בלאט 63 פון 83
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 20, 2014 1:34 pm
דורך פריילאך
גדול מרבן האט געשריבן:אפשר נישט ממש בגדר ספרים חדשים
אבער מיר איז עס געווען ניי, און גאנץ שיין און אינטרעסאנט
יו"ל ע"י?
ווער זענען די משמחים?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 20, 2014 2:12 pm
דורך גדול מרבן
האסטו
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 20, 2014 2:13 pm
דורך גדול מרבן
המשך
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 20, 2014 5:05 pm
דורך פריילאך
א גרויסן ישר כח גדול מרבן (דאפעלט?..). זעהט אויס אינטרעסאנט.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 20, 2014 11:43 pm
דורך ישלהוסיף
איז דער 'בדחנא דמלכא' אין דער געשעפטן?
ווייסט איינער איבער די נייע צוויי גרויסע בענדער 'בעלזא בארא פארק' היסטורישע ביכער?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 21, 2014 12:34 pm
דורך מיללער
סיגוט האט געשריבן:בית פרץ-להגאון רבי פרץ מגיד מישרים בק"ק בראד בימי הבעש"ט ולבסוף ימיו בארה"ק
עס איז צוגעלייגט געווארן הוספות מכת"י און נאך א קונטרס פונעם מחבר אויך שיינע תולדות באשריבן
דער ערשטער דרוק
http://www.hebrewbooks.org/23686
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 21, 2014 2:22 pm
דורך כתר ישועה
פריילאך האט געשריבן:א גרויסן ישר כח גדול מרבן (דאפעלט?..). זעהט אויס אינטרעסאנט.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 21, 2014 2:34 pm
דורך פריילאך
בעזרת ה' ניתן להשיג את הספר "במשנת רש"י"
בחנויות הספרים החל משבוע הבא
עמודים - הכוללים את כל המדורים שהכילו
הגיליונות שיצאו עד כה- ובעוד תוספת מרובה על העומד.
מפתחות ותוכן ענינים מפורט.
עריכה מחודשת ובעיצוב מרהיב - באותיות מאירות עיניים
הנוחות לקריאה.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 21, 2014 8:18 pm
דורך שאץ מאץ
איך האב געזעהן דעם "בדחנא דמלכה"
ס'איז בכלל נישט אינטרעסאנט, ס'איז סך הכל 30 מעשיות אויפגעבלאזן, קיינע חידושים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 23, 2014 1:53 pm
דורך msp
אבער ער מוז דאך מאכען פרנסה....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 23, 2014 2:35 pm
דורך עקבי הצאן
"במשנת רש"י" מה טובו?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 23, 2014 2:53 pm
דורך msp
קויף עס
וועסטו זעהן
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 02, 2014 2:03 pm
דורך מומחה יוחס
געזעהן היינט ביי אייכלער'ס א נייע תורה'דיגע קובץ ערשינען וואס איז ארויס געקומען דורך בעלז כולל אין בארא פארק
מיטן נאמען נתיבות קוקט שיין אין רייך פין אויבען אויף
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 02, 2014 2:36 pm
דורך תמהואומר
סיגוט האט געשריבן:בית פרץ-להגאון רבי פרץ מגיד מישרים בק"ק בראד בימי הבעש"ט ולבסוף ימיו בארה"ק
עס איז צוגעלייגט געווארן הוספות מכת"י און נאך א קונטרס פונעם מחבר אויך שיינע תולדות באשריבן
אווא, א הערליך און שיין ספר, הייליג און טייער, הפלא'דיגע טייטשן, ומי אנכי להעיד על שמש בצהרים, די אלטע צוקראכטע אותיות האט צוגעגעבן א ספעצילען חן
וואו קען מען דאס באקומען? כ'האב דאס נאכנישט געזען אין די געשעפטן
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 2:57 pm
דורך מיילעך
הופיע!
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 3:00 pm
דורך יהיה כן
דעם בצל תומר האביך שוין געזעהן היבש פאר חדשים צוריק, דאכצעך ארויס געקומען צו עפעס א חתונה..
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 3:52 pm
דורך שמעלקא טויב
ווער איז דער מו"ל?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 4:27 pm
דורך מיללער
שמעלקא טויב האט געשריבן:ווער איז דער מו"ל?
דער מחבר איז הרב ר' יעקב שלמה רובינפעלד שליט"א פון קרית יואל, אן אייניקל פונעם טעטשער רב זצ"ל און בית טרעסיף.
