בלאט 75 פון 83

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 05, 2014 10:52 am
דורך סביב העולם
קולו של עמרם
חידושי תורה לימי חנוכה בדרך אגדה ודרוש
מאת הגה"צ רבי עמרם טויב זצ"ל אב"ד ערוגת הבשם באלטימאר
ארויסגעגעבן דורך זיין זוהן אב"ד בעהוץ קרית יואל
לכבוד די חתונה פון זיין אינגסטע קינד

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 05, 2014 12:33 pm
דורך יוראפ
קהל ערוגת השם?

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 06, 2014 6:32 pm
דורך סביב העולם
בשם און השם שטייען דאך איינס נעבן דער צווייטן ברוכים הבאים בשם השם

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 12:22 pm
דורך שמעלקא טויב
סביב העולם האט געשריבן:קולו של עמרם
חידושי תורה לימי חנוכה בדרך אגדה ודרוש
מאת הגה"צ רבי עמרם טויב זצ"ל אב"ד ערוגת הבשם באלטימאר
ארויסגעגעבן דורך זיין זוהן אב"ד בעהוץ קרית יואל
לכבוד די חתונה פון זיין אינגסטע קינד


דער נאמען איז אינטערסאנט!

אוצרות דברי יציב על מסכת שבת

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 11:29 pm
דורך מגיד מרדכי
דער ספר איז אנגעקומען פון ארץ הקודש און איז שוין צו באקומען און אלע געשעפטען און ניו יורק - ניו דזערסי.
עס איז דא בערך 100 עמודים אויף די סוגיות פון חנוכה.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 4:13 pm
דורך Quality
לכבוד חנוכה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2014 12:42 am
דורך סביב העולם
.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 10:36 am
דורך farshlufen
די פלאקאטן מעלדן אז ביי די סעודת הודאה אין ארמארי אויף מארסי וועט מען פארטיילן א ספר "ונבנתה העיר" באשרייבט די היסטאריע פון די אמאליגע אמעריקא איידערן קומען פון מרן מסאטמאר ז"ל און נאכדעם.

ווער האט באארבעט דעם ספר? איז פארהאן דערינען עפעס דברים של טעם?

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 11:25 am
דורך סביב העולם
מורשת האט נישט א חלק דערין?

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 11:44 am
דורך שמעלקא טויב
סביב העולם האט געשריבן:מורשת האט נישט א חלק דערין?


זיכער דא דארט חומר פון חברי המורשת, קאן אנדערש נישט זיין.

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 13, 2014 9:07 pm
דורך מיסטעריעז
שמעלקא טויב האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן:מורשת האט נישט א חלק דערין?

זיכער דא דארט חומר פון חברי המורשת, קאן אנדערש נישט זיין.

נאופ
ליקוטים‎ פון‎ היימישע‎ ספרים
געהאפט‎ אויף‎ בּעסערס

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 8:48 am
דורך farshlufen
צופעליג א גוטע ליקוט מכל ספרי ומאמרי מרן בעל ויוא"מ אויף אמעריקא מפי ספרים ומפי מספרים, אסאך תוכן דערינען, מיר האבן עס אדורכגעלערנט מיט זעלטנע ישוב הדעת כמעט מדאשקע לדאשקע דורכאויס די שעה'ן וואס מיר זענען געזעצן אין די וויליאמסבורגער פעסטונג.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 9:22 am
דורך מיסטעריעז
דאס איז וואר, נאר איך האב געהאפט אז אז עס קומט א ריכטיגער חקרנישע ווערק

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 11:59 pm
דורך סביב העולם
א נייע ספר ארויסגעגעבן דורך מכון המאור שבתורה פון טאלנא ירושלים וועלכע האבן נישט לאנג צוריק ארויסגעגעבן די ספר חמין במוצאי שבת אויף בראשית סדרות.
איצטערט האבן זיי ארויסגעגעבן א נייע ספר פון די טאלנא רבי רב וויינבערג שליט"א לכבוד חנוכה ספר מוסיף והולך שיינע שמועסן אויף עניני חנוכה.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 12:00 am
דורך סביב העולם
אויך איז ארויס געקןמען א נייע ספר אויף חנוכה פונעם הייליגן אבני נזר זצ"ל
עס איז צוזאם גענומען אלע זיינע לומדות הלכה ואגדה אויף עניני חנוכה.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 12:22 am
דורך סביב העולם
א נייע ספר מיטן נאמען שיחות אליעזר שיחות פון הגאון רבי אליעזר געלדצעהלער זכרונו לברכה, ראש ישיבת אור ישראל ומחבר ספר טהרת אליעזר על עניני טהרות.

