איבער ספרים און מחברים
שבת דצמבר 10, 2011 6:18 pm
יוראפ האט געשריבן:איך האב געהערט אז אין די טעג דארף אנצוקומען א נייע שיפמענט פון די אויפגעכאפטע שו"ת נשמת שבת, פון הגה"צ רבי ישראל דוד הארפענעס שליט"א אבדק"ק ישראל והזמנים.
עס וועט זיין צו באקומען פארן גאר ביליגע פרייז פון זעכציג דאלער א סעט אנשטאטס די געווענליכע פרייז פון הונדערט און צוואנציג דאלער. בנדבת לבו הטוב פון ר' אברהם פנחס בערקאוויטש.
הנה הוא בא!!
ס'איז שוין ברוך השם אנגעקומען (דינסטאג וישלח) די לאנג ערווארטעטע שיפמענט פון אלע זעקס בענדער "נשמת שבת" אבער מיט דעם קומט אויך אן די ידיעה אז אין די ספרים געשעפטן וועט עס נישט זיין אויף די פאליצעס, עס וועט בלויז זיין צו באקומען ביים מחבר אליינס, צוליב די אפמאך וואס די חשובע מחבר שליט"א האט זיך אויסגענומען מיטן טיילווייזער נדבן "מהדורת ברקוביץ" אז עס וועט נישט קאסטן א סעט מער ווי זעכציג דולור, און אויס מורא אז די געשעפטן וועלן העכרן די פרייז כפי רצונם, דעריבער וועט עס נאר זיין עקסלוזיוו ביים חשובן מחבר שליט"א.
מיטוואך א טאג נאכדעם וואס די שיפמענט איז אנגעקומען אויפן אמעריקאנעם באדן האט זיך שוין פארקויפט איבער הונדערט סעטס כ"י, אין קרית יואל נאכדעם וואס די רב שליט"א דער מחבר האט געהאט יענעם טאג זיין מוטערס יאהרצייט איז ער ארויס געפארן קיין קרית יואל צום ציון. ער איז גערופן געווארן דורך די ראשי הכוללים פון די מבצר הכוללים אין קרית יואל אויפצוטרעטן מיט א שיעור אין הלכה, דערביי האט ער מיטגעברענגט די נייע סעטס פאר די ביליגע פרייז ווי ס'איז צוכאפט געווארן בעודו בכפו יבלענה!!!!!
Advertisement
שבת דצמבר 10, 2011 6:24 pm
אין מודעות אינערהאלב קרית יואל און אזוי אויך אינעם גליון זקיניך ויאמרו לך און אין די גליון מעין גנים איז געווען געמיאלדן אז איצט מוצאי שבת וועט פארטיילט ווערן ביים דינער פאר די מוסדות אין קרית יואל פאר אלע באטייליגטע דעם נייעם ערשינענע ספר "זקינך ויאמרו לך - חלק ד'" ווייסט איינער ווי עס זענען דא צובאקומען די ערשטע דריי חלקים? כ'האב עס נאכקיינמאל נישט געזעהן....
זונטאג דצמבר 11, 2011 9:38 am
סביב העולם האט געשריבן:אין מודעות אינערהאלב קרית יואל און אזוי אויך אינעם גליון זקיניך ויאמרו לך און אין די גליון מעין גנים איז געווען געמיאלדן אז איצט מוצאי שבת וועט פארטיילט ווערן ביים דינער פאר די מוסדות אין קרית יואל פאר אלע באטייליגטע דעם נייעם ערשינענע ספר "זקינך ויאמרו לך - חלק ד'" ווייסט איינער ווי עס זענען דא צובאקומען די ערשטע דריי חלקים? כ'האב עס נאכקיינמאל נישט געזעהן....
כ'מיין ס'איז נישטא אין די געשעפטן, דאס טיילט מען געווענליך נאר ביים דינער
זונטאג דצמבר 11, 2011 9:46 am
פארוואס טאקע נישט?
רב טעללער וויל אונז ברוקלינער אידן נישט מהנה זיין?
זונטאג דצמבר 11, 2011 9:56 am
ס'איז באמת רייכע אינטערסאנטע נוצבארע מעשיות א שאד מ'קען עס נישט באקומען אין ברוקלין והגלילות.
