בלאט 78 פון 83

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 11:56 pm
דורך ישלהוסיף
ספר רשפי אש - אמרי קודש הנהגות ואגרות תולדות של רבי שלום יוסף בן הה"ק מרוזין זי"ע

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 12:00 am
דורך נא_שכל
ישלהוסיף האט געשריבן:הרבי בפאריז

כשמו כן הוא


איז די הוצאה לאור כנגד חסידי ליבאוויטש פון היינט, וואס זענען נישט צו שטארק פאראינטערסירט צו רעדן פון זיין צייט אין פאריז?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 12:05 am
דורך לכתחילה אריבער
ישלהוסיף האט געשריבן:הרבי בפאריז

כשמו כן הוא

ארויסגעגעבן דורך?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 12:30 am
דורך ישלהוסיף
פון דער רבי'ס וואוינען אין בערלין איז שוין דא א אפציעלע ספר אונטערן נאמען אדמור"י חב"ד ויהדות גרמניה

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 12:35 am
דורך רבניש
אוי וויי לפני ההתגלות! :roll: פונעם דעסקריפשן דא קוקט אויס א ביכל מיט דמיונת פונעם יאר הונדערט נישט ווערד צו קויפן אויב אזוי
אויב זוכט איר א גוטן ביכל פונעם רבין איז דא ״האמת על הרבי״

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:55 am
דורך farshlufen
farshlufen האט געשריבן:ביי בערמאן זע איך א פריש תהלים'ל:
תהלים הערוך-ישמח יהודה

מי הוא המחבר?

בילד

געזען דעם ספר אין געשעפט, דער מחבר איז א איד פון לעיקוואד, האט א הסכמה פון ר' יצחק טובי' זז"ג.

זיין נישט קאנען מבחין זיין צווישן פשוט פשט און א שיינע טייטש איז מיר נישט געפאלן.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 12:30 pm
דורך אוהב ספרים
רבניש האט געשריבן:אוי וויי לפני ההתגלות! :roll: פונעם דעסקריפשן דא קוקט אויס א ביכל מיט דמיונת פונעם יאר הונדערט נישט ווערד צו קויפן אויב אזוי
אויב זוכט איר א גוטן ביכל פונעם רבין איז דא ״האמת על הרבי״


וועמענ'ס דמיונות די סאטמארע אדער די ליובעוויטשער

האמת על הרבי, ווענט זעך וועמענ'ס אמת


grow up

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 1:42 pm
דורך רבניש
האמת על הרבי איז בכלל נישט א נעגאטיווער ספר..
גייט רואיקערהייט צוריק אין די הויט.

סדא וואס גלייכן ביידע זייטן פון א מטבע כמו שהוא, צו איז דאס ליבאוויטש צו איז דאס סאטמאר.

קונטרס מראה כהן

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 28, 2015 1:57 pm
דורך pri
קוק דא
viewtopic.php?f=3&t=24979&start=50
דורך פשוט'ער אידל

"הגיוני אליעזר" על פיוטי הארבע פרשיות

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 10:52 pm
דורך נא_שכל
עס איז נארוואס ערשינען דעם ערב שבת קודש א נייער באנד פונעם מכון "דמשק אליעזר", א ספר אויף די ארבע פרשיות, עס האט א ביאור עפ"י פשט אויף די ווערטער, כדרך שאר מפרשי הפייטנים, [איך מיין אז זיי האבן שוין אויך מלקט געווען פונעם פירוש "מבית רש"י" וואס איז פאריאר ערשינען], ווי אויך איז דא א ברייטער ליקוט עפ"י דרוש וחסידות אויף די פיוטים, מלוקט מפי ספרים וסופרים כדרך שאר ספרי דמשק אליעזר.
עורכים: אין די הקדמה ווערט דערמאנט דער יעצטיגער ראש המכון ר' יעקב יצחק ראלינצקי, ווי אויך ווערט בעיקר דערמאנט זיין ברודער ר' אלטר, ווי עס קוקט אויס איז ער געווען דער עיקר עורך.
עס איז א קורת רוח פאר די אלע אוהבי הפייטנים אז עס איז ארויסגעקומען אזא היימישע ביאור השלם.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2015 12:45 am
דורך שוועמל
ערשינען א ספר/בוך "צדקת רבי זלמן" א באשרייבונג איבער ר' זלמן אשכנזי ע"ה און זיין צדקה פעסטונג משמחי לב.