ילקוט שיחות אויף די פרשיות התורה - אויך איז נאך יעדע פרשה געדרוקט מכתבים פון רבי אליעזר, וועלכע האבן א שייכות מיט יענע פרשה. וואס א טייל איז שוין געדרוקט געווארן אין די ספר פון אגרות ומכתבים וואס די תלמידים האבן שויון ארויסגעגעבן.
ארויסגעגעבן דורך זיין זוהן ר' מרדכי דוב געלדצעהלער פון לעיקוואוד.
זייער א פשוטע אויסשטעל ווי די ליטווישע ספרים
די ספר איז נאך איינס פון די צענדליגע מהדורת בערקאוויטש אויסער די אלון בכות פאר רב בערקאוויטש'ס מוטער ע"ה
איז אויך דא א גרויסן יישר כח פאר הרבני הנגיד ר' יונתן שטראססער הי"ו, וועלכע פון ווען די ראש ישיבה איז נסתלק געווארן שפייזט ער די פאמיליע און אזוי אויך פאר די ישיבה.

אין די הקדמה באדאנקט זיך דער מוציא לאור רבי אליעזר'ס זוהן פאר זיין פעטער די היינטיגע ראש ישיבה הרה"ג רבי דניאל שליט"א וועלכע איז א גרויסע דיין אינערהאלב מכון להוראה, אבער האט אלעס איבערגעלאזט אין זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו אין ישיבה עס זאל חלילה נישט פארלוירן גיין.
אויך האט עס א לענגערע בריוו פון די נשיא הישיבה לרפו"ש דער פאטער פון רבי אליעזר וועלכע שילדערט דארט זייער שיין אראפ די לעבענס געשיכטע פון זיין זוהן. און ווי אויך די אופן הסייסדות הישיבה מיט איר אייגנארטיגקייטן און חידושים בעולם הישיבות, וואס נאכדעם פארשטייט מען בעסער די שיחות פונעם ספר וואוסענדיג ווי מען האט עס געזאגט.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 12:35 am
דורך סביב העולם
א נייע ספר איז ערשינען מיט אן אינטערסאנטע נאמען לצדדין קתני א מליצה וועלכע מאלט אפ אין קורצן וואס די ספר איז.
די ספר איז ארויסגעגעבן פון אלע הגהות וועלכע הרה"ג רבי שאול אלתר שליט"א מגור האט געשריבן אויף פארשידענע ספרים על שולי הדף, אמאל א הערה, אמאל א הוספה אדער א מראה מקום אדער א תורה געבויט מיט יענע הקדמה וכדומה.

פארשטייט זיך אז די ערשטע איז פון זיינע הגהות אויף די ספר 'שפת אמת'.
אבער אינטערסאנט איז אז רובו פון די ספרים זענען פון היינטיגע מחברים בזמנינו און פון זייערע ליקוטים, ווי למשל פון רבי אלימלך בידערמאן שליט"א אויף באר החיים חנוכה, און באר החיים הגש"פ, און אויף די ספר ליקוטי אב פון רב ברים א גור'ע אינגערמאן פון ב.פ. און אזוי אויך פון רבי אליעזר דוד פריעדמאן שליט"א דוכט זיך עס הייסט מפי ספרים וסופרים.
זיי זענען מעתיק די גאנצע שטיקל פון יענע ספר אויף וועלכע ער באציהט זיך.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 12:37 am
דורך סביב העולם
רעדענדיג פון רבי שאול אלתר שליט"א איז פון איהם ערשינען אויך איצט א נייע באנד שוין די צווייטע אין די סעריע מיטן נאמען עיברא דדשא.
וועלכע איז כולל אין זיך די דרשות זיינע בזמנים ועידנים שונים.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 9:15 am
דורך אוהב ספרים
סביב העולם האט געשריבן:א נייע ספר איז ערשינען מיט אן אינטערסאנטע נאמען לצדדין קתני א מליצה וועלכע מאלט אפ אין קורצן וואס די ספר איז.
די ספר איז ארויסגעגעבן פון אלע הגהות וועלכע הרה"ג רבי שאול אלתר שליט"א מגור האט געשריבן אויף פארשידענע ספרים על שולי הדף, אמאל א הערה, אמאל א הוספה אדער א מראה מקום אדער א תורה געבויט מיט יענע הקדמה וכדומה.