שוין כהעל שוין מוזען איינקלאפען מיט א מאנדראער (מיט א 'ד' דגושה) צו באקומען דעם שיינעם ספר.
זונטאג דצמבר 11, 2011 1:59 pm
איצטעט באקומען א ידיעה אז די אויפגעכאפטע ספר "שפתי חן" פון הגה"ח רבי שמואל קרויס זצ"ל קומט אצינד אן א פרישע שיפמענט נאכן דאס איבער דריקן דאס פיפטע מאל, יעדע מאל געדריקט עטליכע טויזנט. ס'גייט אויס און מ'דריקט נאך און נאך.
לעצט פאראכטן דורך
סביב העולם אום מאנטאג דצמבר 12, 2011 1:08 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג דצמבר 12, 2011 12:45 pm
איינער האט קשר מיט דעם ר' אברהם פנחס בערקאוויטש, דער נייער שפענדער אויף ספרים? איך זיך צו דרוקען אפאר ספרים, אפשר קעניך קריגען פון אים אפאר טאלער?
מאנטאג דצמבר 12, 2011 1:10 pm
מען ברויך נישט האבן קיין ספיציעלע קאנעקשאנס מיט איהם, ער האלט זיך פאר א שטיקל מבין אויף ספרים, דו ברויכסט דיך פשוט פארבינדן מיט איהם אליינס און איהם ווייזן דיין חומר און ער וועט דיר שוין גיבן זיין חלק אי"ה.
מאנטאג דצמבר 12, 2011 3:01 pm
ספר/קונטרס "בין אור לחושך" ביאורים יסודיים בענין בין השמשות ולילה. מחבר הרב זאב שכטר
עיקרו של הספר להוכיח שהמנהג הקדום בכל תפוצות ישראל היה כר"ת, וששיטת הגאונים שהראשון שהזכירה הוא מהר"ם אלשאקר לא נתקבלה, [ומאריך להוכיח שכל הראשונים לא מזכירים שיטת גאונים כזו וגם שבתשובת הגאונים המקורית מפורש להיפך ולמהר"ם אלשאקר נזדמנה העתקה שגויה)
ועוד מאריך להוכיח שהמציאות בארץ ישראל (שזה היה אחד מעיקרי הטענות נגד שיטת ר"ת) מתאימה דוקא לשיטת ר"ת ולא כשיטת הגאונים או כשיטה המיוחסת לחזו"א של 40 דקות. (ועיקר חיליה שמוכיח שלא ניתן לקרוא לילה ביציאת הכוכבים גרידא כל עוד שלא השחיר לגמרי הרקיע בצד מערב)
מכיון שאני ממש בור בנושא זה אינני יודע עד כמה דבריו של המחבר מחודשים ואם אכן דבריו נכונים ואמתיים. בכלל דרכו של הספר בסופה וסערה והתגוללות על המחזיקים בשיטת הגאונים כטועים וכנכשלים באיסורי דאורייתא, ודברי חכמים בנחת נשמעים ומכלל הן אתה שומע וכו'
מאנטאג דצמבר 12, 2011 8:17 pm
סביב העולם האט געשריבן:מען ברויך נישט האבן קיין ספיציעלע קאנעקשאנס מיט איהם, ער האלט זיך פאר א שטיקל מבין אויף ספרים, דו ברויכסט דיך פשוט פארבינדן מיט איהם אליינס און איהם ווייזן דיין חומר און ער וועט דיר שוין גיבן זיין חלק אי"ה.
ער צאלט טאקע ממש פול פרייז אדער נאר למחצה לשליש ולרביע
מאנטאג דצמבר 12, 2011 8:20 pm
טאפס 4 אלפים!
