בלאט 66 פון 83
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 12:37 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
אלעס ארום שימוש ב'אינטערנעט, בהלכה והשקפה.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 2:35 am
דורך חסיד נלהב

- דרך-האתרים-195x110.jpeg (7.52 KiB) געזעהן געווארן 865 מאל
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 7:43 am
דורך msp
ווער איז דער מחבר
ויואל משה הבהיר, ממש א חידוש בעולם הספרים
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 6:48 pm
דורך חסיד נלהב
עס איז שוין יעצט דא צו באקומען ערש''ק די נייע ספר ויואל משה מיט א הערליכער ביאור עס איז עפעס איינס אין דער וועלט
פארעפענטליכט: שבת מאי 24, 2014 10:24 pm
דורך הערליך
דאס איז וואס ר׳ יחיאל קליין האט געארבייט ?
פארעפענטליכט: שבת מאי 24, 2014 10:27 pm
דורך פער בריסטאו
אהא
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 3:34 am
דורך msp
פון עוז והדר?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 9:21 am
דורך נא_שכל
קדושת לוי המבואר, ג' כרכים, מאת הוצאת 'עוז והדר'.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 9:22 am
דורך ק.נ.א. וועטער
הערליך האט געשריבן:דאס איז וואס ר׳ יחיאל קליין האט געארבייט ?
יאפס!
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 10:53 am
דורך חסיד נלהב
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:הערליך האט געשריבן:דאס איז וואס ר׳ יחיאל קליין האט געארבייט ?
יאפס!
עס הייסט אז רבי מאיר שפיץ שליט''א פלאנט אויכעט ארויסצוגעבן א ביאור אויפען ויואל משה.
עס איז עפעס א געוואלדיגע ארבעט די איצטיגע חיבור וואס רבי יחיאל האט ארויסגעגעבן.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 11:18 am
דורך מי יודע
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:הערליך האט געשריבן:דאס איז וואס ר׳ יחיאל קליין האט געארבייט ?
יאפס!
ר' יחיאל ב"ר משה הערש?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 12:11 pm
דורך דעפרעסט
דער ביאור האט געשריבן הרב יעקב כ"ץ שליט"א מגי"ש ישיבה קטנה ד'סאטמאר וויליאמסבורג.
למעשה, הגם ס'איז גאנץ א שיינע ארבעט, איז אבער דער תועלת דערפון פילפאכיג מער און ברייטער, דהיינו, דאס וועט ענדגילטיג ברענגן אז משפחת שפיץ זאל ערשיינען מיט א שלימות'דיגע ארבעט אויפן ספר הקדוש, א ארבעט וואס ציעט זיך שוין צען יאר כמעט און שלעפט זיך אן אן עק, יעצט קענט איר זיין זיכער אז עס וועט בעז"ה ערשיינען בקרוב.
דוגמא לדבר, די ספרי שלחן ערוך הרב. יארן לאנג האט חב"ד נישט געהאלטן ביים איבעדריקן די ספרים, און ס'איז נאר געווען צובאקומען די קאפיעס פון די ערשטע דרוק. איין שיינעם טאג האט מכון עוז והדר ארויסגעגעבן די בלאה בענדער מיט א נייע דריק, און בלויז א קורצע תקופה דערויף איז ערשינען די פראכטפולע רויטע קה"ת בענדער כלול בהדרה. אזוי גייט עס די זאכן. (אגב, וואלט שוין געווען כדאי אז א מאן דהו זאל ארויסגעבן א ליקוטי אמרים תניא אין א נייע דרוק, סאיז שוין העכסט צייט אז דער הייליגער ספר זאל נארמאל איבערגעדריקט ווערן).
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 12:46 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
מי יודע האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:הערליך האט געשריבן:דאס איז וואס ר׳ יחיאל קליין האט געארבייט ?
יאפס!
ר' יחיאל ב"ר משה הערש?
יא! ר' יחיאל ב"ר משה הערש קליין - נכד ר' עזריאל גליק ז"ל.
אגב; ר' עזריאל האט געשריבן א הערליכע מכתב המלצה וואס איז געדרוקט אנהייב פונעם ספר.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 1:44 pm
דורך חסיד נלהב
דעפרעסט האט געשריבן:דער ביאור האט געשריבן הרב יעקב כ"ץ שליט"א מגי"ש ישיבה קטנה ד'סאטמאר וויליאמסבורג.
למעשה, הגם ס'איז גאנץ א שיינע ארבעט, איז אבער דער תועלת דערפון פילפאכיג מער און ברייטער, דהיינו, דאס וועט ענדגילטיג ברענגן אז משפחת שפיץ זאל ערשיינען מיט א שלימות'דיגע ארבעט אויפן ספר הקדוש, א ארבעט וואס ציעט זיך שוין צען יאר כמעט און שלעפט זיך אן אן עק, יעצט קענט איר זיין זיכער אז עס וועט בעז"ה ערשיינען בקרוב.
