בלאט 8 פון 83
יופיע! פרדס אליעזר נישואין ~ ו' כרכים
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 10, 2010 9:18 am
דורך ארעסטאנט
לכבוד די שמחה בבית נשיא הכולל והמכון די קומענדיגע וואך וועט אי"ה ערשיינען דער הערליכער ליקוט ספר "פרדס אליעזר" על עניני אירוסין ונשואין.
דער ספר איז א נאך א צווייגעלע אינעם ברייט פארצווייגטן פראיעקט פון די חברי מכון פרדס אליעזר, וואס זענען באוואוסט מיט זייער פראכטפולע חיבורים אויף די ימים טובים, נאך 2 יאר פון שווערע ארבעט וועט דער ספר ערשיינען לאור עולם לשמחת לב עולם הספרים.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 10, 2010 9:27 am
דורך יוסלמאן
מאטעס האט געשריבן:2 נייע ספרים וואס כ'האב היינט געזעהן
א. אגרות מהר"ם שיק. געדרוקט ע"י מכון "בני משה" להו"ל תורת המהר"ם שיק, זייענדיג נישט באקאנט אין ספרי ותשו' מהר"ם שיק ווייס איך נישט צו זאגן צו עס איז דא אין דעם ספר נייע בריוון גילויים וכדו' וואס זענען נאך נישט באוואוסט אבער עכ"פ איז שיין מסודר די בריוון לפי מדורים אנגעהויבן מיט בינו לבין רבותיו ממשיך מיט משפחה און אישית'דיגע בריוון און נאכדעם קומט כמובן די צימעס כל מיני בריוון וועגן פארשידענע מחלוקות און ערי אונגארן,
עס איז נאר די ערשטע חלק, כמובטח בספר וועט אין די צווייטע חלק ערשיינען די בריוון וואס איז נוגע צו הנהגת הכלל די טיילונג אסיפת מיהאלאוויץ ועוד
ב. השקדן א כעין ביאגראפיע אויף הרב אלישיב שליט"א,
וכאן שאלתי אם ידוע עוד ספרים במשך הדורות שנתחברו תולדות על רבנים בחייהם?
כמדומה שמרן רבי שמעון סופר זי"ע בנו של רבש"י בעל חתם סופר זי"עי, קיבוץ קורת חיו של אביו הגדול בחיו, כמדומה שראיתי כן בספר הנפלא "רבינו שמעון סופר".
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 10, 2010 12:19 pm
דורך שטארק זיך
פרדס אליעזר - עניני אירוסין ונשואין
ה' כרכים
עס אנטשפרעכט צו זיין דער רייכסטער ליקוט וואס איז נאר ווען געווען אויף די נושאים, באארבעט דורך בארימטע עורכים דאהי און אין א"י.
עס וועט אנטהאלטן, הלכה, מנהג, ענינים ועוד.
חובבי ספרים וועלן זיך פון דעם שווער אוועקרייסן.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 10, 2010 12:40 pm
דורך farshlufen
רב שטארק זיך, איר האט פארזען א צוויי תגובות אויף צוריק.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 10, 2010 12:43 pm
דורך שטארק זיך
פארשלאפן איר האט רעכט, איר זענט פטור פון איבערליינען, צופעליג מערק איך היצטערט אז עס גייט גאר זיין ו' כרכים, מיר האבן געוואוסט נאר פון ה', אנטשולדיגט.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 10, 2010 4:22 pm
דורך ארעסטאנט
וענתה בי צדקתי..
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 10, 2010 7:51 pm
דורך שטארק זיך
צדקת ממני
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 11, 2010 12:54 pm
דורך ארעסטאנט
מאטעס האט געשריבן:השקדן א כעין ביאגראפיע אויף הרב אלישיב שליט"א,
וכאן שאלתי אם ידוע עוד ספרים במשך הדורות שנתחברו תולדות על רבנים בחייהם?
בני הגרי"ש אלישיב זענען ארויסגעקומען מיט א איסור בשמו פון זייער טאטן אויפן ספר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 04, 2010 4:22 pm
דורך ביקסאד
שומרי משמרת הקדש
הרבנים למשפחת אויערבאך באשכנז
בשני כרכים, נכתב ע"י נתן רפאל אויערבאך.
יו"ל ומופץ ע"י פלדהיים.
מי לה' אלי !