מאנטאג דצמבר 12, 2011 10:33 pm
מאטעס האט געשריבן:ספר/קונטרס "בין אור לחושך" ביאורים יסודיים בענין בין השמשות ולילה. מחבר הרב זאב שכטר
עיקרו של הספר להוכיח שהמנהג הקדום בכל תפוצות ישראל היה כר"ת, וששיטת הגאונים שהראשון שהזכירה הוא מהר"ם אלשאקר לא נתקבלה, [ומאריך להוכיח שכל הראשונים לא מזכירים שיטת גאונים כזו וגם שבתשובת הגאונים המקורית מפורש להיפך ולמהר"ם אלשאקר נזדמנה העתקה שגויה)
ועוד מאריך להוכיח שהמציאות בארץ ישראל (שזה היה אחד מעיקרי הטענות נגד שיטת ר"ת) מתאימה דוקא לשיטת ר"ת ולא כשיטת הגאונים או כשיטה המיוחסת לחזו"א של 40 דקות. (ועיקר חיליה שמוכיח שלא ניתן לקרוא לילה ביציאת הכוכבים גרידא כל עוד שלא השחיר לגמרי הרקיע בצד מערב)
מכיון שאני ממש בור בנושא זה אינני יודע עד כמה דבריו של המחבר מחודשים ואם אכן דבריו נכונים ואמתיים. בכלל דרכו של הספר בסופה וסערה והתגוללות על המחזיקים בשיטת הגאונים כטועים וכנכשלים באיסורי דאורייתא, ודברי חכמים בנחת נשמעים ומכלל הן אתה שומע וכו'
פונקט געזעהן היינט אז הרב בריסק פון מאנסי האט ארויסגעגעבן א דריטע ספר בעניני זמנים, איך מיין עס הייסט הזמנים בהלכה-בין השמשות, ער איז זייער שיין מסדר דעם ענין, פון די ראשונים ביז די אחרוני זמנינו, א בחינה פון א בתראה ווייל ער ברענגט נאך פון אלע היינטיגע וואס האבן עוסק געווען אין דעם ענין.
מאנטאג דצמבר 12, 2011 10:36 pm
מיללער האט געשריבן:איינער האט קשר מיט דעם ר' אברהם פנחס בערקאוויטש, דער נייער שפענדער אויף ספרים? איך זיך צו דרוקען אפאר ספרים, אפשר קעניך קריגען פון אים אפאר טאלער?
פרידמאן האט איר שוין געטרייט?
מאנטאג דצמבר 12, 2011 11:06 pm
Latke האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:איינער האט קשר מיט דעם ר' אברהם פנחס בערקאוויטש, דער נייער שפענדער אויף ספרים? איך זיך צו דרוקען אפאר ספרים, אפשר קעניך קריגען פון אים אפאר טאלער?
פרידמאן האט איר שוין געטרייט?

פרידמאן דארף מען קענען עפארדן... בבחינת: די צווייטע מיליאן איז נישט קיין פראבלעם, די ערשטע מיליאן וואו שאפט מען?
דינסטאג דצמבר 13, 2011 3:19 pm
כן ירבו!
דינסטאג דצמבר 13, 2011 3:30 pm
אפאר נייע ספרים וואס איך האב באמערקט באזוכענדיג אין ספרים געשעפט
א] אנציקלופדיה תלמודית כרך ל
ב] בני יששכר חדשי כסלו טבת הוצאת עוז והדר
ג] בני יששכר לחנוכה עם פירוש יודעי בינה [נאר אויף 3 מאמרים]
דינסטאג דצמבר 13, 2011 4:02 pm
מיללער האט געשריבן:איינער האט קשר מיט דעם ר' אברהם פנחס בערקאוויטש, דער נייער שפענדער אויף ספרים? איך זיך צו דרוקען אפאר ספרים, אפשר קעניך קריגען פון אים אפאר טאלער?
