בלאט 15 פון 83
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 29, 2011 2:14 am
דורך כתר ישועה
פארצייטישע האט געשריבן:כתר ישועה האט געשריבן:א נייע און גאר א שיינעם און א בארבעטער ספר איז ארויס לעצטענס וואס בארבעט גאר שיין די מנהגי ותהלוכות קודש פונ'עם הייליגען סאנזער רב זי"ע. די ספר איז א מהדורה חדשה פון דרכי חיים אבער מיט הינדערטע נייע הוספות. ס'כאפט זיך גאר און די גרויסען ביי דעם כלל הציבור בכלל און ביי דעם חוקרים און חסידי בית צאנז בפרט. די ספר הייסט "דרכי חיים החדש". ס'איז ארויס געקומען דארך אן איזרעלי יונגערמאן יאך מיין אז ער איז א באבובער חסיד (45). דעם חשיבות פונ'עם ספר דארקענטזיך, אז שוין איז'מען די בעלי מלקטים בגליונות וכתבי עת שונים ברענגין פונ'עם דרכי חיים החדש.
נאכ'ן אויספארקויפן אלע ב"ה, האט ער יעצט לכבוד פסח ארויסגעגעבן מהדורה שניה
יא, כהאב אויך געזעהן אז מהאט עס נאכאמאל געדרוקט, אבער דאס מאל מיט נאך א קונטרס "בצרור החיים" - א נייע ליקוט מבית צאנז [מבעל הילולא זי"ע ובניו הק']. זאל די זכות פונ'ם בעל הילולא מגין זיין אויף אונז אלע, ונזכה להדבק בדרכיו הק' ובדבריו הק' ובמעשיו הנשגבים, אמן !
פארעפענטליכט: שבת אפריל 30, 2011 11:47 pm
דורך מי יודע
ספר לב אהרן על פרקי אבות
פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א
יעצט ארויסגעקומען די ערשטע באנד וואס ענטהאלט 50 אופנים אויף די משנה 'כל ישראל' וואס מען לערנט בעפאר פרק, און דערנאך חידושים אויף די ערשטע דריי פרקים פון אבות, וואס דאס אלעס זענען שיעורים וואס דער רבי שליט"א לערנט שוין פאר און די לעצטע 26 יאר.
צום סוף ספר איז דא א רייכע מפתח הספרים און מפתח הענינים, וואס שפיגלט אביסל אפ דעם רייכן תוכן פונעם ספר, איך האב אביסל געבליקט דעם שבת דערינען, אסאך שיינע אגדה מוסר והדרכה בפרט לימות הקיץ.
הגם א ספר פון רבין איז נישט קיין חידוש אין עולם התורה, איז עס אבער יא דער ערשטער ספר וואס טראגט שוין דעם אפיצעלן נאמען וואס דער רבי האט קורא שם געווען זיינע ספרים 'לב אהרן'.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 06, 2011 8:49 pm
דורך באמבאסטיש
דורש טוב לחג השבועות
מאת הר"ר יצחק אלחנן חיים קלאר שליט"א (מח"ס דורש טוב על שבת, ועל חנוכה [וקונטרס דורש טוב על פורים] ).
תשובות וחידושי מעשי למלך ווייצען
ע"י נכדו הר"ר דוד יהודה זוסמאן-סופר שליט"א
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 10, 2011 1:49 pm
דורך שטיקל גבאי
יעצט ארויס געקומען גליון "אורות", מהאלט שוין ביים דריטן גליון, ארויסגעגעבן דורך איחוד החברות דשיכון סקווירא.
אין די יעצטיגע גליון איז דא א העכסט אינטערסאנטע ארטיקל איבער די איבערקלייבונג פון חסידות צו די פאראייניגטע שטאטען, אויך איז דא א שיינע ארטיקל איבער ישיבת קעשינאוו, און נאך.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 12, 2011 8:05 am
דורך farshlufen
דאס ערשטע בלעטל פון דעם גאר אינהאלטרייכער און אינפארמאטיווער ארטיקל "דאס איבערקלייבונג פון חסידות צו די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא":
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 12, 2011 9:14 am
דורך זיידענע בעקיטשע
א נייע ביכל וואס קומט לעצטענס ארויס אין ארץ ישראל
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 12, 2011 4:52 pm
דורך דעפרעסט
א נייער קונטרס "שמחת החיים " פון רבי אביגדור מיללער ז"ל, א וואונדערליכע ווערק,כשמו כן הוא , מיט עצות נפלאות בהשכל ובדעת, א מאסט פאר יעדע
אידישע שטוב!
