בלאט 14 פון 83

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 22, 2011 3:20 pm
דורך אלף בית
עס איז יעצט פריש ערשינען דער ספר 'הלכה ברורה' פון הר"ר יעקב אלעזר מעדלאוויטש שליט"א, מו"ץ בקרית יואל. אויף יורה דעה ח"א.

דער ספר האט יעצט ערשיינט נאכאמאל, מיט אסאך הוספות, נאכדעם וואס די ערשטע אויפלאגע איז שוין אויסגעגלאפן פון די געשעפטן.
דער ספר נעמט צוזאמען אלע שיטות פונעם שו"ע ונו"כ און שטעלט עס אראפ זייער קלאר, מיט געוואלדיגן סדר און א קלארע שפראך. אזוי אויך איז דא ביאורים אויף וואו עס פעלט זיך אויס צוצולייגן אביסל הסבר.
מתחילה פלעגט עס ר' יעקב אלעזר ארויסגעבן אין קונטרסים פאר זיינע תלמידים אין ישיבה, צו קענען צוזאמענעמען אלע שיטות אין שו"ע ונו"כ. צוליב דעם פארלאנג האט ער עס צוזאמענגענומען און געדריקט אין א ספר.
פילע בחורים און יונגעלייט וועלכע האבן זיך פארהערט יורה דעה, זענען מעיד אז די ווען נישט דעם ספר וואלטן זיי נישט געקענט צוקומען דערצו. אזוי אויך די רבנים המסכימים שרייבן אז זיי דערקענען עס אויף די בחורים און יונגעלייט וואס זיי האבן פארהערט די הוראה, אז דער ספר האט אסאך צוגעהאלפן.

יעצט האלט דער מחבר אינמיטן מסדר זיין אויף שו"ע הל' שבת און יו"ד חלק ב'.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 25, 2011 11:23 am
דורך אלף בית
.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 25, 2011 3:07 pm
דורך יגעתי ומצאתי
נדפס מחדש ספר יורה חכימא מאת הגה"צ ר' אברהם אליהו מייזעס זצ"ל כולל בתוכו ב' חלקים, ח"א יחוד החיים בעניני שכו"ע תשובה ועוד "וכל אחד לפי מדרגתו אם ילמוד בו על הסדר בודאי יתעורר לתקן את מעשיו ואפילו הכופר בין מלומד ובין אינו מלומד אם ילמוד בו בודאי ישוב בתשובה" (לשון השער בלאט) ח"ב שער הפלפול עמ"ס בב"ב

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 29, 2011 2:53 pm
דורך איזעי
.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 29, 2011 3:18 pm
דורך farshlufen
כבוד ר' איזעי, דא איז נישט פארברענגען, ביטע קלערט איידערן פירקלען.

ידידכם
הק' פישל

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 2:11 pm
דורך מיללער
נעכטן געזעהן אז דער ספר 'דברי יהושע' לר' יהושע קלעוואן מלפנים אב"ד בורלינגטאן שבווערמאנט ואחמ"כ אב"ד לאגוה"ק בוואשינגטאן הבירה איז פריש איבערגעדרוקט געווארן דורך מכון י-ם באמצעות בני המשפחה בראשם בנו ומ"מ ר' הלל קלעוואן מוואשינגטאן.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 12:26 pm
דורך חכם עתיק
הגדה של פסח - ערבי פסחים פון הגאון בעל שערים ממאד, צום סוף האבען געדריקט זיין תולדות אויך, וואס איך ווייס נישט פארוואס דאס באלאנגט דארט.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 1:59 pm
דורך איזעי
נאר אין תשובה ספרים מעג מען לייגן תולדות?

דאס איז מן הסתם די איינציגסטע ספר אויף וועלכע די מו"ל האבן די רעכט (די תשובות דאכט זיך מיר ליגט די רעכט פון הו"ל ביי ר' מנשה קליין אונגווארער רב), האבן זיי אויסגענוצט דעם געלעגנהייט, אזוי קוק איך עס אן.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 2:28 pm
דורך חכם עתיק
איזעי האט געשריבן:נאר אין תשובה ספרים מעג מען לייגן תולדות?

דאס איז מן הסתם די איינציגסטע ספר אויף וועלכע די מו"ל האבן די רעכט (די תשובות דאכט זיך מיר ליגט די רעכט פון הו"ל ביי ר' מנשה קליין אונגווארער רב), האבן זיי אויסגענוצט דעם געלעגנהייט, אזוי קוק איך עס אן.


קודם כל איז שוין די תולדות געדריקט געווארען באריכות יותר אין שו"ת בית שערים יו"ל ע"י מכון משנה הלכות, צווייטנס דע מכון משנה הלכות האט זיי געגעבען סחורה ווי למשל א דרשה לפסח, דרשה לשבת חוה"ח פסח.