די 600 זייטן וועלן אייך אריינפירן אין די קאלירפולע לעבן פון ר' זלמן, ובתוכם חיזוק והדרכה לגבאי צדקה. אויך א שיינער טייל איז געווידמעט פאר זיינע איבערלעבענישן פון ירושלים און סיפורים פון האדמור הראשון מסאטמאר זצ"ל.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2015 8:09 am
דורך יהיה כן
נא_שכל האט געשריבן:עס איז נארוואס ערשינען דעם ערב שבת קודש א נייער באנד פונעם מכון "דמשק אליעזר", א ספר אויף די ארבע פרשיות, עס האט א ביאור עפ"י פשט אויף די ווערטער, כדרך שאר מפרשי הפייטנים, [איך מיין אז זיי האבן שוין אויך מלקט געווען פונעם פירוש "מבית רש"י" וואס איז פאריאר ערשינען], ווי אויך איז דא א ברייטער ליקוט עפ"י דרוש וחסידות אויף די פיוטים, מלוקט מפי ספרים וסופרים כדרך שאר ספרי דמשק אליעזר.
עורכים: אין די הקדמה ווערט דערמאנט דער יעצטיגער ראש המכון ר' יעקב יצחק ראלינצקי, ווי אויך ווערט בעיקר דערמאנט זיין ברודער ר' אלטר, ווי עס קוקט אויס איז ער געווען דער עיקר עורך.
עס איז א קורת רוח פאר די אלע אוהבי הפייטנים אז עס איז ארויסגעקומען אזא היימישע ביאור השלם.


'הגיון' נישט 'הגיוני'
'פרדס אליעזר' נישט 'דמשק אליעזר'
'ראלניצקי' נישט ראלינצקי'

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2015 8:33 am
דורך מיסטעריעז
יהיה כן האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:כדרך שאר ספרי דמשק אליעזר.

'פרדס אליעזר' נישט 'דמשק אליעזר'

ער מיינט ספרי מכון דמשק אליעזר
נישט אלע זייערע ספרים הייסן פרדס אליעזר

ספר שער לחסידות

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2015 5:19 pm
דורך הילולא דצדיקיא
כעת יצא לאור ספר שער לחסידות
ספר נפלא נחוץ לדורינו

הספר מעוטר בהגהות מכ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, אשר עבר על הספר מהחל ועד כלה, והכניס הגהותיו לתוך הספר (הסכמה לא נתן, כדרכו בקודש כפי שקיבל מאביו הרה"ק בעל דברי אמונה זצ"ל שלא לכתוב הסכמות).

ובהסכמות מכקש"ת הגה"צ הישיש אבד"ק ראדאמישלא שליט"א (לרפו"ש), מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וכ"ק אדמו"ר מניקלשבורג ארה"ב שליט"א

הספר יצא לרגל חתונת בן המחבר ה"ה אדמו"ר מראזלא שליט"א
והתקבל בחיבה

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 17, 2015 12:46 pm
דורך farshlufen
יוראפ האט געשריבן:כטוב בעיניכם - פורים ע"י מערכת עידית שבעידית

ערשינען פריש "עידית שבעידית" פורים

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 8:38 am
דורך חכימא
רבניש האט געשריבן:אוי וויי לפני ההתגלות! :roll: פונעם דעסקריפשן דא קוקט אויס א ביכל מיט דמיונת פונעם יאר הונדערט נישט ווערד צו קויפן אויב אזוי
אויב זוכט איר א גוטן ביכל פונעם רבין איז דא ״האמת על הרבי״

אפשר ווייסט איהר ווי מען קען קריגן דעם ספר?