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 13, 2011 9:26 am
דורך מי יודע
א נייע קונטרס טובים השנים
בעניני מצות קריאת שמע
ארויסגעגעבן דורך הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"מ במתיבתא קרית יואל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 16, 2011 8:50 am
דורך שמעלקא טויב
א נייע בוך "גייען פאראויס" פון הרבנית "פעסקע פריעדמאן" א טאכטער פון הרה"ק רבי נתן דןד מפאריצאוו זי"ע און א שוועסטער מיט הר"ר ברוכ'ל פון מונקאטש ז"ל.
אויך עפעס איבער הרה"ק מאלכסנדר זי"ע הי"ד, שמעלקא קאפ דענקט נישט דעם נאמען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 16, 2011 9:23 am
דורך farshlufen
שמעלקא ברוך הבא, שמעתי אז דאס זייער אינטערעסאנט לחוקרי ויודעי היסטאריע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 16, 2011 9:46 am
דורך שמעלקא טויב
farshlufen האט געשריבן:שמעלקא ברוך הבא, שמעתי אז דאס זייער אינטערעסאנט לחוקרי ויודעי היסטאריע.
וואס זי שרייבט פון איר טאט'ן איז מוראדיג, ס'כדאי צו קויפן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 16, 2011 10:28 am
דורך יהיה כן
שמעלקא טויב האט געשריבן:א נייע בוך "גייען פאראויס" פון הרבנית "פעסקע פריעדמאן" א טאכטער פון הרה"ק רבי נתן דןד מפאריצאוו זי"ע און א שוועסטער מיט הר"ר ברוכ'ל פון מונקאטש ז"ל.
.
איז דער בוך עפעס צענזורירט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 16, 2011 10:52 am
דורך msp
אין איינער פון די אלבום'ס מיט פאטא'ס וואס זענען גענומען געווארען
פאר די קריג אין איראפא
עס איז א קאלעקשאן פון די פארווערטס
איך מיין עס הייסט פוילען
poyln
איז דא א בילד פון א פרוי א טאכטער פון ביאלא רבי
אזוי שטייט אויף די העדליין
פרעג איך איינער א ידען אין יחוס ביאלא
זאגט ער אז דאס איז מסתמא ר' ברוך'ל ראבינאוויטש א שוועסטער
לפי די בילד קען זיין אז יענער בוך איז טאקע צענזורירט.....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 16, 2011 10:54 am
דורך ללמוד וללמד
שמעלקא טויב האט געשריבן:א נייע בוך "גייען פאראויס" פון הרבנית "פעסקע פריעדמאן" א טאכטער פון הרה"ק רבי נתן דןד מפאריצאוו זי"ע און א שוועסטער מיט הר"ר ברוכ'ל פון מונקאטש ז"ל.
דאס איז מן הסתם אן איבערזעצונג פון די ענגלישע בוך וואס זי האט שוין ארויסגעגעבען איבער פופצען יאר צוריק מיטן זעלבען נאמען "Going Forward".
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 16, 2011 11:04 am
דורך farshlufen
ללמוד, דו האסט רעכט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 16, 2011 11:16 am
דורך שמעלקא טויב
זי שרייבט אז געוויסע האבן שטארק קריטיקירט דעם בוך...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 16, 2011 11:39 am
דורך ללמוד וללמד
מן הסתם פאר איינער וואס איז נישט באהאווענט מיט די ווינטן וואס האבן געבוזעוועט אין פוילן אין יענע תקופות און איז נישט גענוג אפען צו פארשטיין די לעבן שטייגער פון דאן, קענען געוויסע זאכן אויפברענגן פראגעס, דעריבער זענען מן הסתם דא וואס קריטיקירן ווייל מען קען דאך נישט יעדן גיין מסביר זיין און אז דו לעבסט נישט אין די דעמאלסדיגע אטמאספערע קענסט עס נישט פארשטיין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 16, 2011 8:40 pm
דורך אמשטרדם
ללמוד וללמד האט געשריבן:שמעלקא טויב האט געשריבן:א נייע בוך "גייען פאראויס" פון הרבנית "פעסקע פריעדמאן" א טאכטער פון הרה"ק רבי נתן דןד מפאריצאוו זי"ע און א שוועסטער מיט הר"ר ברוכ'ל פון מונקאטש ז"ל.