פארשטייט זיך אז די ערשטע איז פון זיינע הגהות אויף די ספר 'שפת אמת'.
אבער אינטערסאנט איז אז רובו פון די ספרים זענען פון היינטיגע מחברים בזמנינו און פון זייערע ליקוטים, ווי למשל פון רבי אלימלך בידערמאן שליט"א אויף באר החיים חנוכה, און באר החיים הגש"פ, און אויף די ספר ליקוטי אב פון רב ברים א גור'ע אינגערמאן פון ב.פ. און אזוי אויך פון רבי אליעזר דוד פריעדמאן שליט"א דוכט זיך עס הייסט מפי ספרים וסופרים.
זיי זענען מעתיק די גאנצע שטיקל פון יענע ספר אויף וועלכע ער באציהט זיך.


די הגהות אויף באר החיים און ספרים וסופרים האט לכאורה א פשוטע כוונה, די מו"ל ונדבן פון די ספרים און ספר לצדדין איז דער זעלבער פארשוין

"זכרונם לברכה-חודש טבת"

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 23, 2014 2:22 am
דורך אנמן
כעת להשיג בחנויות הספרים
זכרונם לברכה
כרך שלם על חודש טבת
תולדות, סיפורי קודש ואמרות טהורות מצדיקי וגאוני הדורות,
לפי סדר ימי ההילולא
נלקט ונערך ע"י הרב אהרן פרלוב

ימי ההילולא בחודש טבת של הצדיקים והגאונים הקדושים: ה"חוות יאיר", אברהם משה מפרשיסחא, רבי יעקב צבי מפאריסוב, רבי אברהם מסטרעטין, רבי חיים שמואלביץ, רבי אייזיל חריף מסלונים, רבי גרשון העניך מראדזין, רבי חיים שאול הכהן דוויק, אדמו"ר מסקאהל, רבי מרדכי פנחס טייץ, רבי אהרן מטיטיוב, ה"אביר יעקב" מסדיגורא-ת"א, רבי יחזקאל שרגא משינאווא, ה"תפארת איש" מנאוואמינסק, רבי צבי בן הבעש"ט הק', רבי מרדכי יוסף מאיזביצא, רבי דוד לובינער, רבי אשר זאב ורנר, רבי נתן מברסלב, רבי יחיאל ממוש, רבי מאיר שלום מקאלאשין, רבי יחזקאל הלוי מאוסטרובצא, רבי שבתי יגל, אדמו"ר מפיטסבורג, ה"יריעות שלמה" זי"ע, רבי יהושע מדז'יקוב, רבי דוד מזלאטיפאלי, אדמו"ר מוואסלוי, רבי משה מפשעווארסק, רבי מרדכי חיים סלונים, רבי יחיאל מרדכי גורדון, אדמו"ר מזוויהעל, רבי משה מלעלוב, רבי מנחם מנדל מווישאווא, רבי רפאל מבערשיד, רבי חיים מרדכי מנדבורנה, רבי מנחם מנדל וועג, רבי חיים קרייזווירט, רבי יעקב מדובנא, רבי פישל מסטריקוב, ה"אריה דבי עילאי", רבי פנחס עפשטיין, רבי צבי אלימלך מדינוב, רבי משה מקרסטשוב, רבי חיים שמואל מחענטשין, אדמו"ר מז'ימגראד, ה"קצות החושן", רבי יעקב ממעליץ, רבי אלימלך מרודניק, ה"כתב סופר", ה"אמרי משה", אדמו"ר מסדיגורה, הרמב"ם, רבי יעקב אבוחצירה, הרה"ק מציעשינוב, רבי לייב מוכיח מפולנאה, רבי ישראל אברהם מטשערנאוסטרא, רבי ישראל דב מווילעדניק, רבי מצליח מאזוז, רבי משה גבאי (בטלן), רבי שמואל העליר, רבי אברהם איגר מלובלין, רבי שלום משאץ, רבי לייביש (הראשון) מאוז'רוב, ה"סמיכת חכמים", רבי יוסף מיאמפאלי, רבי שניאור זלמן מליאדי, מהר"מ א"ש מאונגוואר, רבי משה יוסף מאוהעל, ה"שם משמואל" מסוכטשוב, רבי אליהו אליעזר דסלר, רבי משה מרדכי מלעלוב, רבי משה צבי מסאווראן, רבי צבי הירש מייזליש, רבי אברהם חיים מזלאטשוב, רבי הלל מראדושיץ, רבי יהודה לייב קאסטילניץ, רבי שמשון רפאל הירש, רבי פנחס הירשפרונג, רבי בנציון יהודא לייב מהורנסטייפל, רבי אליהו מאיר בלוך, רבי שמואל בירנבוים, רבי יהושע ליב דיסקין, ה"ישמח ישראל" מאלכסנדר, רבי מאיר חדש, רבי יצחק כדורי, זיעועכ"י.

