Advertisement

איבער ספרים און מחברים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך יולי 06, 2011 12:54 pm

תרנגול האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:אגב אויך געזעהן דארט, אז מ'האט איבערגעדריקט די עולמו של אבא פאר ווער עס דארף עס

נישט אז איך דארף עס, איך קען לעבן אהן דעם, אבער איך האב עס גראדע געזוכט אפאר מאל איינצוהאנדלען. א דאנק פאר די מעלדונג.

ס'האט א נייע שיינע דעקעל, אויב דו דערקענט עס נישט, און ס'קאסט דארט זעקס און צוואנציג דוללער

Advertisement

דאנערשטאג יולי 07, 2011 6:04 am

ס'איז ארויסגעקומען א נייער באנד פון אלפא ביתא פון ר' שמואל אשכנזי...

דאנערשטאג יולי 07, 2011 1:16 pm

ווער דאס ר' שמואל אשכנזי און וואס זענען זיינע ווערק?

דאנערשטאג יולי 07, 2011 1:32 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:ווער דאס ר' שמואל אשכנזי און וואס זענען זיינע ווערק?


ידוע בכינויו 'שמואל זעירא' הנה אשכול עליו בפורום אוצה"ח:
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=19&t=4133

דאנערשטאג יולי 07, 2011 1:43 pm

תודה הרב מסקרענטאן שליט"א

(אגב, זייענדיג אין די קעטסקילס איז מיר אויסגעקומען אריבערצופארן די שטאט סקרענטאן...)

דאנערשטאג יולי 07, 2011 1:48 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:תודה הרב מסקרענטאן שליט"א

(אגב, זייענדיג אין די קעטסקילס איז מיר אויסגעקומען אריבערצופארן די שטאט סקרענטאן...)


[אויפריכטיג גערעדט אז מ'פארט אריבער סקרענטאן קומט מען באזוכען ביים רב, נאר דער תירוץ לפע"ד איז אז איר זענט באמת נישט אריבערגעפארן סקרענטאן וועכלע געפינט זיך אין פענסילוועניע בעת וואס איר זענט אין די קעטסקיל ראיאן וועלכע איז פלאצירט אין הויעכשטאט ניו יארק, איי איר זאגט אז ער זענט דורכגעפארן וועט מען דאס איינזעצן אז בשעת איר זייט געפארן אויפן 17נער שטראז (בעתיד 86) האט איר געמערקט א שילד וועלכע צייגט דעם ארויספאר וועג צום 84 מעריב-צו וועלכע פירט זאגאר קיין סקרענטאן (עקזיט 122 דאכציך ביי מידלטאון) ובזה יתיישב כל הקושיות כמין חומר ודו"ק]

דאנערשטאג יולי 07, 2011 1:51 pm

יא, פיין צוגעטראפן, איך האב באמערקט דעם שילד אין אן אויגן בליק פארנדיג שנעל אויפ'ן שאסיי.

דאנערשטאג יולי 07, 2011 2:20 pm

ראש הקהל האט געשריבן:מקור טהור האב איך געמיינט אז ער שרייבט עפ"י רוב נאר אמת, אן דמיונות
פארוואס זאגט איר אז כ'האב עפעס פריוואט מיט עים, ווען כ'האב און מיין לעבען נישט געזעהן דער מענטש
נאר אויפן טעלעפאון ווי איך בין נשתומם געוועהן פון זיין שכל הישר און גאנג,
כ'האבן עים גראדע געגעבן פרנסה ווען ער האט מפענח געוועהן כתב ידות פאר מיר,
און כ'האב עים שטארק געוואלט טרעפן, אבער ס'קיין מאל נישט צושטאנד געקומען

שטארק הנאה געהאט דער אופן ווי ער האט אראפגעלייגט די פרעמונאטן, כ'האב מיך געפילט ווי און דער ת"ר יארן
דו"ק ותשכח

געשמועסט אסאך מיט אים, כ'זעה נישט ער זאלן לייגן זאלץ און פעפער צו מעשיות.......וכדומה למיניהם


איך קען ר' בערל זייער גיט, כ'בין שוין געווען ביי אים און שטוב עטליכע מאל, געזען אסאך אינטערעסאנטע זאכן דארט.

איך וויל נאר צולייגען איין קלייניקייט די ניגון "מען דארף באהאלטן א ספדיק אן אלטען..... אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכער איד" איז ווי געגאסען אויף ר' בערל'ס מהות,

ער איז פון די לעצט געבליבענע אייראפישע אינזלען דא אין אמעריקע.