דריטענס דער גרעסטע פליאה שרייבען זיי אליינס אז די תולדות אונם הגדה איז היינו הך פון דער תולדות בראש שו"ת בית שערים, נאר וואס דען, דא (לשיטתם) איז צו געקומען "תוספות ענינים חדשים", נו פארדעם קומט דאס אונטער א הגדה של פסח?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 4:00 pm
דורך שמעלקא טויב
געזעהן אז מ'האט איבערגדרוקט קרינא דאיגרתא פון הגאון הסטייפלער ז"ל. דריי בענדער פאר בערך 60 טאלער.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 4:07 pm
דורך באמבאסטיש

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 06, 2011 2:45 pm
דורך lebediger berel
שמעלקא טויב האט געשריבן:געזעהן אז מ'האט איבערגדרוקט קרינא דאיגרתא פון הגאון הסטייפלער ז"ל. דריי בענדער פאר בערך 60 טאלער.

בלי להכנס לתוכן הדברים, אבער אז מען האט איבערגעדריקט דעם קרינא דאיגרתא איז כדאי צו דערמאנען פאר חסידי סאטמער אז כ"ק מרן בעל ברך משה זי"ע האט געהאלטן א דרשה איבער דעם ספר חול המועד פסח(סוכות?) נאכדעם וואס דער ספר איז ארויסגעקומען צום ערשטן מאל. (ער האט גארנישט גורע געווען מגדולת הגרי"י, נאר מסביר געווען יסודות בעניני יסודות האמונה) עס איז כדי אז חסידי סאטמאר זאלן עס הערן ווען זיי זענען מעיין בספר קרינא דאיגרתא.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 06, 2011 2:53 pm
דורך יהיה כן
בענין הקריינא דאגרתא
סך הכל שרייבט ער:
איני מבין דעת הרב מסאטמאר
בענין הבחירות
והדברים ידועים ואין בזה שום גילוי חדש
(מעניין לידע אם השמיטו זה עתה או הדפיסו כמו שהוא)

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 06, 2011 3:21 pm
דורך יגעתי ומצאתי
עוד יש להוסיף בענין קריינא דאיגרתא. אז ער האט געשריבן אין די בריוון אז מ'זאל עס נישט מפרסם זיין, ער שרייבט עס נאר צום שואל (כמדומה א אייניקל).
הרה"ג ר' מנשה פילאפף שליט"א אין זיין ספר שמנה של תורה האט א לאנגע מאמר בנוגע זה. ער שרייבט אז ער האט עס געוויזן פאר הרה"ק ר' יענקעלע זי"ע און ער האט עס זייער אויסגעריהמט.
(חוץ די פאר בריוון איז עס א שיין ספר).

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 06, 2011 3:26 pm
דורך lebediger berel
איך האב נישט געוואלט אריין גיין אין די נושא, נאר אזויפיל אז א סאטמאר'ער חסיד וואס קויפט עס מעגן הערן דעם סאטמארער רבי'ס מיינונג וואס איז געזאגט געווארן "דירעקט וועגן א ספעציפישן ספר" וואס ס'ווערט נתפרסם, דאטץ אלל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 11:45 am
דורך מי יודע
די וואך ערשינען א נייע ספר

ילקוט הואיל יהודה
א געוואלדיגער ליקוט בעניני אמונה ובטחון והתחזקות בפרט פאר אידן וואס האבן ל"ע פאר קיינעם געדאכט פארלוירן א קינד

א באזונדערע מאמר האט ער צוזאמען גענומען פון ספרים וואס מענטשן האבן ארויסגעגעבן לעילוי נשמת זייערע קינדער, זייער אינטערעסאנט

מעשה ידיו להתפאר פון הרה"ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א ר"מ במתיבתא קרית יואל יצ"ו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 11:55 am
דורך באמבאסטיש
פאטער פונעם טייערן בחור יואל יהודה לעווי ע"ה, וואס איז נעבעך אזוי טראגיש אומגעקומען ביים אראפפאלן פון א בוים אין קעמפ, בראונד טאפ ניו יארק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 12:18 pm
דורך מי יודע
באמבאסטיש האט געשריבן:פאטער פונעם טייערן בחור יואל יהודה לעווי ע"ה, וואס איז נעבעך אזוי טראגיש אומגעקומען ביים אראפפאלן פון א בוים אין קעמפ, בראונד טאפ ניו יארק.