ניתן להשיג ספר זכרונם לברכה כל חודש בנפרד: א. תשרי, ב. חשון, ג. כסלו, ד. טבת, ה. שבט, ו. אדר, ז. ניסן, ח. אייר, ט. סיון, י. תמוז, יא. אב, יב. אלול.

נזר הקודש על מדרש רבה

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 23, 2014 11:10 am
דורך ק.נ.א. וועטער

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 23, 2014 1:35 pm
דורך סביב העולם
ערשינען א הערליכע ספר מטבע של אש
ארויסגעגעבן דורך הרב (כ'גדענק נישט גענוי די ערשטע נאמען עפעס ישכר) אונגאר פון שיכון סקווירא
גאר א דיקע באנד - די חידוש אז פון איין אזא טעמע קען מען צוזאמשטעלן אזא הערליכע מייסטער ווערק
די טעמע איז פון מטבעות קמיעות און כלי כסף וועלכע צדיקים פלעגן גיבן אלס שמירה לברכה ולהצלחה - ביי די ענדע פונעם ספר איז דא א הערליכע קאלעקציע פון בילדער פון פארשידענע מטבעות און קמיעות די לעצטע איז פון תשמ"ט

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 23, 2014 1:43 pm
דורך פיטום
סביב העולם האט געשריבן:ערשינען א הערליכע ספר מטבע של אש
ארויסגעגעבן דורך הרב (כ'גדענק נישט גענוי די ערשטע נאמען עפעס ישכר) אונגאר פון שיכון סקווירא
גאר א דיקע באנד - די חידוש אז פון איין אזא טעמע קען מען צוזאמשטעלן אזא הערליכע מייסטער ווערק
די טעמע איז פון מטבעות קמיעות און כלי כסף וועלכע צדיקים פלעגן גיבן אלס שמירה לברכה ולהצלחה - ביי די ענדע פונעם ספר איז דא א הערליכע קאלעקציע פון בילדער פון פארשידענע מטבעות און קמיעות די לעצטע איז פון תשמ"ט

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 23, 2014 9:25 pm
דורך ראש הקהל
מטבע של אש יו"ל ע"י הרה"ח רבי יששכר יואל אונגאר הי"ו מגיה מומחה בשיכון סקווירא, ומו"ל לוח מעגל השנה דחסידי סקווירא.

און אזא מין ספר ליגט אסאך הוילע דמיונות מיט פאנטאזיעס, אפגערעד שטותים.

אגב, ס'איז גוט אזא ארטיקעל צו ווערן אריינגעלייגט און פארזעצונגען און סקווירא אורות, סתם אזוי, זעה איך נישט ס'זאל זיין אונטרעסאנט אז איינער זאל קויפען אזא מין ספר.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 23, 2014 11:48 pm
דורך סביב העולם
קודם כל בארואיגט אייך
און נאכדעם איז דאס דער רב אונגאר וועלכע האט איינגעפירט די חסד פראיעקט פון טוישן געלט דורך א מאשין אין שיכון סקווירא?
(געווען באשריבן אין אורות און אויך א אינטערוויוא אויף קולמע)