בלאט 67 פון 83

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 11:25 am
דורך מי יודע
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:היינט געזעהן אין ביהמ"ד א הערליכע יחוס ספר
"תפארת אבותינו"
ארויסגעגעבן דורך ר' יואל ב"ר יוסף דוב לאנדא נ"י לרגל שמחת הבר מצוה בביתו

האט עפעס מיט סקאליע אדער זלאטשוב?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 1:14 pm
דורך חסידישער יוד
חסידישער יוד האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:פינעף נייע ספרים לכבוד די בעלזא חתונה

1) יקרא דשכבי - תולדות מבנין וחתנין של מרן מהרי"ד מבעלזא

2) מעסיהם למוצאיהם - נסיעת רבי אהרן מרדכי רוקח למקומות הקדושים, וגם יומן מנסיעת האדמו"ר מבעלזא שליט"א לעיר בעלזא ועוד

3) זקנים ויאמרו לך - זכרונות עובדות לבעלזא, והקשר של הקרן לדוד, ערוגת הבשם ורבי יעקב יחזקי' גרינוואלד

4) קהל מחזיקי הדת - זכרונות של ברי"מ, חלקה, בר מצוה, חתונה של ג' דורות האדמו"ר מבעלזא, רא"מ, והחתן

5) זכר צדיק לברכה* - זכרונות מהר"א מבעלזא בירושלים, ופרק מיוחד אודות הביקור אצלו של האדמו"ר מהר"י מסאטמאר, וענין הבחירות והאגודה

*צ"ל "זכור ימות עולם".
ס'איז דא אן אלטע מהדורה פון דעם אין היברו בוקס. אין די נייע מהדורה פעלן אפאר שטיקלעך...

[זיך נישט טועה זיין - מ'רעדט פון פאריאר, נישט פון די היינטיגע חתונה אין בעלזא].

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2014 10:09 pm
דורך סיגוט
קונטרס בהיכלא דמלכא- שיחות קודש ממרן הגה"ק בעל ברך משה זללה"ה
י"ל ע"י הר"ר שלמה אבראמאוויטש הי"ו לרגל נישואי בתו
עס איז א וואונדערבארע ארבייט רייך און שיין ביזדערווייל בערך 20 שמוסן מיט גדולי הרבנים והאדמורי"ם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:14 am
דורך שמעלקא טויב
סיגוט האט געשריבן:קונטרס בהיכלא דמלכא- שיחות קודש ממרן הגה"ק בעל ברך משה זללה"ה
י"ל ע"י הר"ר שלמה אבראמאוויטש הי"ו לרגל נישואי בתו
עס איז א וואונדערבארע ארבייט רייך און שיין ביזדערווייל בערך 20 שמוסן מיט גדולי הרבנים והאדמורי"ם


ס'אזי שוין דא צו באקומען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:00 pm
דורך מיללער
סיגוט האט געשריבן:קונטרס בהיכלא דמלכא- שיחות קודש ממרן הגה"ק בעל ברך משה זללה"ה
י"ל ע"י הר"ר שלמה אבראמאוויטש הי"ו לרגל נישואי בתו
עס איז א וואונדערבארע ארבייט רייך און שיין ביזדערווייל בערך 20 שמוסן מיט גדולי הרבנים והאדמורי"ם

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 20, 2014 7:49 am
דורך msp
דארף זיין גאנץ אינטערעסאנט

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 20, 2014 8:29 am
דורך חסיד נלהב
מיללער האט געשריבן:
סיגוט האט געשריבן:קונטרס בהיכלא דמלכא- שיחות קודש ממרן הגה"ק בעל ברך משה זללה"ה
י"ל ע"י הר"ר שלמה אבראמאוויטש הי"ו לרגל נישואי בתו
עס איז א וואונדערבארע ארבייט רייך און שיין ביזדערווייל בערך 20 שמוסן מיט גדולי הרבנים והאדמורי"ם


עס איז אמאל ערשינען אין סאטמאר מהרי''י'ס גליון פרי תמרים, א אפטיילונג בהיכלא דמלכא, פון שיחות הברך משה זצ''ל, איך הער עס ווערט אסאך מוזכר אין די שמועסן פון די גבאי'ס שמועסן און רעיונות.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 20, 2014 12:20 pm
דורך msp
אזוי?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2014 9:37 pm
דורך מיללער
לעצטענס האט דער נגיד וטפסר, נדיב ושוע, ר' לייזער קעסטנבוים הי"ו חתונה געמאכט אן אייניקל, לרגל די שמחה איז ערשינען צוויי הערליכע ספרים.

