בלאט 68 פון 83
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:47 pm
דורך שמעלקא טויב
שמעלקא טויב האט געשריבן:כ'זעה אדווערטייזעט עפעס א ספר "פניני ראשונים" און עפעס האט עס מיט ר' מנחם משה פעלזענבערג ז"ל, וואס איז דאס?
כ'האב זיך געקויפט דעם פניני ראשונים, באמת באשטייט עס פון 4 באזונדערע ספרים, עכ"פ פניני ראשונים און דער חלק פון תולדות פון ר' מנחם משה איז זייער שיין, נאר כ'וויל אנמערקן אז ער ברענגט אז אויף דעם פניני ראשונים האט געארבייט הרה"ג ר' מנשה מאיער שליט"א ר"מ בישיבת נייטרא (היינט מיינעך אין טשעסטער).
דענק איך אז ער האט דערציילט אמאל ביי א שיעור איבער די גדלות בחסד פון ר' מנחם משה ז"ל, אז ווען ער איז געווען א אינגערמאן האט אים ר' מנחם משה געוואלט שטיצן בדרך כבוד, האט ער אים געזאגט אז ער וויל ארויסגעבן א ספר מיט א ליקוט פון דברי הראשונים כמלאכים עה"ת, ער האט געבעטן ר' מנשה צו ארבייטן דערויף און ער פלעגט אים אלץ באצאלן.
האט ר' מנשה געזאגט: כ'האב געוויסט אז ער וויל עס נישט אזוי שטארק ארויסגעבן ווי שטארק ער וויל שטיצן אז א אינגערמאן זאל האבן נאך אפאר דאלער אין טאש, ס'איז גראדע געווען א שיינע זאך, א שאד ס'קומט נישט ארויס, מ'וואלט געקענט הנאה האבן דערפון.
יעצט זעה איך אז מ'האט עס ארויסגעגעבן איז עס ביי מיר א פערזענליכע שמחה צו זעהן מעשה ידיו פון איינע פון מיינע רבי'ס הר"ר מנשה שליט"א, ס'איז טאקע א שיינע זאך.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:53 pm
דורך לכתחילה אריבער
מן המיצר המבואר!!! ממרן רחמ"ד זצ"ל.
נאכנישט דורכגעליינט, אבער שוין געקויפט.
אזוי אויך חלק שני "רבי מיכאל בער" תולדות ממרן זצ"ל אויף אידיש.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 7:27 am
דורך msp
דער ביאור הייסט "עזרת מצר"
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 2:00 pm
דורך לכתחילה אריבער
msp האט געשריבן:דער ביאור הייסט "עזרת מצר"
יא! מיר טאקע געפאלן די "ווערטער שפיל".
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 3:29 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ספר ניצוצי תומר
עצות והדרכות ממשנתו הטהורה של מרן מסאטמאר זי"ע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 3:37 pm
דורך והוא פלאי
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ספר ניצוצי תומר
עצות והדרכות ממשנתו הטהורה של מרן מסאטמאר זי"ע
איז דאס דער טענענבוים וואס פלעגט ארויסגעבען חומת הדת, דארט איז געווען אסאך אינטרעסאנטע הדרכות פון רבי'ן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 3:41 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ניין, א קאזין זיינער.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 6:32 pm
דורך וואטיצעך
פאריגע וואך ארויסגעקומען אמרי ישראל פון קעזמארקער רב
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=23236 שיין איבערגעדרוט אויף בראשית-שמות-ויקרא,
(2'טע באנד הייסט אז עס וועט זיין אין א יאר אנדערהאלבן)דורך נכדו הר"ר ישעי' רז"ב הי"ו, און ר' יואל שרייבער הי"ו
אגב עס איז דא דארט די תולדות היבש באריכות זייער שיין, ווי אויך די צוואות
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 1:10 pm
דורך שמעלקא טויב
וואטיצעך האט געשריבן:פאריגע וואך ארויסגעקומען אמרי ישראל פון קעזמארקער רב
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=23236 שיין איבערגעדרוט אויף בראשית-שמות-ויקרא,
(2'טע באנד הייסט אז עס וועט זיין אין א יאר אנדערהאלבן)דורך נכדו הר"ר ישעי' רז"ב הי"ו, און ר' יואל שרייבער הי"ו
אגב עס איז דא דארט די תולדות היבש באריכות זייער שיין, ווי אויך די צוואות
קעזמארקע רב האט געהייסן גרינבערג, ער איז געווען רב אין חברה ש"ס אין קעזמארק.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 6:49 pm
דורך וואטיצעך
שמעלקא טויב האט געשריבן:וואטיצעך האט געשריבן:פאריגע וואך ארויסגעקומען אמרי ישראל פון קעזמארקער רב
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=23236 שיין איבערגעדרוט אויף בראשית-שמות-ויקרא,
(2'טע באנד הייסט אז עס וועט זיין אין א יאר אנדערהאלבן)דורך נכדו הר"ר ישעי' רז"ב הי"ו, און ר' יואל שרייבער הי"ו
אגב עס איז דא דארט די תולדות היבש באריכות זייער שיין, ווי אויך די צוואות
קעזמארקע רב האט געהייסן גרינבערג, ער איז געווען רב אין חברה ש"ס אין קעזמארק.