מיר האפן איינצוהאנדלען די ספרים בקרוב צו קענען שרייבן ערשט-האנטיג, אבער לויט ווי איך האב געהערט פון מביני מדע איז דער ספר א שטארק-געלונגענער ארבייט, ובאמת דער מחבר איז בבחינת איתמחי גברא ואיתמחי קמיעא, זיין ארבייט להוצאת ספרי משפחת הסופרים איז פקיע שמיה, זייענדיג א שטארקער דייקן ומומחה בתולדות וקורות רבנן ותלמידיהון, און דערצו א שיינער ת"ח ויודע ספר.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 5:11 pm
דורך יוסף שרייבער
זעהט אויס גוט.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 5:14 pm
דורך מי יודע
יהיה כן האט געשריבן:דעם בצל תומר האביך שוין געזעהן היבש פאר חדשים צוריק, דאכצעך ארויס געקומען צו עפעס א חתונה..
יא, ביי עפעס א גאלד חתונה, כ'האב עס אויך געזען, דוכט זיך יעצט האט עס הוספות
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 5:34 pm
דורך שמעלקא טויב
מיללער האט געשריבן:שמעלקא טויב האט געשריבן:ווער איז דער מו"ל?
דער מחבר איז הרב ר' יעקב שלמה רובינפעלד שליט"א פון קרית יואל, אן אייניקל פונעם טעטשער רב זצ"ל און בית טרעסיף.
מיר האפן איינצוהאנדלען די ספרים בקרוב צו קענען שרייבן ערשט-האנטיג, אבער לויט ווי איך האב געהערט פון מביני מדע איז דער ספר א שטארק-געלונגענער ארבייט, ובאמת דער מחבר איז בבחינת איתמחי גברא ואיתמחי קמיעא, זיין ארבייט להוצאת ספרי משפחת הסופרים איז פקיע שמיה, זייענדיג א שטארקער דייקן ומומחה בתולדות וקורות רבנן ותלמידיהון, און דערצו א שיינער ת"ח ויודע ספר.
אהא, א אנדערע מעשה, ר' יעקב שלמה האט געארבייט אויפ'ן תוס' יו"ט אינעם ספר קדושת יו"ט, א הערליכע ארבייט געמאכט בעבר און כ'גלייב אז דעם ספר אויך. וועלמיר עס בעז"ה איינהאנדל, גם אני הק' שמעלקא טויב אקח בל"נ הספר וכו'.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 11, 2014 5:38 pm
דורך נחוניא
מיללער האט געשריבן:שמעלקא טויב האט געשריבן:ווער איז דער מו"ל?
דער מחבר איז הרב ר' יעקב שלמה רובינפעלד שליט"א פון קרית יואל, אן אייניקל פונעם טעטשער רב זצ"ל און בית טרעסיף.
מיר האפן איינצוהאנדלען די ספרים בקרוב צו קענען שרייבן ערשט-האנטיג, אבער לויט ווי איך האב געהערט פון מביני מדע איז דער ספר א שטארק-געלונגענער ארבייט, ובאמת דער מחבר איז בבחינת איתמחי גברא ואיתמחי קמיעא, זיין ארבייט להוצאת ספרי משפחת הסופרים איז פקיע שמיה, זייענדיג א שטארקער דייקן ומומחה בתולדות וקורות רבנן ותלמידיהון, און דערצו א שיינער ת"ח ויודע ספר.
מיר האבן דאס שוין איינגעהאנדעלט.
במושכל ראשון קוקט דאס אויס א גוטע ארבייט.
איך האב וואס מוסיף צו זיין, אויב וועל איך האבן אן אימעיל אדרעס פונעם מחבר וועלן מיר דאס שיקן צו אים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 8:43 am
דורך ווארד2007
געזען דעם ספר, הערליך שיין, א געוואלדיגע ארבעט
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 16, 2014 10:03 pm
דורך כתר ישועה
טאקע נישט קיין נייע ספר, אבער געוויס וועט עס זיין נייעס פאר אסאך פון באי בית הקרעטשמע דפה, אין ספר מגן אבות מנהגי באבוב לשבת - אנטהאלט קרוב צו 250 עמודים פון סיפורי צדיקים! (אויך אינמיטען עובדות,בסוף פשוט ככרך בפני עצמו של ספורים), כמיין אז נישט יעדער באמערקט עס. [איך האב פשוט הנאה געהאט - איך האב ליעב צו ליינען ספורי צדיקים, וממלא קריאתי יוצא לדידי ולדכוותי].
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 17, 2014 4:03 pm
דורך Siata dishmaya
עס איז ארויסגעקומען חלק ל"ב פון אנציקלופדי' תלמודית (מען האלט שוין ביי אות כ'...כפרות, כשפים זענן אין די באנד).
אגב, האבן זיי (ביי די פריערדיגע באנד) געטוישט די דרוק צו מער לעזבארע אותיות.
אויך האבן זיי אנגעפאנגן ארויסגעגעבן א "מיקרופדי'" וואס וועט זיין מער בקיצור.