זיין מכון פרדס אליעזר בראשות פון דעם באגאבטען חכם וסופר הרב יעקב יצחק הכהן ראלניצקי שליט"א האט ארויסגעגעבן א מדרש רבה מיט א ליקוט פרדס המדרש, ליקוטים חדשים ציצים ופרחים בדברי המדרש.

דאס אנדערע איז א חומש החיד"א מיט הוספות והגהות ע"י החוקר ובופר רבי דוד אברהם מאנדלבוים שליט"א.

ביידע ספרים זענען דערווייל נאר ערשינען אויף די סדרות פון במדבר-קרח לרגל ימי השמחה מיט די האפענונג אז מיט די צייט וועט נשלם ווערן דערפון על כל התורה.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 23, 2014 9:49 am
דורך ישלהוסיף
יצב אברהם - עה"ת מועדים ועוד - רבי אברהם צבי גינצלער מאוהעל

*

ווי קען מען באקומען דעם "בהיכלא דמלכא" שיחות הברך משה?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 23, 2014 10:04 am
דורך מיללער
איך האב נעכטן אינאכט גענומען אין ספרים קלייט א ניי ספר בשם "הליכות חיים" טראץ וואס אין ספר שטייט אז עס געדרוקט געווארן תשע"ג ליגט עס צווישן די נייע ספרים, ממילא וועל איך דא אראפשרייבן מיין באמערקונג.

דער ספר אנטהאלט הליכות ומנהגי קודש וסדר היום פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק בעל שפע חיים מקלויזנבורג זצ"ל, עס קוקט אויס ווי א גוטע ארבייט מיט הוספות מקורות ומראי מקומות.

וואס האט מיך געשטערט איז אז אויפן דעקל, שטייט בערך אזוי דער לשון "הליכות בקודש מהגה"ק מצאנז זצ"ל" און דאס זעלבע אויפן רוקען שטייט אין גרויס "צאנז". אלס איינער ביי וועם כל אשר בצאנז קודש, לויפן מיינע אויגן באלד אהין און אט גרייט איך זיך צו טרעפן א נייע ספר הליכות בקודש פון הייליגען צאנזער רב זצ"ל, ושמא מוכח עליו "חיים - צאנז" מיינט ביי מיר איין זאך.


מיין טענה איז נישט אז דאס איז א זלזול בכבוד מרן הדברי חיים זצ"ל, נאר עס איז לפע"ד א זלזול בכבוד פונעם קלויזנבורגער רב זצ"ל זעלבסט, איך קען ביי מיר נישט קלערן אז דער אייניקל ביים וועם דער כבוד פונעם זיידן האט געברענט, איינער וואס האט געאטעמט צאנז כל ימי חייו, זאל מסכים זיין צו אזא פארראט.

ובזה יצאתי ידי חובת מחאתי פה סקרענטאן עיר תהלה
החותם בכאב, יעקב דובער המכונה מיללער

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 23, 2014 10:15 am
דורך ישלהוסיף
די ספרים 'הליכות חיים' האלט היינט ביי פיר בענדער, אויף די ערשטע צוויי איז געשטאנען סיי אינעווייניג און זיי אויפן ריקען 'צאנז-קלויזענבורג', אויף די לעצטע צויי האט מען מטעם הכמוס אויס געלאזט דאס ווארט 'קלויזענבורג', איז געבליבען נאר 'צאנז', ווען זיי האבען באקומען נאך סחורה און פריש איבערגעדריקט די ערשטע צוויי זענען זיי ווייטער געגענגען מיט דעם מהלך אויסלאזענדיק 'קלויזענבורג'.

פשט דערפון האט גארנישט מיטן בעל דברי חיים, נאר היות דארט ווי רבי יקותיאל יהודה איז געוועהן רב האט געהייסען קרית צאנז, אוטומאטיש איז ער דער 'צאנז רב', צאנז'ער רב נתניה שבארץ ישראל, נישט צאנז שבגאליציע.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 23, 2014 12:02 pm
דורך צושויער
ישלהוסיף האט געשריבן:יצב אברהם - עה"ת מועדים ועוד - רבי אברהם צבי גינצלער מאוהעל

*

ווי קען מען באקומען דעם "בהיכלא דמלכא" שיחות הברך משה?