ער איז געווען א איידעם ביי גרינבערג אבער איך וויס נישט צו זיין שווער איז געווען רב אין קעזמארק
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 10:10 am
דורך הרבטייטעלבוים
ארויס געקימען ספר ידיו אמונה (צווייטען חל)ק פונעם משגיח ר' יחזקאל לעוונישטיין,דורך דער בארימטער שריבער וואלעך.
צוגעשטעלט מאמרים און רעיונות אויף דער סדר הווידו.
אזוי אויך א קורצע פירש אויף וידו דורך ראשונים אחרונים.
ובסוף הספר האט ער איבערגעדריקט דער חיבור פון מאמרים ורעיונות מלוקט על סדר הוידו פון אלע גדולי המוסר.
געקויפט און זיך מחיה געווען ב"ה
(ערשטער חלק איז אויף הגדה של פסח, א געוואלדיגער ספר.)
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2014 4:51 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ספר 'אביר הרועים' בענין הקשר של גדולי ישראל עם מרן מסאטמאר זי"ע.
דורך הרב שלמה יעקב געלבמאן שליט"א פון קרית יואל מח"ס מושיען של ישראל.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2014 4:55 pm
דורך יוראפ
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ספר 'אביר הרועים' בענין הקשר של גדולי ישראל עם מרן מסאטמאר זי"ע.
דורך הרב שלמה יעקב געלבמאן שליט"א פון קרית יואל מח"ס מושיען של ישראל.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2014 5:37 pm
דורך נחמן נתן
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ספר 'אביר הרועים' בענין הקשר של גדולי ישראל עם מרן מסאטמאר זי"ע.
דורך הרב שלמה יעקב געלבמאן שליט"א פון קרית יואל מח"ס מושיען של ישראל.
וואס איז די גדר רועי ישורון 'בצל'? איינער וואס איז געווען בלויז א 'ידיד' פון רבי'ן באקומט אויך דעקונג? אויפן קאווער ווי מ'רעכענט אויס די נעמען פון רבנים געפין איך נישט דעם פאפא'ער רב, וויענער רב (רע"י לעבאוויטש).
לדוגמא דער קשר צווישן קאפישניצער רבי'ן מיט'ן רבי'ן ווערט אויך אראפגעברענגט?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2014 6:21 pm
דורך יגעתי ומצאתי
והוא פלאי האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ספר ניצוצי תומר
עצות והדרכות ממשנתו הטהורה של מרן מסאטמאר זי"ע
איז דאס דער טענענבוים וואס פלעגט ארויסגעבען חומת הדת, דארט איז געווען אסאך אינטרעסאנטע הדרכות פון רבי'ן
וויאזי הייסט דער טענענבוים ביים נאמען? וועמענס זוהן? האט ער פאראיאר אויך ארויסגעגעבן עפעס ענליך?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2014 10:29 pm
דורך יגעתי ומצאתי
נייע חומש פון עוז והדר חומש ורש"י מבואר (כ'געדענק נישט די פונקטליכע נאמען), דערווייל נאר דברים.
אויב בין איך ערלויבט צו זאגן א מיינונג.
עס דערקענט זיך שטארק אז די כוונה איז נישט די פסוק און נישט די רש"י נאר גאר עפעס אנדערש... עכ"פ, עס קומט נישט צי צו די תורה ברורה חומש אדער שימה בפיהם וכדומה, פון אידן וואס האבן געהארעוועט יארן אויסצוקנעטן דעם פסוק מיטן רש"י. עס איז א צוזאמלויף פון מפרשים אן קיין שום גלאטע מהלך וואס עס פעלט אויס צום הבנה און וואס נישט. וואס עס שטימט מיטן פאריגן פאראגראף און וואס נישט.
אבער א צורה האט עס...
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2014 10:52 pm
דורך לכאורה
איז דיין ערשטע שורה א ציטאט אדער וואס? ווייל איך פארמאג שוין דעם גאנצן סעט פון די חומש רש"י המבואר עוז והדר, און ששש, איך בין מיך מחיה דערמיט!
איך האב ב"ה די זכיה פארצולערנען חומש רש"י, און איך נוץ די רש"י כפשוטו און אויך די ביאורי רש"י, זיי קומען מיר זייער גוט צוניץ.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2014 10:54 pm
דורך יגעתי ומצאתי
ניין ניין ניין, א פרישע זאך, איך געדענק נישט די נאמען פונקטליך.