דוגמא לדבר, די ספרי שלחן ערוך הרב. יארן לאנג האט חב"ד נישט געהאלטן ביים איבעדריקן די ספרים, און ס'איז נאר געווען צובאקומען די קאפיעס פון די ערשטע דרוק. איין שיינעם טאג האט מכון עוז והדר ארויסגעגעבן די בלאה בענדער מיט א נייע דריק, און בלויז א קורצע תקופה דערויף איז ערשינען די פראכטפולע רויטע קה"ת בענדער כלול בהדרה. אזוי גייט עס די זאכן. (אגב, וואלט שוין געווען כדאי אז א מאן דהו זאל ארויסגעבן א ליקוטי אמרים תניא אין א נייע דרוק, סאיז שוין העכסט צייט אז דער הייליגער ספר זאל נארמאל איבערגעדריקט ווערן).
נאר די ביאור פון הרב יעקב כ''ץ איז די הויפט נקודה פינעם ספר? עס קוקט אויס אז א היבשער שטאב פון ארבעטער זענען געזעסן אויף דעם.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 4:54 pm
דורך לכתחילה אריבער
דעפרעסט האט געשריבן:דער ביאור האט געשריבן הרב יעקב כ"ץ שליט"א מגי"ש ישיבה קטנה ד'סאטמאר וויליאמסבורג.
למעשה, הגם ס'איז גאנץ א שיינע ארבעט, איז אבער דער תועלת דערפון פילפאכיג מער און ברייטער, דהיינו, דאס וועט ענדגילטיג ברענגן אז משפחת שפיץ זאל ערשיינען מיט א שלימות'דיגע ארבעט אויפן ספר הקדוש, א ארבעט וואס ציעט זיך שוין צען יאר כמעט און שלעפט זיך אן אן עק, יעצט קענט איר זיין זיכער אז עס וועט בעז"ה ערשיינען בקרוב.
דוגמא לדבר, די ספרי שלחן ערוך הרב. יארן לאנג האט חב"ד נישט געהאלטן ביים איבעדריקן די ספרים, און ס'איז נאר געווען צובאקומען די קאפיעס פון די ערשטע דרוק. איין שיינעם טאג האט מכון עוז והדר ארויסגעגעבן די בלאה בענדער מיט א נייע דריק, און בלויז א קורצע תקופה דערויף איז ערשינען די פראכטפולע רויטע קה"ת בענדער כלול בהדרה. אזוי גייט עס די זאכן. (אגב, וואלט שוין געווען כדאי אז א מאן דהו זאל ארויסגעבן א ליקוטי אמרים תניא אין א נייע דרוק, סאיז שוין העכסט צייט אז דער הייליגער ספר זאל נארמאל איבערגעדריקט ווערן).
האטס א וואלידע פונקט, אבער כ'האף ס'וועט נישט געדורן אזוי לאנג ווי ביי "דעם אלטן רבינ'ס ש"ע". פון עו"ה ביז די פון חב"ד איז געווען א שיינע פאר יאר.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 5:01 pm
דורך דעפרעסט
אז מען רעדט פון דעם נייעם ויואל משה המבואר. הרב מאיר שפיץ אין זיין הקדמה צו דעם לעצט- ערשינענעם באנד דברי יואל לפורים, אטאקירט זייער שארף די מוציאים לאור פון דעם ויואל משה מיט די טענה אז ס'איז גניבה און ס'איז בחזקת משפחת הרב יוסף אשכנזי ז"ל וכו'.
למעשה האט דער נייער ויואל משה א שיינע צאל הסכמות פון דייני ורבני סאטמאר שליט"א.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 5:02 pm
דורך יאנקעלע קליגער
זיי האבן נאך אסאך ארבעט צו ענדיגן מיט דבר"י בעיקר אויף מועדים און אויך על התורה
ס'קוקט נישט אויס ווי עפעס יאגט זיי
מיין איך אז ס'העט לכאורה נעמען סאך לענגער ווי ס'האט גענומען פאר חב"ד
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 7:11 pm
דורך חסיד נלהב
דעפרעסט האט געשריבן:אז מען רעדט פון דעם נייעם ויואל משה המבואר. הרב מאיר שפיץ אין זיין הקדמה צו דעם לעצט- ערשינענעם באנד דברי יואל לפורים, אטאקירט זייער שארף די מוציאים לאור פון דעם ויואל משה מיט די טענה אז ס'איז גניבה און ס'איז בחזקת משפחת הרב יוסף אשכנזי ז"ל וכו'.
למעשה האט דער נייער ויואל משה א שיינע צאל הסכמות פון דייני ורבני סאטמאר שליט"א.
כ'זעה נישט פארוואס לקוטי אורה, און די ספר אור כי טוב אויפען ויואל משה זאל האבען מאר רעכטן צו ארויסגעבן די ספרים פון די סאטמארע רבי זצ''ל?
וויאזוי איז שייך צו אסר'ן ארויסגעבן א ביאור אויף א ספר?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 2:49 pm
דורך ווינקל
לכתחילה אריבער האט געשריבן:דעפרעסט האט געשריבן:דער ביאור האט געשריבן הרב יעקב כ"ץ שליט"א מגי"ש ישיבה קטנה ד'סאטמאר וויליאמסבורג.
