בלאט 62 פון 83
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 17, 2013 12:07 pm
דורך יהיה כן
ארויסגעקומען זעה איך, דעם וואונדערבארער ספר 'צאנז' די פארשוואונדענע שטאט,
פון הה"ח ר' זלמן לעהער ז"ל ראה"ק אנטווערפן
א הערליכער בוך, בשעתו האב איך עס געלעהזט אין יודיש, ווייסעך נישט צו מען האט עס יעצט איבערגעדרוקט אויף לשה"ק אדער אידיש...
צו האבן א שטיקל אנונג וויזוי ס'האט אויסגעזעהן א חסידישער יוד פארן קריג, וואלט איך שטארק רעקאמענדריט דיעזע ספר, כאשטע כ'באשטעטיג נישט צו אלעס דארט איז אזוי אמת....
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 17, 2013 12:35 pm
דורך אוהב ספרים
עס איז יעצט ארויסגעקומען אין לשון הקודש
אויף וועלכער ספר טיסטו יא באשטעטיקען אז אלעס איז אמת?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 17, 2013 12:56 pm
דורך יהיה כן
ער שרייבט דארט אז אין צאנז האט מען נישט געהערט קיין ווארט ניבול פה דיבורים אסורים אפילו פונם פראסטער מענטש...
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 18, 2013 9:16 am
דורך msp
לעצטענס האב איך געליינט "משנתו של רבי עמרם"
גאר אינטערעסאנט, אבער דער סגנון איז נישט הונדערט פראצענט
עס איז דארט געדרוקט געווארען דער קונטרס "קול השופר"
פון מיין עלטער עלטער פעטער הגה"ק ר' עקיבה פרוש זצ"ל אקעגען ה"ר קוק
אין א פאקסימיליא פון דעם אריגינאל
מען האט אים וועגען דעם געלייגט אין חרם
אבער וואס עס שטייט דארט איז פוקח עורים
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 18, 2013 6:54 pm
דורך כתר ישועה
יהיה כן האט געשריבן:ער שרייבט דארט אז אין צאנז האט מען נישט געהערט קיין ווארט ניבול פה דיבורים אסורים אפילו פונם פראסטער מענטש...
אנכי שמעתי כעין זאת מזקן אחר, ודבר ידוע ומפורסם הוא לשול"ת.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 10:55 am
דורך והוא פלאי
מה הר"ת של שול"ת
דרך אגב, גם אני שמעתי את זה מהרבה אנשים זקנים מאותו מחוז,
ואף הכרתי אנשים פשוטים מאד "פראסטע מענטשען" משם, ואף המלה מ - ש - ג- ע, הי' נחשב להם כניבול פה, וכדו'
ודיברתי עם אנשים זקנים מעיר צאנז, שהי' להם גאנץ א ברייטע שפראך, אבל לא השתמשו בניבול פה, ואף כאשר היו בכעס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 11:22 am
דורך אוהב ספרים
והוא פלאי האט געשריבן:מה הר"ת של שול"ת
לשבח ולתהלה
לשם ולתהלה
פיק יור טשאויס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 10:51 am
דורך סביב העולם
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 13, 2014 11:55 am
דורך ישלהוסיף
לפי השמועה האט באבוב ארויס געגעבען ספרים ביי זייער חתונה נעכטן נאכט, האט איינער א ידיעה איבער וואס פאר א ספרים?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 13, 2014 2:31 pm
דורך סיגוט
בית פרץ-להגאון רבי פרץ מגיד מישרים בק"ק בראד בימי הבעש"ט ולבסוף ימיו בארה"ק
עס איז צוגעלייגט געווארן הוספות מכת"י און נאך א קונטרס פונעם מחבר אויך שיינע תולדות באשריבן
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 13, 2014 2:35 pm
דורך תג נוצער
סיגוט האט געשריבן:בית פרץ-להגאון רבי פרץ מגיד מישרים בק"ק בראד בימי הבעש"ט ולבסוף ימיו בארה"ק
עס איז צוגעלייגט געווארן הוספות מכת"י און נאך א קונטרס פונעם מחבר אויך שיינע תולדות באשריבן
איז דאס דער בית פרץ וועם דער קדושת יו"א ברענגט ראש השנה?
מי המו"ל?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 8:54 am
דורך איטשע
ר׳ יוסף הלברשטאם פון ב״פ
דער מו״ל פון פרדס המלך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 3:22 pm
דורך יגרסהדותא
בינעך געווען אין ספרים געשעפט פאריגע וואך, און כ'האב אסאך אסאך געשמייכלט און הנאה געהאט, פון די נייע ספרים [אויב מ'קען עס אפי' אזוי אנרופן..]
לאמיר עס דא מיטטיילן מיט מיינע ידידים:
ספר בינת נבונים
דברי הסבר, עד כמה שניתן הדבר להסביר, מפני מה שלח ד' את השואה, ומה הלקח שאנחנו צריכים ללמוד ממנה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 3:32 pm
דורך יגרסהדותא
"ספר".. יום ההולדת ומשמעותו
מקורות, הליכות והנהגות, סגולת היום ומעלתו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 3:33 pm
דורך מיללער
יגרסהדותא האט געשריבן:בינעך געווען אין ספרים געשעפט פאריגע וואך, און כ'האב אסאך אסאך געשמייכלט און הנאה געהאט, פון די נייע ספרים [אויב מ'קען עס אפי' אזוי אנרופן..]