האט איר עפעס פרטים איבער דער מחבר ומו"ל?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 23, 2014 12:23 pm
דורך יהיה כן
צושויער האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:יצב אברהם - עה"ת מועדים ועוד - רבי אברהם צבי גינצלער מאוהעל


האט איר עפעס פרטים איבער דער מחבר ומו"ל?


איז דאס דער הומנא'ער דיין?, דאכציך ער'איז א זיידע פאר די דעברעצינע לאנדא משפחה, איא?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 23, 2014 1:11 pm
דורך צושויער
יהיה כן האט געשריבן:
צושויער האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:יצב אברהם - עה"ת מועדים ועוד - רבי אברהם צבי גינצלער מאוהעל


האט איר עפעס פרטים איבער דער מחבר ומו"ל?


די לאנדא שטאמען פון הומנא'ער דיין זיידע אויך געהייסן אברהם צבי גינצלער

איז דאס דער הומנא'ער דיין?, דאכציך ער'איז א זיידע פאר די דעברעצינע לאנדא משפחה, איא?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 23, 2014 1:39 pm
דורך מי יודע
צושויער האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
צושויער האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:יצב אברהם - עה"ת מועדים ועוד - רבי אברהם צבי גינצלער מאוהעל


האט איר עפעס פרטים איבער דער מחבר ומו"ל?


די לאנדא שטאמען פון הומנא'ער דיין זיידע אויך געהייסן אברהם צבי גינצלער

איז דאס דער הומנא'ער דיין?, דאכציך ער'איז א זיידע פאר די דעברעצינע לאנדא משפחה, איא?

איז דאס דער זיידע פונעם תולדות ישראל?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 1:46 pm
דורך חסד שבמלכות
געזען היינט א ניי ספר אין געשעפט לחובבי דרוש

תהלים נאוה תהלה
איבערגעדרוקט דורך חברת אהבת שלום

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 9:14 am
דורך קיקיון
זיכענדיג עפעס אנדערש האב איך געטראפען
דורך יוסלמאן » 03 נובמבר 2009 12:09

מסילות המהרש"א יעצט דורך דעם ספרים געשעפט און באמערט דעם נייעם ספר. ס'איז א ליקוט פון חידושי אגדות, מסדור לויטן פרשות השבוע. ארויסגעגעבן דורך הרה"ג ר' אליעזר גיזבערג שליט"א (?) און פובלעצירט דורך ארטסקרול.

כ'א'נאכנישט אריינגעקוקט דערין מער ווי אביסל אבער א שטיקעל מהרש"א אויף א פסוק חומש קען דאך נאר גוט זיין.


מיללער האט געשריבן:וואלט טאקע אינטערעסאנט געווען צו הערן צו הרב גינזבורג דערמאנט כאטש דעם 'חידושי המהרש"א'.



אויב זענט איר נאך ניט געוואר אין די מער ווי 4 יאר אז הרב גינזבורג שליט"א איז ראש הכולל מיר פלעטבוש א רב און א בה"מ און אן
אפטער מגיד שיעור ביי ארגון שיעורי תורה און איינער פון די היינטיגע חכמי אמעריקא
און וויייסט ווי אזוי א חידושי מהרש"א זעט אויס וועלט אייך פון דא א שיעור

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 06, 2014 1:04 pm
דורך מיללער
חסיד נלהב האט געשריבן:עס איז שוין יעצט דא צו באקומען ערש''ק די נייע ספר ויואל משה מיט א הערליכער ביאור עס איז עפעס איינס אין דער וועלט

יעצט געזען דעם נייעם ספר, קוקט אויס א שיינע ארבייט ומעוטר בהסכמות גדולי רבני ודייני ק"ק סאטמאר ובראשם הגאון גאב"ד ירושלים עיה"ק שליט"א.

מיר געווען א חידוש אז דער ספר האט נישט קיין הסכמה ודברי ברכה פון קיינע פון די אדמור"י סאטמאר שליט"א.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 06, 2014 5:18 pm
דורך זאל ער קומען
מיללער האט געשריבן:
חסיד נלהב האט געשריבן:עס איז שוין יעצט דא צו באקומען ערש''ק די נייע ספר ויואל משה מיט א הערליכער ביאור עס איז עפעס איינס אין דער וועלט

יעצט געזען דעם נייעם ספר, קוקט אויס א שיינע ארבייט ומעוטר בהסכמות גדולי רבני ודייני ק"ק סאטמאר ובראשם הגאון גאב"ד ירושלים עיה"ק שליט"א.
מיר געווען א חידוש אז דער ספר האט נישט קיין הסכמה ודברי ברכה פון קיינע פון די אדמור"י סאטמאר שליט"א.