למעשה, הגם ס'איז גאנץ א שיינע ארבעט, איז אבער דער תועלת דערפון פילפאכיג מער און ברייטער, דהיינו, דאס וועט ענדגילטיג ברענגן אז משפחת שפיץ זאל ערשיינען מיט א שלימות'דיגע ארבעט אויפן ספר הקדוש, א ארבעט וואס ציעט זיך שוין צען יאר כמעט און שלעפט זיך אן אן עק, יעצט קענט איר זיין זיכער אז עס וועט בעז"ה ערשיינען בקרוב.
דוגמא לדבר, די ספרי שלחן ערוך הרב. יארן לאנג האט חב"ד נישט געהאלטן ביים איבעדריקן די ספרים, און ס'איז נאר געווען צובאקומען די קאפיעס פון די ערשטע דרוק. איין שיינעם טאג האט מכון עוז והדר ארויסגעגעבן די בלאה בענדער מיט א נייע דריק, און בלויז א קורצע תקופה דערויף איז ערשינען די פראכטפולע רויטע קה"ת בענדער כלול בהדרה. אזוי גייט עס די זאכן. (אגב, וואלט שוין געווען כדאי אז א מאן דהו זאל ארויסגעבן א ליקוטי אמרים תניא אין א נייע דרוק, סאיז שוין העכסט צייט אז דער הייליגער ספר זאל נארמאל איבערגעדריקט ווערן).
האטס א וואלידע פונקט, אבער כ'האף ס'וועט נישט געדורן אזוי לאנג ווי ביי "דעם אלטן רבינ'ס ש"ע". פון עו"ה ביז די פון חב"ד איז געווען א שיינע פאר יאר.
גראדע האב איך אינדערהיים א הערליכע דרוק פון ליקוטי אמרים ארויסגעקומען בערך שנת תשנ"ד-נ"ז. כ'מיין מען האט קיינמאל נישט פארקויפט אין די געשעפטן, איך האב געגעבן מעות קדימה דערפאר, און עס באקומען היבש א וויילע שפעטער.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 2:57 pm
דורך שמעלקא טויב
ליקוטי אמרים רעדט איר? די ארבייט פון חסידות מבוארת אויפ'ן ליקוטי אמרים פארלאנגט זיך א באזונדערע אפהאנדלונג, לדעתי איז עס הפלא ופלא פלאי פלאים!
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2014 10:37 pm
דורך שטארק זיך
שמעלקא, די מבוארות זענען נעא חב"ד מיטן גאנצן פאמפ....
ההתנגדות היהודית לציונות - יעקב ראבקין
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 02, 2014 12:57 pm
דורך green
כ'האב היינט געהערט פון איינעם אז ס'איז ארויסגעקומען א ספר ההתנגדות היהודית לציונות: תולדות המאבק הנמשך פון א געוויסן קאנאדישער פראפעסאר יעקב ראבקין
ווייסט איינער מער דעטאלן וואו מ'קען עס דאונלאודן אדער קויפן איך הער אז ס'איז דא אין אסאך שפראכן
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 02, 2014 12:58 pm
דורך green
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 09, 2014 10:50 pm
דורך חסידישער יוד
ישלהוסיף האט געשריבן:פינעף נייע ספרים לכבוד די בעלזא חתונה
1) יקרא דשכבי - תולדות מבנין וחתנין של מרן מהרי"ד מבעלזא
2) מעסיהם למוצאיהם - נסיעת רבי אהרן מרדכי רוקח למקומות הקדושים, וגם יומן מנסיעת האדמו"ר מבעלזא שליט"א לעיר בעלזא ועוד
3) זקנים ויאמרו לך - זכרונות עובדות לבעלזא, והקשר של הקרן לדוד, ערוגת הבשם ורבי יעקב יחזקי' גרינוואלד
4) קהל מחזיקי הדת - זכרונות של ברי"מ, חלקה, בר מצוה, חתונה של ג' דורות האדמו"ר מבעלזא, רא"מ, והחתן
5) זכר צדיק לברכה* - זכרונות מהר"א מבעלזא בירושלים, ופרק מיוחד אודות הביקור אצלו של האדמו"ר מהר"י מסאטמאר, וענין הבחירות והאגודה
*צ"ל "זכור ימות עולם".
ס'איז דא אן
אלטע מהדורה פון דעם אין היברו בוקס. אין די נייע מהדורה פעלן
אפאר שטיקלעך...
[זיך נישט טועה זיין - מ'רעדט פון פאריאר, נישט פון די היינטיגע חתונה אין בעלזא].
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:28 am
דורך ק.נ.א. וועטער
היינט געזעהן אין ביהמ"ד א הערליכע יחוס ספר
"תפארת אבותינו"
ארויסגעגעבן דורך ר' יואל ב"ר יוסף דוב לאנדא נ"י לרגל שמחת הבר מצוה בביתו