בלאט 79 פון 83

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 8:58 pm
דורך נא_שכל
נא_שכל האט געשריבן:עס איז נארוואס ערשינען דעם ערב שבת קודש א נייער באנד פונעם מכון "דמשק אליעזר", א ספר אויף די ארבע פרשיות, עס האט א ביאור עפ"י פשט אויף די ווערטער, כדרך שאר מפרשי הפייטנים, [איך מיין אז זיי האבן שוין אויך מלקט געווען פונעם פירוש "מבית רש"י" וואס איז פאריאר ערשינען], ווי אויך איז דא א ברייטער ליקוט עפ"י דרוש וחסידות אויף די פיוטים, מלוקט מפי ספרים וסופרים כדרך שאר ספרי דמשק אליעזר.
עורכים: אין די הקדמה ווערט דערמאנט דער יעצטיגער ראש המכון ר' יעקב יצחק ראלינצקי, ווי אויך ווערט בעיקר דערמאנט זיין ברודער ר' אלטר, ווי עס קוקט אויס איז ער געווען דער עיקר עורך.
עס איז א קורת רוח פאר די אלע אוהבי הפייטנים אז עס איז ארויסגעקומען אזא היימישע ביאור השלם.


אויך איז ערשינען פון עוז והדר - מתיבתא א ביאור על הפיוטים, די גראפיקס איז אסאך שענער, פארשטייט זיך, אבער דער ביאור איז נישט קיין פארגלייך צו הגיון אליעזר, סיי דער פירוש הקצר וואס עוז והדר איז זייער מקצר, איז זיי די הערות אויף די ביאור הקצר.

מכלל יופי

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 10:07 pm
דורך נא_שכל
עס איז ערשינען נאך א באנד "מכלל יופי" פון הרה"ג ר' זלמן לייב פיליפ שליט"א, נעתק משיעוריו, על או"ח הל' שבת מסי' רנ"ג עד רס"ה.
די ספר איז בעיקר מעשי ידיו פון הרב ר' אברהם מרדכי בן רח"ל לעבאוויטש, וואס ער איז זיך מייגע אויף די טעיפס (סידיס) פון די שיעורים פון רז"ל, און ער שרייבט עס אראפ, און איז עס מסדר אז עס זאל זיין ראוי לעלות על שלחן מלכים, און צו פאראייביגן עלי ספר די פסקי הלכות פונעם דיין שליט"א.
און די הוצאת הספר ווערט באצאלט דורך ר' שלום ציק פון לאנדאן, און ווי עס קוקט אויס האט ער אויך די זכות הוצאה אויפן ספר, ווי ער שרייבט זיך אלס דער מו"ל.

ביים פאריגן ספר האב איך געהערט אז רז"ל שליט"א ארבעט נישט יעצט איבער די ענינים, און [אפילו אויב עס איז דא כמה ענינים שנראים לכאורה שצריכים ביאור] פארלאזט ער זיך אויף בשעת ווען ער האט פארגעלערנט די הלכות בעיון אז מסתמא האט ער עס דעמאלט'ס בעסער מברר געווען. כדוגמת החזו"א, ווען מען האט עם געפרעגט א קשיא אויף זיין ספר.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 4:18 am
דורך כתר ישועה
קרעפטיג האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:האט שוין איינער אמאל געזען רופן דעם באבובער רב בעל עטרת שלמה ? ווייסעך נישט פשט פון באשאפן א נייע נאמען יעצט .

כ'האב נאך אויך אין מיין לעבן נישט געהערט דאס, ס'איז דא א ספר פונעם באבובער רב עטרת שלמה ?

יא געדרוקט אין ספר קדושת ציון

א ספר געדרוקט אין א ספר ? פארוואס אידאס נישט ארויסגעקומען עקסטער.
און קיינער ווייסט נישט דערפון, מ'האט אים קיינמאל נישט אנגערופן אזוי, משא"כ דעם קדושת ציון.

מאדנע.