לאמיר עס דא מיטטיילן מיט מיינע ידידים:
ספר בינת נבונים
דברי הסבר, עד כמה שניתן הדבר להסביר, מפני מה שלח ד' את השואה, ומה הלקח שאנחנו צריכים ללמוד ממנה
וואס איז דער שמייכל? דאס איז באקאנטער ספר פון אדמו"ר ואבד"ק מונקאטש רבי ברוכ'ל ז"ל, וועלכער האט געטאן וגדולות ונצורות דורכאויס די ביטערע מלחמה יארן, און נאך די קריג האט ער אפפגעשריבען דרך הגיון ומחשבה זיין בליק אויף די מלחמה.
יהא זכרו ברוך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 3:35 pm
דורך יגרסהדותא
מכירת עולם הבא
בהלכה ובאגדה
מכירת והעברת מצוות ועבירות
הסכם יששכר זבולון
המספר לשון הרע נותן מצותיו לחבירו ונוטל עוונותיו
[עס דערמאנט די E-bay ליצנות..]
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 3:37 pm
דורך יגרסהדותא
סופה וסערה
הפרשיות הגדולות שהסעירו את עולם ההלכה
שלישי בסדרה !! [שוין די דריטע באנד..]
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 3:39 pm
דורך יגרסהדותא
מיללער האט געשריבן:וואס איז דער שמייכל? דאס איז באקאנטער ספר פון אדמו"ר ואבד"ק מונקאטש רבי ברוכ'ל ז"ל, וועלכער האט געטאן וגדולות ונצורות דורכאויס די ביטערע מלחמה יארן, און נאך די קריג האט ער אפפגעשריבען דרך הגיון ומחשבה זיין בליק אויף די מלחמה.
מיט אנטשולדיגונג, איך האב נישט געוואוסט אז דאס איז פונעם פריערדיגן דור, כ'האב געמיינט ס'איז היינטיגע געשרייבעכצער פון יונגעלייטלעך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 16, 2014 10:52 pm
דורך לכאורה
יגרסהדותא האט געשריבן:"ספר".. יום ההולדת ומשמעותו
מקורות, הליכות והנהגות, סגולת היום ומעלתו
WOW
איך האב לעצטנס אפגעשריבן א שטיקל ליקוט דערויף, מיר וואלט גראדע אינטערסאנט געווען דער ספר'ל.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 20, 2014 6:32 am
דורך גדול מרבן
אפשר נישט ממש בגדר ספרים חדשים
אבער מיר איז עס געווען ניי, און גאנץ שיין און אינטרעסאנט
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 20, 2014 12:46 pm
דורך עקבי הצאן
מיללער האט געשריבן:יגרסהדותא האט געשריבן:בינעך געווען אין ספרים געשעפט פאריגע וואך, און כ'האב אסאך אסאך געשמייכלט און הנאה געהאט, פון די נייע ספרים [אויב מ'קען עס אפי' אזוי אנרופן..]
לאמיר עס דא מיטטיילן מיט מיינע ידידים:
ספר בינת נבונים
דברי הסבר, עד כמה שניתן הדבר להסביר, מפני מה שלח ד' את השואה, ומה הלקח שאנחנו צריכים ללמוד ממנה
וואס איז דער שמייכל? דאס איז באקאנטער ספר פון אדמו"ר ואבד"ק מונקאטש רבי ברוכ'ל ז"ל, וועלכער האט געטאן וגדולות ונצורות דורכאויס די ביטערע מלחמה יארן, און נאך די קריג האט ער אפפגעשריבען דרך הגיון ומחשבה זיין בליק אויף די מלחמה.
יהא זכרו ברוך
וועלכע יאהר האט ער עס ארויסגעגעבן?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 20, 2014 12:49 pm
דורך מיללער
עקבי הצאן האט געשריבן:מיללער האט געשריבן: דאס איז באקאנטער ספר פון אדמו"ר ואבד"ק מונקאטש רבי ברוכ'ל ז"ל, וועלכער האט געטאן וגדולות ונצורות דורכאויס די ביטערע מלחמה יארן, און נאך די קריג האט ער אפפגעשריבען דרך הגיון ומחשבה זיין בליק אויף די מלחמה.
יהא זכרו ברוך
וועלכע יאהר האט ער עס ארויסגעגעבן?
תשנ"ו, ולאחרונה נדפס מחדש בשנת תשע"ב:
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?170566&
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 20, 2014 1:07 pm
דורך עקבי הצאן
ווער זענען די ארויסגעבער נתן דוד ויאיר ראבינוביץ, האט ער געהאט נאך קינדער שפעטער?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 20, 2014 1:24 pm
דורך יהיה כן
דער בינת נבונים איז בכלל נישט ניי
איך האב עס געזעהן ביי ביגלאייזן בערך א יאר צוריק שוין
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 20, 2014 1:27 pm
דורך מיללער
עקבי הצאן האט געשריבן:ווער זענען די ארויסגעבער נתן דוד ויאיר ראבינוביץ, האט ער געהאט נאך קינדער שפעטער?
נו שוין
נתן דוד ראבינאוויץ איז זיין ברודערס זון, יאיר איז זיין זון מזווגו השני, ער האט געהאט צוויי קינדער פונעם צווייטן זיווג