Advertisement

איבער ספרים און מחברים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג יולי 18, 2011 4:44 am

איז ארויסגעקומען הרב הארפענעס' מקדש ישראל אויף הלכות פסח חלק א' לעצטע יאהר איז געווען צו פארקויפען נאר דער צווייטע חלק

Advertisement

מאנטאג יולי 18, 2011 9:41 am

דאכצעך מיר אז די מאכסט א טעות.
ווייל לויט וויפיהל איך ווייס איז ער נאכנישט ארויסגעקומען אויף פסח.
נאר פילייכט רעדסטו פון סוכות. וואס דארויף איז מיין ענטפער יא עס איז שוין דא צובאקומען אויף הושענה רבה אויך. אין טאטאל - ב"כ

מאנטאג יולי 18, 2011 9:47 am

ניין
דעפענעטלי איז שוין ארויס א חלק אויף פסח
נאר עס זענען דא צוויי שטערנדלעך אויף דער באנד....

מאנטאג יולי 18, 2011 9:52 am

אה! קאן גאר זיין !
ווארשיינליך פעלט מיר אין ידיעה.
וועלן מיר זיך ברויכן אריינלייגן דערין!
עס איז אבער קיין משמעות דערפון. אז ס'פארהאן א ערשטע, ווייל מאכט זיך אפט אז מען גיט קודם ארויס,
די חלק וואס איז א פריאריטעט, און וואס איז נוגע וויכטיגער פארן ציבור .
נישט אזוי?

מאנטאג יולי 18, 2011 10:01 am

יא
אזוי האט דער מוכ"ס מיר געזאגט ביי אונז אין שטעטעלע הרוצה בעילום שמו מחמת איסור גילוי
אז דער הרב הארפענעס מאכט עטליכע מאהל אזוי ארויס צו ברענגען חלק ב' פאר חלק א' די שאלה איז נאר
צו דאס איז אזוי ווי מוסף פאר שחרית
א שווערע שאלה...

מאנטאג יולי 25, 2011 12:51 pm

קבלתי ממכון מאגרי-קדם:

לרגל יובל שנים לפטירת הרה"ק רבי לוי יצחק לייפער זצוק"ל אדמו"ר מנאדבורנא אראד - חיפה כ"א תמוז תשכ"א - תשע"א יצא הספר קדושת יצחק כלול בהדרו הכולל דברי תורה על פרשת השבוע מעט מזעיר אשר השאיר אחריו ברכה בכתב ידו הקדושה אחרי שנלקחו כל שאר כתבי ידיו ע"י זדים הקומניסטים הארורים בעת עלותו לחונן את עפר ארץ הקדושה.


בנוסף לזה הבאנו תולדות המחבר הקדוש עם תולדות אביו הרה"ק רבי יחיאל וזקנו הרה"ק רבי יוסף מבארשא זי"ע בליוי תמונות ומסמכים נדירים.

עוד הוספנו בו כל סדר יחוסו למעלה בקודש עם רשימת ימי הזכרון מסודר לפי חודשי השנה.

את הספר ניתן להשיגף

בירושלים: אצל המו"ל רח' תלמודי 22 טל': 025828364 פל': 0527698364

בב"ב: אצל הרב מאיר לייפער רח' חזון איש 49 טל': 036184025 פל': 0527605446

בארה"ב: אצל הרב יוסף לייפער טל':7184385306 פל': 3475482130
עטעטשמענטס
New Image.JPG

דינסטאג יולי 26, 2011 2:52 pm

לאוהבי וחוביי ספרי לימוד בתורת הנגלה.

יצא לאור ספר מנחת אפרים להגר"א פאדעווא שליט"א מלאנדאן

עם תשובות למדניות בהיקף הסוגיות גם בסברא.

אם כי לא נכנס בנושאים קאנטרווערסע"ל

אך יש בהם מן העומק, המציגים קצת את תורתו של האי איש נכבד, גאון ולמדן, מאסכולת עץ חיים בירושלים.

חסר שם שטח ההוראה למעשה, שאביו כידוע היה בזה חד במינו עם הוראות מיוחדות בנגוד לרוב המורים. אשר חלק מהם כתובים על ספר פתח שער לחתנו הרב פרידמאן.

דינסטאג יולי 26, 2011 2:55 pm

יצא לאור ספר עם הוראות וסיפורים מהרב העניך פאדווא, שרשמם ר' אברהם יונה שווארץ אבד"ק ווין,
היבש קאנטאוורסיעל, איני זוכר השם
הרבה נהניתי מזה, אף שלא הכל שיש שם הי' צריך להדפס, ולא הכל שם מדויק בתכלית

מיטוואך יולי 27, 2011 2:59 am

צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:לאוהבי וחוביי ספרי לימוד בתורת הנגלה.