יש להעיר: על מצבת נכדו כ"ק אדמו"ר מבאבוב המהרנ"ץ זצ"ל [- אגב: היום בערב יומא דהילולא דילי'] נזכר שזקנתו הרבנית מלימאנוב היתה בתו של הה"ק בעל עטרת שלמה מבאבוב, ומובן מאליו שהתואר 'בעל' אינו תנאי ששייך רק לדברי תורתו שנדפסו בכריכה קשה דוקא .... ובזה סר התמוה הרבתי ..... - אגב, דער בעל הילולא איז געווען צויי מאהל אן אייניקעל פון'ם בעל עטרת שלמה. [והטעם שלא נכתב תואר זה לפני עשרות שנים - הוא מאותו הטעם שלא נזכר הקדושת ציון ע"ש ספרו בימי חיי בנו האדמו,ר מהר"ש מבאבוב - כי בבאבוב קרואהו אז 'דער רב ז"ל', ואילו לאחר פטירת בנו המהר"ש נתכנה הוא כמובן 'דער רב ז"ל' ואז נתעטר אביו בתואר 'דער קדושת ציון', והאדמו"ר הראשון נשאר בשמו ערשטע רב או אדמו"ר מהר"ש, ולאחר פטירת המהרנ"צ שנתעטר אצל תלמידיו וחסידיו 'דער רב ז"ל' כמובן וממילא נתעטר אביו 'דער פריעדיגער רב - בע"פ - ואילו בכתב 'כ"ק אדמו"ר מהר"ש זצ"ל', וכמובן שהמהר"ש הראשון נשאר בשם דער ערשטע רב - או ע"ש ספרו 'עטרת שלמה'., פארשטייסטו ?! דער רבי אין חדר פלעגט זאגן, אז מען האט נאר א רצון קען מען פארשטיין... :P

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 11, 2015 9:34 am
דורך מיללער
ישמח לב מבקשי השם

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 11, 2015 11:52 am
דורך יהיה כן
אה, פיינע נייעס!!
האמיר אסאך עס גענוצט, (די ערשטע מהדורא, וואס דער מחבר זעלבסט האט נאך געדרוקט)

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 11, 2015 5:05 pm
דורך שפכי
אידישעהיסטאריע האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:יצא לאור ספר "שיגרא דלישנא - מטבע שטבע אברהם" מהרה"ג אברהם מייזעלס שליט"א.

דער ערשטער חלק שיגרא דלישנא איז מראי מקומות בקיצור אויף לערך אלף ות"ק מאמרים השגורים.

חלק מטבע שטבע אברהם איז לערך כ"ו מאמרים בנושאים שונים, הפלא ופלא.


ספר אוצר הלכות על מועדים ב"ח מהרה"ג ר' אברהם צבי פריעדמאן שליט"א.
כבר איתמחי גברא וקמיע בספריו הקודמים, ג"ח על או"ח ח"א, וח"א על הלכות שבת, ועל הלכות טהרה.

ס'איז אמאל געווען אויף לדעת פאר בחינם פארשטייט זיך אויף PDF אויב איינער האט דאס נאך ביטע זיך לאזן הערן

עטליכע ספרים פון הרב מייזעלס (ובתוכם שיגרא דלישנא) זענען לעצטנס ארויף אויף היברו בוקס, און דאכצעכמער אז געוויסע ספרים זיינע זענען שוין דארט פון אמאל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 12, 2015 11:26 pm
דורך מגיד מרדכי
שפכי האט געשריבן:
אידישעהיסטאריע האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:יצא לאור ספר "שיגרא דלישנא - מטבע שטבע אברהם" מהרה"ג אברהם מייזעלס שליט"א.

דער ערשטער חלק שיגרא דלישנא איז מראי מקומות בקיצור אויף לערך אלף ות"ק מאמרים השגורים.

חלק מטבע שטבע אברהם איז לערך כ"ו מאמרים בנושאים שונים, הפלא ופלא.


ספר אוצר הלכות על מועדים ב"ח מהרה"ג ר' אברהם צבי פריעדמאן שליט"א.
כבר איתמחי גברא וקמיע בספריו הקודמים, ג"ח על או"ח ח"א, וח"א על הלכות שבת, ועל הלכות טהרה.

ס'איז אמאל געווען אויף לדעת פאר בחינם פארשטייט זיך אויף PDF אויב איינער האט דאס נאך ביטע זיך לאזן הערן

עטליכע ספרים פון הרב מייזעלס (ובתוכם שיגרא דלישנא) זענען לעצטנס ארויף אויף היברו בוקס, און דאכצעכמער אז געוויסע ספרים זיינע זענען שוין דארט פון אמאל.