דאס איז מן הסתם אן איבערזעצונג פון די ענגלישע בוך וואס זי האט שוין ארויסגעגעבען איבער פופצען יאר צוריק מיטן זעלבען נאמען "Going Forward".
די יעצטיגע איז אויף אידיש???? איך האב שוין לאנג געהערט פון דעם ביכל, ס'דארף זיין אינטערעסאנט
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 28, 2011 2:52 pm
דורך מיללער
חדש בעולם הספרים
הרב מבריסק - חלק ד':
תולדות אחרית ימיו של הגרי"ד מבריסק זצ"ל עם תמונות מדהימות ונדירות, רביעי בסדרת 'הרב מבריסק' מעשי ידי אמן הרב מלר
מורה דרך
מדריך קל למבקרי קברי צדיקים באונגארן, מסודר באופן נאה ע"י מערכת (?) מאנטווערפן
משיב דברים
מכתבי הסופר מהיר הרב דוב בער שווארץ מח"ס ארצות החיים, שו"ת עם רבנים ומחברים בעניני; הלכה, מנהג ובמיוחד בקורות הדורות
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 28, 2011 8:26 pm
דורך ביקסאד
מיללער האט געשריבן:הרב מבריסק - חלק ד':
תולדות אחרית ימיו של הגרי"ד מבריסק זצ"ל עם תמונות מדהימות ונדירות, רביעי בסדרת 'הרב מבריסק' מעשי ידי אמן הרב מלר
ליידער איז עס צענזורירטמאדנע באמערקונגען אויף די צווייטע באנד
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 29, 2011 4:15 am
דורך msp
מסתמא מיינט מיללער הגרי"ז און נישט הגרי"ד
נו אוודאי אדמו"ר מביקסאד שליט"א
דאס איז דאך א גרויסע פראבלעם
אז די רבנים פון פאראיאהר וואס זענען נישט מקובל געווען
און זענען לעצטענס פון די חרדישע מנהיגים
שטימט נישט פאליטיש צו שרייבען דעט דעי ווער א אן די רעסיווינג ענד פון די חיצי הגרי"ז
אזוי ווי אין די פרשה פון היכל שלמה וכדומה
עס דערמאנט מיר אביסעל דער שארפער ווארט פון הייליגער ראפשיצער רב זצ"ל פארוואס מען דרוקט נייע הגדות יעדעס יאהר...
אויך דער צווייטע לינק איז פארשטענדליך
דער הרב מעללער האלט נישט ביים שרייבען א וויסענשאפטליכע ביאגראפיע פון בריסקער רב ע"פ נוסח דע מעיקינג אף איי גדול
והבן....
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 06, 2011 11:40 am
דורך ראש הקהל
א חידוש מט האט נאכנישט געשריבען פון דער נייע גאר אויפגעכאפטע ספר
משיב דברים פון הגאון הגדול חוקר הגדול ידען נפלא
רבי בערל שווארץ מח"ס אמרי דבש
ידיעות עובדות ובירורים בענינים שונים ממקור טהור כידוע לכל יודעיו ומכיריו
בלי להיות מעורב בפניות דמיונות וכזבים
געזעהן לעצטע וואך און ביגלאייזין א גאנצע סטאק כאטשיק דרייסיג דערפון לעצטע וואך
און נעטן געזעהן קוים געבליבען דריי שטיק, די בעלי בתים פון ביגעלאייזען האבן מיך געזאגט אז זיי האבן נישט געגלייבט
ס'גייט גיין אזוי שנעל, כה לחי! דער אייבירשטער זאל עים העלפן ווייטער ממשיך זיין על טהרת הקודש
פון זיינע קינדער איז רבי הערשל ידוע אלס א גרויסע שרייבער, און אויך דער עורך פונעם ירחון מאזנים, און מו"ל שו"ת דברי יואל על הלכות תפילין בשם זבד טוב
אגב אויך געזעהן דארט, אז מ'האט איבערגעדריקט די עולמו של אבא פאר ווער עס דארף עס
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 06, 2011 11:58 am
דורך מיללער
ראש הקהל האט געשריבן:א חידוש מט האט נאכנישט געשריבען פון דער נייע גאר אויפגעכאפטע ספר
משיב דברים פון הגאון הגדול חוקר הגדול ידען נפלא
רבי בערל שווארץ מח"ס אמרי דבש