יצא לאור ספר מנחת אפרים להגר"א פאדעווא שליט"א מלאנדאן

עם תשובות למדניות בהיקף הסוגיות גם בסברא.

אם כי לא נכנס בנושאים קאנטרווערסע"ל

אך יש בהם מן העומק, המציגים קצת את תורתו של האי איש נכבד, גאון ולמדן, מאסכולת עץ חיים בירושלים.

חסר שם שטח ההוראה למעשה, שאביו כידוע היה בזה חד במינו עם הוראות מיוחדות בנגוד לרוב המורים. אשר חלק מהם כתובים על ספר פתח שער לחתנו הרב פרידמאן.

כן
יש בו הירושלים'קייט
הגר"א למד ביחד עם אאמו"ר בעץ חיים והיו ידידים בלב ונפש
ואפילו כיום הזה נפשם תערוג בזוכרם הימים ההם...

זונטאג יולי 31, 2011 2:04 pm

והוא פלאי האט געשריבן:יצא לאור ספר עם הוראות וסיפורים מהרב העניך פאדווא, שרשמם ר' אברהם יונה שווארץ אבד"ק ווין,
היבש קאנטאוורסיעל, איני זוכר השם
הרבה נהניתי מזה, אף שלא הכל שיש שם הי' צריך להדפס, ולא הכל שם מדויק בתכלית

הליכות חנוך,

ספר חדש

מאנטאג אוגוסט 01, 2011 1:03 am

סאיז לעטצנס ארויסגעקומען א ספר וואס הייסט מאורות נחום דארטן פרובירט ער אויפצו ווייזן אז גאר אסאך ראשונים האלטן ווי די גאונים(בנין שקיה"ח ולילה) אפילו גאר אסאך ראשונים וואס סיז קלאר אז זיי האלטן נישט אזוי (עכ"פ ביז היינט )זאגט ער קאפויער אא"וו אזוי אויך איז יעצט געדרוקט געווארן א ספר הררי קדם פון הר' יוסף דוב(יאשע בער)סאלאווייטשיק (JB) ער איז געווען גאר אן אינטרעסאנטער מענטש אן אייניקל פונעם בית הלוי און אויך א פראפעסער (אדער ד''ר.)אין יעשיווע יונערווערסיטי ער האט פארגעלערנט דארט גמרא אבער איבער זיין היסטאריע וועט א צווייטער מוזן שרייבן אדער ווען כעל האבן צייט אזוי אויך איז ערשינען א בוך פון טויזענט (1000) בלעטער (אין איין באנד) וועגן דעם חזון איש זצוקללה''ה ווי באוואוסט איז דער בוך מעשה איש פיל מיט דימיונות

מאנטאג אוגוסט 01, 2011 2:58 am

הרב אויגען דאקטער
איך מוז דיר זאגען אז עס שווינדעלט די אויגען צו ליינען דיין תגובה
וואלסטו אפשר געקענט עדיטען דיין תגובה אין עטליכע פאראגראפען...
א דאנק
הררי קדם איז שוין דא צוויי בענדער חידושים פון הגרי~ד מבאסטאן על המועדים מלוקט דארך הרב שורקין
דער בוך איבער דעם חזון איש איז געשריבען דארך א היסטאריקער
איך ווייס נישט אויב ער איז א שומר תומ"צ...

מאנטאג אוגוסט 01, 2011 6:27 am

אויגן-דאקטער האט געשריבן:סאיז לעטצנס ארויסגעקומען א ספר וואס הייסט מאורות נחום דארטן פרובירט ער אויפצו ווייזן אז גאר אסאך ראשונים האלטן ווי די גאונים(בנין שקיה"ח ולילה) אפילו גאר אסאך ראשונים וואס סיז קלאר אז זיי האלטן נישט אזוי (עכ"פ ביז היינט )זאגט ער קאפויער אא"וו אזוי אויך איז יעצט געדרוקט געווארן א ספר הררי קדם פון הר' יוסף דוב(יאשע בער)סאלאווייטשיק (JB) ער איז געווען גאר אן אינטרעסאנטער מענטש אן אייניקל פונעם בית הלוי און אויך א פראפעסער (אדער ד''ר.)אין יעשיווע יונערווערסיטי ער האט פארגעלערנט דארט גמרא אבער איבער זיין היסטאריע וועט א צווייטער מוזן שרייבן אדער ווען כעל האבן צייט אזוי אויך איז ערשינען א בוך פון טויזענט (1000) בלעטער (אין איין באנד) וועגן דעם חזון איש זצוקללה''ה ווי באוואוסט איז דער בוך מעשה איש פיל מיט דימיונות

