועגן וכו',

דער ספר איז שוין געדריקט געווארן עטליכע מאל און עטליכע מאל בשעת דער זון בן המחבר האט נאך געלעבט ממילא איז פארשטענדליך געוועהן אז מ'זאל נישט בפי' שרייבן ווער דער שרייבער איז, אבער למען האמת איז דער ספר א געהעריגע מוסר ספר, אידיש געמישט מיט לשון קודש, מורא'דיג מורא'דיג,

דינסטאג דצמבר 20, 2011 6:07 am

ישלהוסיף האט געשריבן:נייע ספר אין מיטן ברען פין די ארבעט,
תולדות אדמור"י בית טאהש, דער מו"ל לאסט זיך שטארק קאסטען פאר די ווערק,
עס אנטפלעקט א אוצר פין היסטורישע דוקימענטען בריעוו וכו',
איינער האט איפראמאציע קען איבערגעבען...
עס ווערט געשריבען דורך הירשל שווארץ

.הירשל בן?

דינסטאג דצמבר 20, 2011 9:10 am

בן ר׳ בערל?

דינסטאג דצמבר 20, 2011 3:20 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:געזעהן יעצט נייע ספר 'אוצרות אגרת הקודש',
הכר נא למי החותמת ולמי הפתילות,
הרוצה בעילום שמו מחמת גודל ענותנותו,
אה, ב"ה אכשר דרא (בלשון תמיה).


דו ווייסט נישט???....

דער אוצר אגרות קודש איז געשריבן געווארן דורכן מלאך, וועלכע האט געוואוינט דאהי אין אמעריקא פארן קירג, און די בריוו'ן זענען געשריבן געווארן פאר זיין זון וועלכע איז נישט געוועהן 100 פראצענטיג אויפן טאטנס דרכים, ס'איז הפלא ופלא די בריוו'ן, מ'קען וויינען וויאזוי ער שרייבט אים מיט אזא געבעט, מיט אזויפיל תחנונים, אז ער זאל אנהאלטן די אלטע וועגן וכו',

דער ספר איז שוין געדריקט געווארן עטליכע מאל און עטליכע מאל בשעת דער זון בן המחבר האט נאך געלעבט ממילא איז פארשטענדליך געוועהן אז מ'זאל נישט בפי' שרייבן ווער דער שרייבער איז, אבער למען האמת איז דער ספר א געהעריגע מוסר ספר, אידיש געמישט מיט לשון קודש, מורא'דיג מורא'דיג,


אזוי, אין היינט צו טאג אז מ'דריקט דאס איבער קען מען שוין נישט שרייבען דו נאמען פונם כותב המכתבים,
איז דא אייניקלעך?

דינסטאג דצמבר 20, 2011 3:22 pm

יא, ס'איז דא אייניקלעך.

דינסטאג דצמבר 20, 2011 3:23 pm

farshlufen האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:נייע ספר אין מיטן ברען פין די ארבעט,
תולדות אדמור"י בית טאהש, דער מו"ל לאסט זיך שטארק קאסטען פאר די ווערק,
עס אנטפלעקט א אוצר פין היסטורישע דוקימענטען בריעוו וכו',
איינער האט איפראמאציע קען איבערגעבען...
עס ווערט געשריבען דורך הירשל שווארץ

.הירשל בן?


דער נייע אויפגעקומען'ער שטערן במלאכת הכתיבה
ר' הערשל ב"ר בערל שווארץ
זיין טאטע ר' בערל איז מלא ידיעות וטעם זקנים,
ובפרט לאחרונה מיט זיין היסטורישע ספר, וואס איז שטארק צו כאפט געווארען
דער זוהן איז אויפן וועג ארויף דעם לייטער, ער איז נישט דער טאטע, אבער איז נישט אוועק צו מאכען, ואדרבה...

דינסטאג דצמבר 20, 2011 3:25 pm

farshlufen האט געשריבן:יא, ס'איז דא אייניקלעך.


די כוונה פון מיין קשיא איז נישט צו עס איז יא אדער נישט דא אייניקלעך,
נאר צי די אייניקלעך שעמען זיך אויך וכו',
איז עס דעמאלס נישט א בחינה פון "א סוד פאר גאנץ בראד"?
שרייב א תגובה

Advertisement