ועל שמו נקרא הואי"ל יהוד"ה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 2:08 pm
דורך אויפריכטיג
lebediger berel האט געשריבן:איך האב נישט געוואלט אריין גיין אין די נושא, נאר אזויפיל אז א סאטמאר'ער חסיד וואס קויפט עס מעגן הערן דעם סאטמארער רבי'ס מיינונג וואס איז געזאגט געווארן "דירעקט וועגן א ספעציפישן ספר" וואס ס'ווערט נתפרסם, דאטץ אלל


וואס האט דער ברך משה זי"ע געזאגט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 2:18 pm
דורך lebediger berel
אויפריכטיג האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:איך האב נישט געוואלט אריין גיין אין די נושא, נאר אזויפיל אז א סאטמאר'ער חסיד וואס קויפט עס מעגן הערן דעם סאטמארער רבי'ס מיינונג וואס איז געזאגט געווארן "דירעקט וועגן א ספעציפישן ספר" וואס ס'ווערט נתפרסם, דאטץ אלל


וואס האט דער ברך משה זי"ע געזאגט.


איך וואלט נישט געוואלט איבערזאגן דעם לשון וואס איך געדענק נישט פונקטליך ווייל ס'איז זייער האקעל, כ'האב עס נאר דא מעורר געווען אז אויב ס'איז געדריקט ערגעץ זאל מען עס ארויפלייגן אדער צייגן א מראה מקום, אז דער עולם זאל קענען הנאה האבן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 2:40 pm
דורך יגעתי ומצאתי
איר מיינט די דרשה חוהמ"פ סוף ל' יארן (דאכט זיך תשל"ז)?
ס'איז געדרוקט אין חדושי תורה מהר"ם ט"ב חלק פסח שבועות.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 5:16 pm
דורך חכם עתיק
נייע פירוש אויף פרקי אבות גרייט ארויס צוקומען מיט נאמען 'לב אהרן' פון האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א
ס'איז לעצטס ארויס געקומען דעם בוך 'גייען פאראוס' א איבעגעזעצט אויף אידיש פון ענגליש, אסאך פון די געשמאקע זאכען האט מען משמיט געווען ע"ש בההתנצלות
'תשובת ר' אליעזר' פון ר' אליעזר גארדען - כ'ווייס נישט ביי די בני ליטא רופט מען זייער סוגיא ספרים בלשון 'שו"ת', כמו העונג יו"ט וכו',

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 6:33 pm
דורך מי יודע
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:איר מיינט די דרשה חוהמ"פ סוף ל' יארן (דאכט זיך תשל"ז)?
ס'איז געדרוקט אין חדושי תורה מהר"ם ט"ב חלק פסח שבועות.

ניין, ער רעדט פון א דרשה אין די סוף מ' יארן, איך האב עס אמאל געהערט

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 27, 2011 10:09 pm
דורך פארצייטישע
כתר ישועה האט געשריבן:א נייע און גאר א שיינעם און א בארבעטער ספר איז ארויס לעצטענס וואס בארבעט גאר שיין די מנהגי ותהלוכות קודש פונ'עם הייליגען סאנזער רב זי"ע. די ספר איז א מהדורה חדשה פון דרכי חיים אבער מיט הינדערטע נייע הוספות. ס'כאפט זיך גאר און די גרויסען ביי דעם כלל הציבור בכלל און ביי דעם חוקרים און חסידי בית צאנז בפרט. די ספר הייסט "דרכי חיים החדש". ס'איז ארויס געקומען דארך אן איזרעלי יונגערמאן יאך מיין אז ער איז א באבובער חסיד (45). דעם חשיבות פונ'עם ספר דארקענטזיך, אז שוין איז'מען די בעלי מלקטים בגליונות וכתבי עת שונים ברענגין פונ'עם דרכי חיים החדש.


נאכ'ן אויספארקויפן אלע ב"ה, האט ער יעצט לכבוד פסח ארויסגעגעבן מהדורה שניה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 28, 2011 10:23 am
דורך שמעלקא טויב
מי יודע האט געשריבן:די וואך ערשינען א נייע ספר

ילקוט הואיל יהודה
א געוואלדיגער ליקוט בעניני אמונה ובטחון והתחזקות בפרט פאר אידן וואס האבן ל"ע פאר קיינעם געדאכט פארלוירן א קינד

א באזונדערע מאמר האט ער צוזאמען גענומען פון ספרים וואס מענטשן האבן ארויסגעגעבן לעילוי נשמת זייערע קינדער, זייער אינטערעסאנט

מעשה ידיו להתפאר פון הרה"ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א ר"מ במתיבתא קרית יואל יצ"ו


מ'מוז נישט ליידער זיין אינעם פעקיל הנאה צו האבן פונעם ספר, זייענדיג באקאנט מיט'ן מחבר האבעך אריינגעקוק'ט דערין, אוי איז דאס אן אוצר מלא.