ס'קומט מיט א תנאי קודם למעשה, אז א גאנצע בויגען דארף מען געבן לע"נאו צו באשרייבען זיין מאמע גינענדיל ע"ה
דינסטאג דצמבר 13, 2011 4:07 pm
נישט מער ווי רעכט, בעטסט פון אים געלט, געב אים עפעס צוריק
דינסטאג דצמבר 13, 2011 6:18 pm
Latke האט געשריבן:מאטעס האט געשריבן:ספר/קונטרס "בין אור לחושך" ביאורים יסודיים בענין בין השמשות ולילה. מחבר הרב זאב שכטר
עיקרו של הספר להוכיח שהמנהג הקדום בכל תפוצות ישראל היה כר"ת, וששיטת הגאונים שהראשון שהזכירה הוא מהר"ם אלשאקר לא נתקבלה, [ומאריך להוכיח שכל הראשונים לא מזכירים שיטת גאונים כזו וגם שבתשובת הגאונים המקורית מפורש להיפך ולמהר"ם אלשאקר נזדמנה העתקה שגויה)
ועוד מאריך להוכיח שהמציאות בארץ ישראל (שזה היה אחד מעיקרי הטענות נגד שיטת ר"ת) מתאימה דוקא לשיטת ר"ת ולא כשיטת הגאונים או כשיטה המיוחסת לחזו"א של 40 דקות. (ועיקר חיליה שמוכיח שלא ניתן לקרוא לילה ביציאת הכוכבים גרידא כל עוד שלא השחיר לגמרי הרקיע בצד מערב)
מכיון שאני ממש בור בנושא זה אינני יודע עד כמה דבריו של המחבר מחודשים ואם אכן דבריו נכונים ואמתיים. בכלל דרכו של הספר בסופה וסערה והתגוללות על המחזיקים בשיטת הגאונים כטועים וכנכשלים באיסורי דאורייתא, ודברי חכמים בנחת נשמעים ומכלל הן אתה שומע וכו'
פונקט געזעהן היינט אז הרב בריסק פון מאנסי האט ארויסגעגעבן א דריטע ספר בעניני זמנים, איך מיין עס הייסט הזמנים בהלכה-בין השמשות, ער איז זייער שיין מסדר דעם ענין, פון די ראשונים ביז די אחרוני זמנינו, א בחינה פון א בתראה ווייל ער ברענגט נאך פון אלע היינטיגע וואס האבן עוסק געווען אין דעם ענין.
ביידע צילען צום זעלבען פונקט, אלע וואס גייען מיט'ן גאונים זענען זיך טועה, און פארשטיין נישט קיין מינדעסטען אין די ענינים, נאר זיי ברוחב בינתם זענען אנגעקומען צום אמת.
נישט געזארגט, גם אני פיר זיך לויט'ן רבינו תם, אבער דער ציל איז אפגעפרעגט.
דינסטאג דצמבר 13, 2011 11:39 pm
אוהב ספרים האט געשריבן:אפאר נייע ספרים וואס איך האב באמערקט באזוכענדיג אין ספרים געשעפט
א] אנציקלופדיה תלמודית כרך ל
ב] בני יששכר חדשי כסלו טבת הוצאת עוז והדר
ג] בני יששכר לחנוכה עם פירוש יודעי בינה [נאר אויף 3 מאמרים]
הוספה אויף אות ב]
ערשטענס: די בני יששכר אויף חדשי כסלו טבת פון עוז והדר איז שוין באמת געווען געדריקט, ווען זיי האבן געהאט ארויסגעגעבן די באנד "משנת המועדים" אויף חנוכה איז געווען אינדעם איבערגעדריקט די בני יששכר.
צווייטענס: סאיז יעצט נאר ארויסגעקומען אין א "פורמט כיס" א פאקעט סייז.
דריטענס: כ'זעה נישט עפעס ספיציעל מיט זייער הוצאה פון בני יששכר לגבי די אנדערע דפוסים וואס האבן געמאכט א הערליכע ארבעט, אויסער אז זיי האבן עס סתם ארויסגעשאסן.
הוספה אויף אות ג]
ערשטענס: זייער א שיינע ארבעט פון א געוויסן איד אין בית שמש ארה"ק, ספעציעל געמאכט פאר "מתחילים" וואס ער איז מבאר דברים פשוטים אבער פאר ווער עס איז א מתחיל פירט עס אריין צום לימוד בספר הקדוש בני יששכר.
לעצט פאראכטן דורך
סביב העולם אום זונטאג ינואר 15, 2012 11:45 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג דצמבר 13, 2011 11:55 pm
פרישע ספרים אויפן מארק
א]
ירח למועדים א גאר הערליך ספר אויף חנוכה פון דרשת און שיחות
מאת הרב הגאון ר' ירוחם אלשין שליט"א מגדולי ראשי ישיבות פון מתיבתא גבוהה אין לעיקוואוד.
ארויסגעגעבן דורך זיינע תלמידים - א הערליכע ארבעט מבית ומבחוץ!