ודי בזה

<

דאנערשטאג יולי 07, 2011 2:53 pm

דאס איז געוועהן פשט אז כ'האב ליב געהאט ווי אזוי ער האט געמאכט די פרעמונאטן
איך נעם מיך שטארק אן אויפ זיין מהלך און גאנג, ס'דא ווייניג וואס ווילען אנערקענען דער אמת
אזוי ווי עים

דאנערשטאג יולי 07, 2011 4:49 pm

וואס האט ער געמאכט מי די פרעמוראנטען?

דאנערשטאג יולי 07, 2011 8:13 pm

געזוכט אלטע פאנט פון רש"י אותיות, צוויי קאלומס, אויסגעשטעלט און דער שטעיט
אזוי וי און דער אלטע היים, ער האט אפירגעזוכט שטעיט פון אונטער די ערד אנצופילן
ס'זאל זיין ווי מער שטעיט דערמאנט, אזוי ווי: סאן פראציסקא, טינעק וכהנה וכהנה, ממש
מתוק כדב"ש

דאנערשטאג יולי 07, 2011 8:54 pm

ראש הקהל האט געשריבן:געזוכט אלטע פאנט פון רש"י אותיות, צוויי קאלומס, אויסגעשטעלט און דער שטעיט
אזוי וי און דער אלטע היים, ער האט אפירגעזוכט שטעיט פון אונטער די ערד אנצופילן
ס'זאל זיין ווי מער שטעיט דערמאנט, אזוי ווי: סאן פראציסקא, טינעק וכהנה וכהנה, ממש
מתוק כדב"ש

אין צוגאב צו דעם האט מיר די דעקל פונעם ספר אויך שטארק געכאפט. איך מיין אז ס'קען נאך קאמפיטן מיט די ספרים דעקלעך פון 200 יאר צוריק.

דאנערשטאג יולי 07, 2011 9:04 pm

כ'האב דעיס טאקע אינזין געהאט צו שרייבען, כ'האב אבער פארגעסן

שבת יולי 09, 2011 11:47 pm

מיללער האט געשריבן:ער [הרב בערל שווארץ] איז א חוקר און ידען, א ת"ח ויודע ספר, בקי בקורות הדורות ומפורסם כספרא רבא

;l;p-

וראויים הדברים למי שאומרם:
"ער [הרב מיללער מסקרענטאן] איז א חוקר און ידען, א ת"ח ויודע ספר, בקי בקורות הדורות ומפורסם כספרא רבא".

זונטאג יולי 10, 2011 11:36 am

קרעפלקאפ האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ער [הרב בערל שווארץ] איז א חוקר און ידען, א ת"ח ויודע ספר, בקי בקורות הדורות ומפורסם כספרא רבא

;l;p-

וראויים הדברים למי שאומרם:
"ער [הרב מיללער מסקרענטאן] איז א חוקר און ידען, א ת"ח ויודע ספר, בקי בקורות הדורות ומפורסם כספרא רבא".


הונדערט פראצענט מסכים מיט אייך
מיר ווארטן טאקע אלע ער זאל זיך נעמן דרוקען זיינע ידיעות און חיבורים
אן די אלע שקרנות וואס מ'דרוקט היינט, בלאף אאו"ו,
מיר וועלן אלע געבן מעות קדימה בלב שלם,
הרב מיללער איר קענט שוין אנהייבען, חזק חזק

זונטאג יולי 10, 2011 5:58 pm

אה ר' בערל, מתוק מדב"ש, אזוי ווי אין דער אלטער היים, אן א קאמפיוטער אן א פעקס מאשין, מיט א פשוטע פעדער (א וואונדער אז ער האט נישט קיין פעדער מיט טינט), שרייבט ער אפ רעיוני מחשבתו
איך האב מיר שוין עטליכע מאל באנוצט מיט אים, א ידען נפלא

זונטאג יולי 10, 2011 6:16 pm

א נייע ספר ערשיינען למשפחותם לבית אבותם פון מ. ירושלמי און די געשעפטן
באשרייבט משפחות רוטשטיין גולדבערג-ידלר בינדיגער, ועוד
אדערווייל נישט געכאפט וואס ער וויל, און דאס ביסעל וואס איך האב געבלעטערט
ביי משפחת בינדיגער מיין איך ער איז קאנפיוזט און צומישט מיט זאכן, און מיסטעיקס

זונטאג יולי 10, 2011 8:20 pm

דוד פיישוט האט געשריבן:אויך האט מען לעצטענס איבערגעדרוקט דעם "צמח דוד" אין א שיינעם דרוק