סיפור חייו של רבי שמשון רפאל הירש זצ"ל
נכתב ע"י מרת חוה קרוסקל בת פרופ' מרדכי בן הד"ר יצחק ברויאר נכד רש"ר,
מציינת את ספרו של ש"ב אליהו מאיר קלוגמאן באנגלית.
יו"ל ומופץ ע"י פלדהיים.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 05, 2010 8:01 am
דורך farshlufen
היינט געקויפט אין ביהמ"ד:
ליקוטי אורה
ליקוטי דרושים נאים על פרשת פרה מרבינו הק' זצוק"ל
לוקט וי"ל ע"י ידידי הרב ר' שמואל עקשטיין מק"י שי'.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 05, 2010 9:13 am
דורך מיללער
פארשלאפן,
דאס איז שוין די פערטע פון די סעריע ספרים/קונטרסים 'לקוטי אורה' וואס ר' שמואל ב"ר מענדל עקשטיין דרוקט (שבת שקלים, זכור, כ"א כסלו און יעצט שבת פרה).
דער ערשטער העלפט איז דרושים בלה"ק וואס דער רבי זצ"ל האט געזאגט בליל שב"ק פרשת פרה במשך השנים, דערנאך איז אויף אידיש העתקות פון טעיפס פון סעודה שלישיות פון פרשת פרה, אויך איז אריינגעדרוקט א תשובה בענין פרה אדומה וועלכע ער האט געקריגען רשות פון מערכת כרם שלמה צו דרוקען פון זייערע ארכיווען.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 10, 2010 11:53 am
דורך יוסלמאן
אריינגייענדיג אין ספרים געשעפט קויפן א נייע הגדה לכ' פסח (וויפיל האט איר שוין? כ'מיין יעדע איד האט א כאטש דריי הגדות) האמיר געמערקט א נייע הגדה של פסח דרכי חיים ממרן הקדוש מצאנז זי"ע. וואס איז יא אינטערסאנט, איז אז זיי האבן געלייגט די בילד המיוחס להרה"ק זי"ע אויפ'ן דעקל. דא האט איר א בילד.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 10, 2010 12:00 pm
דורך תרנגול
יוסלמאן, דיין נייע הגדה קומט אפשר אויך פון "תבונה"? {וואס אגב, זענען זייערע הגדות ווערט אן אשכול פאר זיך.]
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 10, 2010 12:03 pm
דורך יוסלמאן
ניין! כ'האב דאסמאל איינגעהאנדעלט דעם בית אברהם בית אהרן (פארדינט אויף א געהענגעל), מ'האט עס איצטערט פריש געדרוקט אזוי ווי ס'שוין געווען ספו תמו.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 10, 2010 12:23 pm
דורך קארל
תרנגול האט געשריבן:יוסלמאן, דיין נייע הגדה קומט אפשר אויך פון "תבונה"? {וואס אגב, זענען זייערע הגדות ווערט אן אשכול פאר זיך.]
די הגדה "דרכי חיים" ווערט נישט ארויסגעגעבן דורך "תבונה", כאטש עס קוקט אויס אז זיי האבן פרובירט נאכצומאכן דעם דעקל-פארמאט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 10:44 am
דורך מיללער
שומרי משמרת הקודש
נעכטן האב איך געזעהן אין ספרים-געשעפט צוויי בענדער פון א נייע בוך מיטן נאמען 'שומרי משמרת הקודש' דער ספר באהאנדלט די היסטאריע פון די רבנים למשפחת אויערבאך פון דייטשלאנד, באגלייט מיט הערליכע בילדער און היסטארישע דאקומענטן, ארויסגעגעבן דורך בני המשפחה, אפשטאמיגע פון דורות ערליכע רבנים אין דייטשלאנד.
די היסטאריע גייט צוריק א צירקע 2-300 יאר, פון די צייטן פון די ר' דוד אפענהיים און אנדערע פראמינענטע מיטגלידער פון די משפחה, ביז צו די לעצטערע יארען פאר די קריג אין די דייטשע שטעט; פראנקפורט, בונא, פיורדא, האלבערטשאט און דארמשטאט, ביז צו רבנים וועלכע האבן איבערגעלעבט די קריג אין אר"י ובתפוצות.
עס איז א געלונגענע ארבעט און ווערט באגריסונט.
-
אויך זענען ערשינען די קובצים, היכל הבעש"ט און בית וועד לחכמים. היכל הבעש"ט איז באקאנט ביי יעדן אלס א זעלטענע ווערק מיט מחקרים אויף חסידות און איר היסטאריע, דאסמאל איז דא א מאמר פון ר' חיים מאסקאוויטץ אפצוענטפערן א מאמר פון ר' דוד קאמינעצקי אין קובץ ישורין, איבער די היסטאריע פונעם התייחסות פונעם בעל התניא צו ווילנער גאון והמסתעף.