כ'מיין אז ס'איז קאנטראווערשל, ווייל ר' מאיר שפיטץ טענה'ט אז ס'איז זיין ירושה און די מו"ל האבן נישט געהאט קיין רעכט. אפגעזען צי ס'איז גערעכט צו נישט, האט אבער קיינער נישט געוואלט אריינגיין אין די דין ודברים, איז נישטא קיין הסכמה ודברי ברכה פון קיין איינעם.
#מיי אפיניען

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2014 7:05 am
דורך msp
עס איז דאך בתוספת נופך
בבחינת אומן קונה בשבח כלי

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 18, 2014 10:38 am
דורך שמעלקא טויב
כ'זעה אדווערטייזעט עפעס א ספר "פניני ראשונים" און עפעס האט עס מיט ר' מנחם משה פעלזענבערג ז"ל, וואס איז דאס?

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 18, 2014 1:24 pm
דורך לכתחילה אריבער
שמעלקא טויב האט געשריבן:כ'זעה אדווערטייזעט עפעס א ספר "פניני ראשונים" און עפעס האט עס מיט ר' מנחם משה פעלזענבערג ז"ל, וואס איז דאס?

א ספר פון תורות אין פארענט, און תולדות פון ר' מנחם משה זצ"ל אין די בעק. (כ'מיין די תורות זענען וואס ר' מנחם משה האט צוזאמגענומען.)

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 18, 2014 2:23 pm
דורך רבי הערשל
זאל ער קומען האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
חסיד נלהב האט געשריבן:עס איז שוין יעצט דא צו באקומען ערש''ק די נייע ספר ויואל משה מיט א הערליכער ביאור עס איז עפעס איינס אין דער וועלט

יעצט געזען דעם נייעם ספר, קוקט אויס א שיינע ארבייט ומעוטר בהסכמות גדולי רבני ודייני ק"ק סאטמאר ובראשם הגאון גאב"ד ירושלים עיה"ק שליט"א.
מיר געווען א חידוש אז דער ספר האט נישט קיין הסכמה ודברי ברכה פון קיינע פון די אדמור"י סאטמאר שליט"א.

כ'מיין אז ס'איז קאנטראווערשל, ווייל ר' מאיר שפיטץ טענה'ט אז ס'איז זיין ירושה און די מו"ל האבן נישט געהאט קיין רעכט. אפגעזען צי ס'איז גערעכט צו נישט, האט אבער קיינער נישט געוואלט אריינגיין אין די דין ודברים, איז נישטא קיין הסכמה ודברי ברכה פון קיין איינעם.
#מיי אפיניען


וועגן דעם האבן זיי אריין געלייגט די ערשטע שער בלאט פון ויואל משה ווי עס שטייט נדפס ויצא לאור ע"י סענדר דייטש, להוציא מלבם

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 18, 2014 6:57 pm
דורך מיללער
פריש ארויס פון דרוק ספר "עמק ברכה" חלק ב' מעשי ידיו פון הרה"ג רבי ברוך ווייס שליט"א רב דק"ק קניזשא בקרית יואל, ניו יארק.

דער סםר איז דער זיבעטער אין די סעריע ספרים פון קניזשא רב, לבב חכמה און עמק ברכה, די ספרים זענען באקאנט צווישן חובבי תורה פיל מיט בקיאות וחריפות און פלפולים נאים.

דער נייער באנד איז מעוטר בדברי ברכה פון די צוויי מאנטריאלער דיינים, דער סאטמארער דיין רבי משה מנחם שליט"א טירנויער און דער סקוויראר דיין רבי יוחנן וואזנער שליט"א.

ביים סוף איז געדרוקט א שיינער בריוו םונעם סאטמארער דיין שליט"א פון וומ"ס הרה"ג רבי ישראל חיים מנשה שליט"א פריעדמאן, דער רבי פונעם מחבר שליט"א אלס ראש ישיבה אין ישיבת עצי חיים סיגוט. דער בריוו שריעבט דער דיין שליט"א אין די כ' יארן בימי בחרותו פונעם מחבר, אלס אן אנטווארט פון א שאלה בלימוד מס' בבא מציעא והמסתעף.