דעם חומש שימה בפיהם האט איר שוין אמאל געזעהן? אטא דאס פון עוז והדר אויף די חומש.
רש"י כפשוטו אויף רש"י האט איר דאך, אטא דאס אויף רש"י. צוזאמגעשמאלצן די לשון חומש\רש"י מיטן ביאור.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:00 pm
דורך לכאורה
וועלן מיר מוזן ווארטן ביז דאס פארפלייצט די שוהלן...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 5:20 pm
דורך ישלהוסיף
משמיה ד' תנחום - סטיטשין
דער ספר אינהאלט צוויי חלקים:
חלק א' (רעו עמודים) שיחות קודש שנמסרו ע"י אבינו הרה"ח ר' תנחום פירסט ז"ל ממה ששמע מרבו וכו' רבינו יהודא הורוויץ וכו' אבד"ק סטיטשין
חלק ב' מנהגי קודש של הרה"ק וכו' רבינו יהודא הורוויץ וכו' אבד"ק סטיטשין אשר נמסרו ע"י אבינו וכו' ר' תנחום פירסט
וכולל מפתח אישים.
נאך נישט אזוי גרונטליך שטודירט, אבער אין עטליכער פלעצער געזעהט אפענע סילופים, ריריטען היסטורי בלע"ז, ואי"ה וועט מען עס אהער שטעלן לפי דער צייט וועט מיר ערלויבען, און מיט דער רשות פון דער מו"ל.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 5:50 pm
דורך ווינקל
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:והוא פלאי האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ספר ניצוצי תומר
עצות והדרכות ממשנתו הטהורה של מרן מסאטמאר זי"ע
איז דאס דער טענענבוים וואס פלעגט ארויסגעבען חומת הדת, דארט איז געווען אסאך אינטרעסאנטע הדרכות פון רבי'ן
וויאזי הייסט דער טענענבוים ביים נאמען? וועמענס זוהן? האט ער פאראיאר אויך ארויסגעגעבן עפעס ענליך?
הרב שמואל אהרן טענענבוים בן הרב יעקב מנחם אב"ד טארנא, חתן הרב שמואל מאיר בלום.
ער האט שוין ארויסגעגעבן לכבוד זון זונס בר מצוה א קונטרס'ל דוגמא פון דעם ספר.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 6:02 pm
דורך יוסף שרייבער
ישלהוסיף האט געשריבן:נאך נישט אזוי גרונטליך שטודירט, אבער אין עטליכער פלעצער געזעהט אפענע סילופים, ריריטען היסטורי בלע"ז
למשל?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:18 pm
דורך שאץ מאץ
ישלהוסיף האט געשריבן:משמיה ד' תנחום - סטיטשין
דער ספר אינהאלט צוויי חלקים:
חלק א' (רעו עמודים) שיחות קודש שנמסרו ע"י אבינו הרה"ח ר' תנחום פירסט ז"ל ממה ששמע מרבו וכו' רבינו יהודא הורוויץ וכו' אבד"ק סטיטשין
חלק ב' מנהגי קודש של הרה"ק וכו' רבינו יהודא הורוויץ וכו' אבד"ק סטיטשין אשר נמסרו ע"י אבינו וכו' ר' תנחום פירסט
וכולל מפתח אישים.
נאך נישט אזוי גרונטליך שטודירט, אבער אין עטליכער פלעצער געזעהט אפענע סילופים, ריריטען היסטורי בלע"ז, ואי"ה וועט מען עס אהער שטעלן לפי דער צייט וועט מיר ערלויבען, און מיט דער רשות פון דער מו"ל.
ר' תנחום פירסט איז געוועהן דער וואס האט געדירקט דעם משנה למלך - ריישא, נישט אזוי???
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:31 pm
דורך הסרפד
שאץ מאץ האט געשריבן:ר' תנחום פירסט איז געוועהן דער וואס האט געדירקט דעם משנה למלך - ריישא, נישט אזוי???
לויט דעם ספה"ל קאטאלאג זענען די לעצטע פאהר מהדורות פון ס' משנה למלך ארויס געגעבן געווארן דורך ר' איסר אלימלך פירסט פון מאנטריאל, נישט ר' תנחום דינן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:46 pm
דורך הסרפד
יעצט טרעף איך אויף אוצה"ח אין קובץ היכל הבעש"ט (כ') א מאמר 'סיפורים ומנהגים מהרה"ק רבי אלעזר מריישא' פון 'הרב איסר פירסט' וואס דערמאנט אין איין הערה 'א"מ הרה"ח ר' תנחום פירסט ע"ה'.
קומט אויס אז הרב שאץ מאץ איז כמעט גערעכט: דער מו"ל פון ס' משנה למלך איז א זוהן פון ר' תנחום, אין מסתמא איינע פון די מסדרים פון ס' משמיה ד' [? דר'] תנחום.