שמעתי שהגאון רבי חיים קניבסקי שליט"א כשקיבל הספרים אמר בזה"ל: ער שווימט איבעראל!
אני מכיר המחבר שליט"א ממש א יחיד בדורינו

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 12:18 am
דורך dovidal
נייער בית אהרן קארלין אזוי אויך ספר מאור עינים שניהם יצאו לאור ע"י מכון יריד הספרים בארה"ק עם אותיות מרובעות

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 1:15 am
דורך hamenagen
אמת ליעקב על נך - הרב יעקב קמנצקי זצ"ל
אעלה בתמר הרב שטיינמאן שליטא זכרונות פין בריסק
שמחת יהושע פין הרב שמחה מימון ראש כולל פין דער בריסקר כולל אין ירושלים- עניני יציאת מצרים

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 1:18 am
דורך hamenagen
ופריו מתוק ויקרא עניני הלכה פין הרב יצחק זילברשטיין שליטא

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 1:40 am
דורך hamenagen
שפתי חיים ויקרא-במדבר-הרב חיים פרידלנדר זצ"ל
אינציקלופידיא תלמודית חלק לד

נייע הגדות תשעה

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 1:58 am
דורך hamenagen
הגדה בים דרך מלוקט מתורת הרב מיכל זילבר שליטא
הגדה החוזה מלובלין-מכון פאר מקדושים
הגדה אור האורות ברסלב מלוקט על ידי הרב שלום מאיר וואלאך
הגדה ויגד משה אמרות עובדות והנהגת מאת הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל ע"י הרב שלום מאיר וואלאך

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 9:14 am
דורך נא_שכל
hamenagen האט געשריבן:שמחת יהושע פין הרב שמחה מימון ראש כולל פין דער בריסקר כולל אין ירושלים- עניני יציאת מצרים

וואספארא סוג ספר, לומדות? אדער אגדה והשקפה בדרך בריסק?
ר' שמחה איז דאך איינער פון די גרויסע קאנאנען און ירושלים עיה"ק.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 10:47 am
דורך שפכי
נא_שכל האט געשריבן:
hamenagen האט געשריבן:שמחת יהושע פין הרב שמחה מימון ראש כולל פין דער בריסקר כולל אין ירושלים- עניני יציאת מצרים

וואספארא סוג ספר, לומדות? אדער אגדה והשקפה בדרך בריסק?
ר' שמחה איז דאך איינער פון די גרויסע קאנאנען און ירושלים עיה"ק.

אגדה והשקפה אין בריסק איז דאך אויך לומדות...

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 10:45 am
דורך נא_שכל
[היות דער אשכול פון "מוהרא"ש" איז פארשפארט, לייג איך עס דא].
עס איז ארויסגעקומען א ביגרופיה פון ר' אליעזר שלמה שיק ע"ה הנקרא בפי חסידיו "מוהרא"ש", עס איז געשריבן געווארען דורך ר' אליעזר שלמה אליינס, עס הייסט "רגעי מוהרא"ש", די ערשטע פרק קוק אויס צו זיין אינטערסאנט, עס איז פון זאכן וואס האט נישט דווקא מיט ברסלב, נאר גדולי ירושלים וואס ער האט געקענט פון אלס קינד אין ירושלים, עס איז געשריבן מיט זיין ברייטן אופן

מען קען עס דאונלאדען דא

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 12:22 pm
דורך לכאורה
אויב איר האט נישט קיין געדולד אדער גענוג פאפיר צו דרוקן דעם ספר'ל, ווארט אפאר מינוט ביז מען ברענגט דאס אייך צום טיהר

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 2:16 pm
דורך שמעלקא טויב
dovidal האט געשריבן:נייער בית אהרן קארלין אזוי אויך ספר מאור עינים שניהם יצאו לאור ע"י מכון יריד הספרים בארה"ק עם אותיות מרובעות


ס'ארא פנים האט דער בית אהרן, איבערהויפט די הייליגע ווערטער ביי די ליקוטים מיט אותיות מרובעות???

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 2:21 pm
דורך שמו
שמעלקא טויב האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:נייער בית אהרן קארלין אזוי אויך ספר מאור עינים שניהם יצאו לאור ע"י מכון יריד הספרים בארה"ק עם אותיות מרובעות


ס'ארא פנים האט דער בית אהרן, איבערהויפט די הייליגע ווערטער ביי די ליקוטים מיט אותיות מרובעות???