מען קען נישט שרייבן וועגן מאורות נחום אן עובר זיין אויף די תקנות
אבער ממילא אויף'ן קאלאשיצער רב און אויף ר' משה ליב סטריזובער צו שרייבן אז זיי האבן נישט גוט געציילט שיטות, און דער ציילן שיטות מאכט א בהלה כר"ת איז ער א ש..
אבער אזוי צו שרייבן אויפ'ן מנחת כהן, אן אחרון וואס אלע פוסקים ברענגן, אז ער האט נישט גוט געציילט און פון די 14 וואס דער מנ"כ ברענגט כר"ת זענען גאונים און איינס נישט מוכרח און איינס ספק, און דינגען זיך מיטן מנ"כ אז ער האט נישט פארשטאנן רש"י און רמב"ם איז שלא בדרא דאונא
ער איז נעבעך

ווי אזוי הייסט דער ספר על החזו"א

מאנטאג אוגוסט 01, 2011 6:34 am

עי' בהסכמת הגר"י ראטה בספר מאורות נחום ותמצא נחת.

מאנטאג אוגוסט 01, 2011 6:36 am

מי הוא המחבר של הספר מאורות נחום?

מאנטאג אוגוסט 01, 2011 7:04 am

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:עי' בהסכמת הגר"י ראטה בספר מאורות נחום ותמצא נחת.

א יוד איז בארעכטיגט צו שרייבן א חיבור כשיטת הגאונים
אבער מען דארף וויסן אז אונז מען מורישקעס קעגן גדולי האחרונים
כמדומה אז מהר"י רוטה באציט זיך נאר לעצם המחלוקת

מאנטאג אוגוסט 01, 2011 7:05 am

farshlufen האט געשריבן:מי הוא המחבר של הספר מאורות נחום?

בעל הבית אחד

מאנטאג אוגוסט 01, 2011 7:07 am

ושמו?

מאנטאג אוגוסט 01, 2011 7:17 am

ר' נחום בר' דוד פישמאן

מאנטאג אוגוסט 01, 2011 7:27 am

והוא פלאי
החזון איש
דורך בנימין בראון
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... m_id=19616

מיטוואך אוגוסט 03, 2011 6:34 am

נייע ספר ערשנינען מנחת חינוך מיט בשולי המנחה, לאנגע ביאורים ובירורים אין אלע מקצועות וואס ווערט דערמאנט אין מנחת חינוך. ארויסגעגעבן דורך מ-י.

אין די הקדמה פון זייער באקאנטע מנח"ח פארשפרעכן זיי אז זיי פלאנען ארויסצוגעבן אזא ספר, ענדליך איז דאס מקוים געווארן.

די ערשטע באנד איז ביז מצוה מ"א. עס וועט זיכער זיין א שטארקע אויפטוה אין די תורה וועלט, עס וועט ארייננעמען צענדליגע טויזענטער מקצועות התורה.

לאמיר נאר האפן אז זיי וועלן האבן שכל און מאכן א גוטע מפתח ענינים.

מיטוואך אוגוסט 03, 2011 6:49 am

יגעתי
זאג מיר ביטע
איז דאס א הוספה צו די דריי בענדער וואס באשטיין שוין
אדער א קאמפלעטע איבערגעדרוקטע זאך....

מיטוואך אוגוסט 03, 2011 8:59 am

נייע איבערגעדרוקטע זאך. ספר החינוך און מנחת חינוך אויבן, און אונטער דעם לאנגע ביאורים, און אונטער דעם מראי מקומות וכדומה מער בעיון.

מיטוואך אוגוסט 03, 2011 9:47 am

שוין ווייטער א טריק פון מדפיסים
עס איז נישט פעיר פאר די וואס האבען שוין די אלטע נייע דרוק פון מנ"ח מכון ירושלים...
אלעמאהל מוז מען קויפען אלעסדינג אויפסניי....

מאנטאג אוגוסט 15, 2011 7:30 pm

לכבוד די קומענדיגע יארצייט פין דער בעלזער רב זצ"ל איז ארויס געקומען א נייע ספר מיטן נאמען "בקודש פנימה"

זכרונות אין עובדות געשריבן דורך דער משב"ק ר' יצחק לאנדאו שליט"א
איך האב נאכנישט געזעהן נאר געהערט אז עס איז א שיין ספר אינסטערסאנט ספר..
שרייב א תגובה

Advertisement