ידיעות עובדות ובירורים בענינים שונים ממקור טהור כידוע לכל יודעיו ומכיריו
בלי להיות מעורב בפניות דמיונות וכזבים
געזעהן לעצטע וואך און ביגלאייזין א גאנצע סטאק כאטשיק דרייסיג דערפון לעצטע וואך
און נעטן געזעהן קוים געבליבען דריי שטיק, די בעלי בתים פון ביגעלאייזען האבן מיך געזאגט אז זיי האבן נישט געגלייבט
ס'גייט גיין אזוי שנעל, כה לחי! דער אייבירשטער זאל עים העלפן ווייטער ממשיך זיין על טהרת הקודש
פון זיינע קינדער איז רבי הערשל ידוע אלס א גרויסע שרייבער, און אויך דער עורך פונעם ירחון מאזנים, און מו"ל שו"ת דברי יואל על הלכות תפילין בשם זבד טוב
כבוד הראש הקהל, אגב שיטפיה וחורפיה לא דק, מ'האמיר דאב באריכטעט פאריגע וואך:
מיללער האט געשריבן:חדש בעולם הספרים
משיב דברים
מכתבי הסופר מהיר הרב דוב בער שווארץ מח"ס ארצות החיים, שו"ת עם רבנים ומחברים בעניני; הלכה, מנהג ובמיוחד בקורות הדורות
והשתא דאתית להכי לדבר בשבח המחבר ובמעלת הספר [שכנראה יש לכבודו נגיעה אישית סביבותיו] והוספת בדבריך את הדברים "ידיעות עובדות ובירורים בענינים שונים ממקור טהור כידוע לכל יודעיו ומכיריו בלי להיות מעורב בפניות דמיונות וכזבים" דברים שאיני רואה צורך בזה ומתוך שבחו וכו' ידוע לכל בר בי רב דחד יומא שהסופר הכי משובח אי אפשר להינצל מטעיות וכדו' וכבר אמר דהע"ה שגיאות מי יבין וכשם שאי אפשר וכו'
הרב ר' בערל על אף היותו ידען נפלא ובקי גדול בכו"כ ענינים, מצאתי בדבריו הן בספרו ארצות החיים והן בהספר החדש משיב דברים והן ממה ששאבתי ממני פא"פ איזה פעמים שיש בהם שמץ תערובות של דמיונות ואי דיוק, דאס מאכט חלילה נישט אוועק אצ החשיבות של המחבר או חיבוריו, אבל לא נצרכה אפי' להעדפה וכל יתר כניטול ודי בזה.
ומה זה החידוש של
'ממקור טהור'? מי יתן טהור מטמא לו אחד, ומה בא לשלול, האם ר' בערל אינו שואב מידע מחיבורים או ספריות של מודרנים, קונסרבטיבים או ציונים? טהור למיעוטי מאי? סתם דאמירן בעלמא, ער איז א חוקר און ידען, א ת"ח ויודע ספר, בקי בקורות הדורות ומפורסם כספרא רבא, אז מה לנו להוסיף דברים של מה בכך, וכל ומוסיף גורע.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 06, 2011 12:18 pm
דורך ראש הקהל
מקור טהור האב איך געמיינט אז ער שרייבט עפ"י רוב נאר אמת, אן דמיונות
פארוואס זאגט איר אז כ'האב עפעס פריוואט מיט עים, ווען כ'האב און מיין לעבען נישט געזעהן דער מענטש
נאר אויפן טעלעפאון ווי איך בין נשתומם געוועהן פון זיין שכל הישר און גאנג,
כ'האבן עים גראדע געגעבן פרנסה ווען ער האט מפענח געוועהן כתב ידות פאר מיר,
און כ'האב עים שטארק געוואלט טרעפן, אבער ס'קיין מאל נישט צושטאנד געקומען
שטארק הנאה געהאט דער אופן ווי ער האט אראפגעלייגט די פרעמונאטן, כ'האב מיך געפילט ווי און דער ת"ר יארן
דו"ק ותשכח
געשמועסט אסאך מיט אים, כ'זעה נישט ער זאלן לייגן זאלץ און פעפער צו מעשיות.......וכדומה למיניהם
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 06, 2011 12:39 pm
דורך תרנגול
ראש הקהל האט געשריבן:אגב אויך געזעהן דארט, אז מ'האט איבערגעדריקט די עולמו של אבא פאר ווער עס דארף עס
נישט אז איך דארף עס, איך קען לעבן אהן דעם, אבער איך האב עס גראדע געזוכט אפאר מאל איינצוהאנדלען. א דאנק פאר די מעלדונג.