א מיעוס'ן פנים


אגב ווייס איך נישט פארוואס מ'דריקט איבער אזעלכע ספרים, ווען קרלין האט געניג פונעם בית אהרן, און סקווירא האט געניג פונעם מאור עיניים (ביידע האבן געמאכט א גוטע דזשאב דערויף)
ס'איז ווי איבערדריקן תניא אדער שו"ע הרב, וואס חב"ד דריקט יערליך

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 2:36 pm
דורך נא_שכל
שמעלקא טויב האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:נייער בית אהרן קארלין אזוי אויך ספר מאור עינים שניהם יצאו לאור ע"י מכון יריד הספרים בארה"ק עם אותיות מרובעות


ס'ארא פנים האט דער בית אהרן, איבערהויפט די הייליגע ווערטער ביי די ליקוטים מיט אותיות מרובעות???


"שמעלקא" מיינס עס ערענסט אדער סארקאסטיש?
איך גלייב נישט אז די צורת האותיות רעד צו דיר מער ווי די אינהאלט פון דברי הצדיק, אלס קליין בחור האב איך מעדיף געווען צו לערנען און די חסידיש'ע ספרים מיט די קליינע פארקלעקטע רש"י אותיות, ווייל צוליב פארשידענע מיסטישע דמיונות האט עס מער אנגעווארימט מיין הארץ דוקא ווען איך האב געלערנט דערינען, אבער מיט דער צייט מיין איך אז מען וואקסט דאס אויס, און דער אינהאלט פונעם ספר איז מעורר, נישט קיין חילוק דער צורת האות, ואדרבה אויב איז געדריקט שיין מיט אותיות מרובעות איז געט אריין אן הרחבה אין מוח איז עס נאך בעסער.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 3:22 pm
דורך שמו
נא שכל,
ע"ז נאמר (ווי?) על טעם וריח אין להתווכח

אבער דאך, אותיות רש"י האט א חסידי'שערן בליק, (אזוי ווי די וואס קענען נישט קוקן אויף די ארטסקרא"ל אותיות, אדער צייטונג אותיות אין א ספר)

אותיות מרובעות, מאכט אסאך אויס, נישט אומזיסט שטייט אותיות מחכימות, און נישט תיבות מחכימות, ווייל דער פאונ"ד מאכט אסאך אויס

(פרעג ווער ס'האט נאר אמאל געדריקט א ספר, וויפל קאפ און מוח מ'לייגט אריין נאר אין די פאונ"ד ס'זאל זיין קילורין לעין באמת, וועסטו געוואר ווערן אז דער אות האט אסאך צו זאגן)
ולדעתי רש"י אותיות האט אין זיך א געוויסע אייגנארטיקייט וואס מרובועות האבן נישט

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 3:24 pm
דורך מיסטעריעז
א אשכול, געווידמעט ספעציעל פאר די דעבאטע
דפוס: אותיות רש"י/מרובעות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 19, 2015 10:47 pm
דורך hamenagen
אפאר באקאנטע ספרים וואס זענען שוין לאנג נישט אין דריק זענען די טעג איבערגעדריקט געווארען
דרשות נחלת דוד-מבעל הנחלת דוד על הש"ס ושו"ת ע"י מוסד הרב קוק
ספר חופת חתנים-סידור חדש
קיום שטרות על מסכת כתובות\שטרות מאת הגאון רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון-גבעת מרדכי-מהדורה חדשה ומורחבת

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2015 9:35 am
דורך יאפין
היינט איז ארויס געקומען די ספר "בני יששכר" פון מכון "יודעי בינה" מיט זייערע ביאור אויף חודש ניסן.
דאס איז די פערדע באנד וואס איז ארויסגעקומען יעדע דריי פערטעל יאר, כסלו-טבת, תשרי-חשון און סיון-אלול.

ילקוט מאור אור - מהדורה חדשה

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2015 1:09 pm
דורך נחוניא
ילקוט מאורי אור מתורתן של צדיקי בית טשערנאביל ערשינען מיט גאר פיל נייע הוספות

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2015 3:07 pm
דורך dovidal
נחוניא האט געשריבן:ילקוט מאורי אור מתורתן של צדיקי בית טשערנאביל ערשינען מיט גאר פיל נייע הוספות

הערליך שיין