איך האב אנגעפרעגט דעם גוגל הדור שליט"א און ער האט ניטאמאהל געוויסט צוזאגן דערפון!
הדבר אומר דרשני...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 10:46 am
דורך ישלהוסיף
דער ערשטע רב פון באבוב - בעל עטרת שלמה זי"ע

מהדורת בערקאוויטש
ארויס געגעבען דורך מערכת בית צדיקים באבוב 45

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 11:09 am
דורך להודיע
האט שוין איינער אמאל געזען רופן דעם באבובער רב בעל עטרת שלמה ? ווייסעך נישט פשט פון באשאפן א נייע נאמען יעצט .

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 11:17 am
דורך מיסטעריעז
וואס האט מען געזאלט שרייבן אויפן דעקל, מהר"ש הראשון?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 11:58 am
דורך יאנקעלע קליגער
וואס איז שלעכט פלעין "דער ערשטער רב פון באבוב הרה"ק ר' שלמה זי"ע"?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 11:59 am
דורך קרעפטיג
להודיע האט געשריבן:האט שוין איינער אמאל געזען רופן דעם באבובער רב בעל עטרת שלמה ? ווייסעך נישט פשט פון באשאפן א נייע נאמען יעצט .

כ'האב נאך אויך אין מיין לעבן נישט געהערט דאס, ס'איז דא א ספר פונעם באבובער רב עטרת שלמה ? מ'איז דאך נישט קיין 'בעל ' אן דעם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 12:00 pm
דורך מי יודע
קרעפטיג האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:האט שוין איינער אמאל געזען רופן דעם באבובער רב בעל עטרת שלמה ? ווייסעך נישט פשט פון באשאפן א נייע נאמען יעצט .

כ'האב נאך אויך אין מיין לעבן נישט געהערט דאס, ס'איז דא א ספר פונעם באבובער רב עטרת שלמה ?

יא געדרוקט אין ספר קדושת ציון

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 12:04 pm
דורך קרעפטיג
מי יודע האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:האט שוין איינער אמאל געזען רופן דעם באבובער רב בעל עטרת שלמה ? ווייסעך נישט פשט פון באשאפן א נייע נאמען יעצט .

כ'האב נאך אויך אין מיין לעבן נישט געהערט דאס, ס'איז דא א ספר פונעם באבובער רב עטרת שלמה ?

יא געדרוקט אין ספר קדושת ציון

א ספר געדרוקט אין א ספר ? פארוואס אידאס נישט ארויסגעקומען עקסטער.
און קיינער ווייסט נישט דערפון, מ'האט אים קיינמאל נישט אנגערופן אזוי, משא"כ דעם קדושת ציון.

מאדנע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 12:41 pm
דורך ישלהוסיף
ליתר דיוק, ער איז בכלל נישט געוועהן דער ערשטע און אויך נישט דער צווייטע רב אין שטאט באבוב.
בקהל חסידות באבוב האט מען איהם גערופען "דער ערשטע רב זכרונו לברכה".
דער נאמען פון דעם בוך/ספר מיין איך האט צו טוהן מיט גאר עפעס אנדערש, ואכמ"ל.

פון איהם איז דא א תולדות ספר בשם 'שיר למעלות לשלמה'. ווי אויך א ליקוט ספר פון זיינע חידו"ת וואס זענען נישט געדריקט אין ספר עטרת שלמה מיטן נאמען 'אפריון לשלמה'.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 11:26 am
דורך מיסטעריעז
געזעהן אין די וויקלי לינק אז עס איז ארויסגעקומען תשובות כת"ס או"ח במהדורה חדשה, ב' כרכים.

ע"י מכון חת"ס