מאנטאג יולי 11, 2011 5:39 am

ראש הקהל האט געשריבן:א נייע ספר ערשיינען למשפחותם לבית אבותם פון מ. ירושלמי און די געשעפטן
באשרייבט משפחות רוטשטיין גולדבערג-ידלר בינדיגער, ועוד
אדערווייל נישט געכאפט וואס ער וויל, און דאס ביסעל וואס איך האב געבלעטערט
ביי משפחת בינדיגער מיין איך ער איז קאנפיוזט און צומישט מיט זאכן, און מיסטעיקס

אוי וויי ראש הקהל
איך האב געוואלט קויפען דער בוך
דאכט זיך אבער אז עס איז ראטמאן און נישט ראטשטיין
איך שטאם טאקע פון די ראטמאן משפחה
דערפאר האב איך געהאלטען ביים קויפען
אבער אויב עס איז נישט פארלעסליך פארוואס זאל איך עס קויפען...

מאנטאג יולי 11, 2011 11:37 am

קען זיין כ'האב מיר טועה געוועהן ראטמאן אנשטאט ראטשטיין

ביי משפחת בינדיגער וואס דארט האב בעיקר געבלעטערט זייענדיג אן אייניקעל
האב איך געטראפן גראבע מיסטעקס און טעותים, און זיי האבן עפעס ארויס דער יחוס
וואס קיינער און די משפחת בינדיגער איז מסכים מיט זיי, כ'וואלט געוואלט וויסען ווער זענען זיינע סורסוס??
איין גראבע מיסטעיק האבן זיי אויף א בילד וואס זיי שרייבען דארט צו, זהו האוהל הגדול הגדול אשר נבנה
על מציבת הקדושים לבית בעלזא זי"ע (בערך אזעלכע ווערטער), ווען יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז און בעלזא האט
מען מקפיד געוועהן נישט צו האבן א אוהל, און נאך אסאך אסאך מיסטעיקס

מאנטאג יולי 11, 2011 9:32 pm

למען הפונקטליכקייט:
ער באשרייבט די "ראטמאן'ס" אדער "רויטמאן'ס"?

דינסטאג יולי 12, 2011 3:07 am

ראטמאן
משפחת ר' יצחק דוד ראטמאן זצ"ל מלאמזא ובסוף ימיו בירושלים עיה"ק
בין חתניו נמנה ר' אליה לאפיאן זצ"ל
ונכדו היה ר' יעקב ראטמאן זצ"ל מנהל רוחני דישיבת תורה ויראה בירושלים...

זונטאג יולי 17, 2011 10:42 pm

ס'איז דער טעג ערשינען דער הערליכע באקאנטער ספר "איך וועל זיי איבערלעבן" איבער געדרוקט פינעם באקאנטן לענגענדן שרייבער אין קריג איבערלעבער ר' חיים שלמה פרידמאן
וואס איז שוין ערשינען מיט יארן צירוק אין יעצט האבן זיינע אייניקלעך איבער געדריקט מיט א נייע פארמאט .

דער ספר איז היסטאריש באקאנט שוין יארן לאנג פין דער ערשטע יודישע ספרים וואס איז ערשינען פינעם לעצטן קריג אין ספעציעל לייגט דער שרייבער אראפ דער אייגענע איבערלעבינישט מיט געוואלדיגע ניסים אין מיט חכמה וכו' אין אזוי אויך ווערט אביסל דערמאנט זיין חלק מיט דער הצלה פין דער בעלזער רב ז"ל באגלייט מיט הערליכע בילדער וכו'

מאנטאג יולי 18, 2011 3:15 am

טמוני חול אויף מסכת חולין , אויף לשה"ק
א מייסטערהאפטיגע ארבעט. מיט בילדער.

מאנטאג יולי 18, 2011 3:19 am

עס איז אויפן וועג אי"ה צו ערשיינען א 3 דיקע בענדער . מיט פיהל מקובל'דיגע סיפורים פון תלמידי בעש"ט ה"ק
ביז דאכצעך מיר גאר לעצטנס פארן קריג. א פריוואטע ארבעט פון 15 יאר.
דערנאך בין איך נישט זיכער אויב איינער האט עס שוין דערמאנט .
אבער ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א האט שוין א שטיק צייט צוריק מוציא לאור געוועהן א ספר, מיטן נאמען ויברך דוד בעניני נישואין .
קוקט אויס א שיין ספר'ל
שרייב א תגובה

Advertisement