ב]
אוצר הידיעות (אסיפת גרשון) א שיינע ספר פון ידיעות בהלכה ובאגדה אויף די ימי החנוכה צוזאמען געקליבן לפונדק אחד, כ'גדענק נישט זיין נאמען אבער ער האט שוין ארויסגעגעבן אויף שבת און אויף שבועות, שיינע זאכן!
ג] אן אוצר פון הערליכע תורות אויף חנוכה פון די
אדמור"י בלאזוב דער הייליגער
צבי לצדיק און פון בנו דער
קרן ישועה אויך פון דער לעצטיגער בלאזוב'ער רבי זצ"ל.
מעשי ידיהם להתפאר! ספיציעל חנוכה האבן זיי א גרויסער קשר זיי זענען דאך אייניקלעך פון הייליגן בני יששכר זי"ע.
מיטוואך דצמבר 14, 2011 11:38 am
סביב העולם האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן:אפאר נייע ספרים וואס איך האב באמערקט באזוכענדיג אין ספרים געשעפט
א] אנציקלופדיה תלמודית כרך ל
ב] בני יששכר חדשי כסלו טבת הוצאת עוז והדר
ג] בני יששכר לחנוכה עם פירוש יודעי בינה [נאר אויף 3 מאמרים]
הוספה אויף אות ב]
ערשטענס: די בני יששכר אויף חדשי כסלו טבת פון עוז והדר איז שוין באמת געווען געדריקט, ווען זיי האבן געהאט ארויסגעגעבן די באנד "משנת המועדים" אויף חנוכה איז געווען אינדעם איבערגעדריקט די בני יששכר.
נישט די זעלבע זאך, דעי כרך איז אויפען דרך פון די מאמרי השבתות וואס איז ארויסגעקומען אפאר יאר צוריק
סביב העולם האט געשריבן:צווייטענס: סאיז יעצט נאר ארויסגעקומען אין א "פורמט כיס" א פאקעט סייז.
ס'איז ארויסגעקומען 2 סייזעס, די קליינע און די גרויסע
סביב העולם האט געשריבן:דריטענס: כ'זעה נישט עפעס ספיציעל מיט זייער הוצאה פון בני יששכר לגבי די אנדערע דפוסים וואס האבן געמאכט א הערליכע ארבעט, אויסער אז זיי האבן עס סתם ארויסגעשאסן.
הוספה אויף אות ג]
ערשטענס: זייער א שיינע ארבעט פון א געוויסן איד אין בית שמש ארה"ק, ספעציעל געמאכט פאר "מתחילים" וואס ער איז מבאר דברים פשוטים אבער פאר ווער עס איז א מתחיל פירט עס אריין צום לימוד בספר הקדוש בני יששכר.
גראדע פון אשדוד
מיטוואך דצמבר 14, 2011 1:48 pm
אוהב ספרים האט געשריבן:ס'איז ידוע אז דער בני יששכר האט געשפירט אז זיין שורש נשמה האט שייכות מיט חנוכה וכו',
מען זעהט טאקע אז גאר גרויס חלק פון בני יששכר איז געשטעלט אויף די ימי החנוכה, דוק ותשכח.
ווי אויך האט דער הייליגער בני יששכר זי"ע געשריבן אן עקסטער ספר 'חידושי מהרצ"א' אויף חנוכה (סוגיא דכבתה)
מיטוואך דצמבר 14, 2011 1:54 pm
יוראפ האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן:ס'איז ידוע אז דער בני יששכר האט געשפירט אז זיין שורש נשמה האט שייכות מיט חנוכה וכו',
מען זעהט טאקע אז גאר גרויס חלק פון בני יששכר איז געשטעלט אויף די ימי החנוכה, דוק ותשכח.
ווי אויך האט דער הייליגער בני יששכר זי"ע געשריבן אן עקסטער ספר 'חידושי מהרצ"א' אויף חנוכה (סוגיא דכבתה)
היה מבית דינו של חשמונאי!
מיטוואך דצמבר 14, 2011 3:25 pm
ביטע צווינגט אונז נישט ווידעראמאל צו נוצן דעם מעקער.
א דאנק.