בית וועד לחכמים איז פערטע אין די סעריע וועלכע ווערט ארויסגעגעבן דורך די מבצר הכוללים תו"י ד'סאטמאר אין קר"י (מהר"א), איך האב דערווייל נישט געהאט קיין צייט מעיין צו זיין, אולי איז דא אנאנדערער וועלכער וועט זיך יאווען צו געבן א סקירה קצרה אויף די נייע קובץ.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 10:51 am
דורך יוסלמאן
מיללער האט געשריבן:בית וועד לחכמים איז פערטע אין די סעריע וועלכע ווערט ארויסגעגעבן דורך די מבצר הכוללים תו"י ד'סאטמאר אין קר"י (מהר"א), איך האב דערווייל נישט געהאט קיין צייט מעיין צו זיין, אולי איז דא אנאנדערער וועלכער וועט זיך יאווען צו געבן א סקירה קצרה אויף די נייע קובץ.
מ'האמיר שוין דורכגעבלעטערט דעם קובץ, כ'קען שוין זאגן אז די אכט טאלער האט זיך געלוינט. ער ברענגט צוויי מכתבים ממרן הברך משה, איינס צו הר"ר יוסף דוב ליברמאן און איינס צו הר"ר חיים לייב לערנער, תלמיד מרן בעל עצי חיים. ועוד ועוד ועוד מיט וואס מ'גיימיר זיך בעז"ה באלעקן די פינגער אין די קומענדיגע טעג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 11:17 am
דורך מיללער
יוסלמאן,
פאר צוויי בריווען פון מרן הבר"מ צאלט איר שוין אכט דאללער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 11:24 am
דורך יוסלמאן
מיללער האט געשריבן:יוסלמאן,
פאר צוויי בריווען פון מרן הבר"מ צאלט איר שוין אכט דאללער?
יא, פיר און פיר...
סארקאזים אין א זייט געלייגט, איר ווילט דאך מסתמא הערן וואס נאך ס'דא דארט.
מכתב מהגה"ק ר' משה יוסף ט"ב מאוהעל זי"ע
הגה"ק מנאסיוד זי"ע
מכתב למרן הק' בעל יטב לב מתלמידו.
הערליכע דברי תורה ממרן רביה"ק זי"ע שלא ראו אור הדפוס
א בירור בסוגיא דמי שאין שאין לו קרקע אינו עולה לרגל פון האדמו"ר הגאון מהר"א שליט"א
און אויף די בעק פעידזש א פאלטשע מודעה פון Baders Hotel אז רביה"ק זאל געבן א הכשר אויף זייער הטטעל בשנת תש"ל און די הכחשה פון קהל יטב לב.
ועוד ועוד ועוד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 1:18 pm
דורך יהיה כן
צי וואדזשע קויפן?
היינט מארגן לייגט עס חיים ראזנבערג ארויף אויף היברוי בוקס, אזוי ווי ער האט געטון מיט די אלטע בית וועד'ס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 1:20 pm
דורך יוסלמאן
יהיה כן האט געשריבן:צי וואדזשע קויפן?
היינט מארגן לייגט עס חיים ראזנבערג ארויף אויף היברוי בוקס, אזוי ווי ער האט געטון מיט די אלטע בית וועד'ס
כ'גלייב עס נישט פון דיר, דער מו"ל דארף דאך באצאלן די הוצאות.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 1:42 pm
דורך farshlufen
ר' כן, ווייסט דאך אליין אז נאך עטליכע חדשים קויפט עס שוין סיי ווי קיינער, דאן וואס דרוקט דיך אז הרב ראזענבערג לייגט עס ארויף?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 1:50 pm
דורך יהיה כן
אה, דו רעדטס פון 'דרוקן'
יא, כ'מאך ביסעלע פרנסה פון דריקן.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 19, 2010 8:40 am
דורך יוסלמאן
איבערגעדרוקט ספה"ק עצי חיים עה"ת ומועדים.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 19, 2010 9:17 am
דורך leiby
ארויס געקומען אוצר הלכות אויף פסח פין מוה"ר אברהם צבי פריעדמאן שליט"א,
שוין באקאנט מיט זיינע געוואלדיגע חיבורים אויף או"ח ועוד....