בלאט 7 פון 83

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 5:06 pm
דורך ווארד2007
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:א ספר איבער די שטאט בעלזא (היינט געזעהן אין ספרים סטאר)
שוין פארגעסן דעם נאמען אפשר מחזיקי הדת?, כ'געדענק נישט, אבער צולייגט פונקטליך וויאזוי די שטאט האט אויסגעזעהן...,
.

תל תלפיות

אויך היינט געזען אין ספרים סטאר
קוקט אויס ווי א הערליך ספר מיט אסאך תוכן וחומר

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 5:37 pm
דורך שטיקל גבאי
.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 11:59 am
דורך פעטריטשקע
יעצט געזען די ספר [תל תלפיות] כ'מוז זאגן.... הפלא ופלא......
אזויפיל תוכן צוזאם צונעמען? פשששששששש.......
פארגעסט נישט! בעלזא איז א גאליציאנער חסידות, ווי ס'איז אסאך גאליציאנע עלטערע אידן נישט פארבליבן נאכן קריג, מערסטע בעלזא חסידים נאכן קריג זענען געווען אונגארישער חסידים וואס פלעגן פארן קיין בעלזא אחת לשלש שנים!.
כ'שטוין ווי מקען צוזאם נעמען אזויפיל סחורה.
בילדער מיט דאקומענטן און בריוו איז א עקסטערע ארבעט,
א קיצור א מייסטערווערק.
[די גרעפיקס - וקסברגר - אויך עפעס אויסער-געווענליך - סיי די דעקל מיט גלאנציגע הטבעות אויך די פיר בילדער אויפן לינקע זייט, און סיי אינערווייניג הערליכע לעי-אויט]

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 12:26 pm
דורך מאטקע
סחורה איז אין דעם היינטיגען וועלט א גאר א קליינע קונץ צאם צו נעמען, הייב נאר אן צו ארבעטען און דזשאלעווע נישט קיין געלט, וועסט זען.

סיפורים בע"פ ווענדט זיך אויף לעבעדיגער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 12:47 pm
דורך ארעסטאנט
עס איז נישט נאר די ליקוט חלק דערפון, עס איז די ווידערבארע המחשה ארבעט וואס ליגט דערין, אזש מ'שפירט זיך ארומשפאצירענדיג אין שטעטעלע בעלז..

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 8:13 pm
דורך מיללער
נאכאמאזעל אז דער שם האשכול טראגט נישט קיין נקודות קען איך שרייבען פון א ספר שיצא לאור מיט א ציר"י.

אין די צייטונגען איז פארגאנגענע וואך געווען באשריבען דער ערך שי ר' שלמה יהודה לייב טאבאק זצ"ל דומ"ץ סיגוט, מיט אן הוספה אז זיין ספר שו"ת תשורת שי ווערט היצט איבערגעזעצט פריש און וועט בקרוב ערשיינען לאור אין א נייע אויפלאגע, זאל עס זיין מיט הצלחה און סיע"ד

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 3:05 pm
דורך שטיקל גבאי
ספר גבורי החי"ל ארויס געגעבן דורך באוויסטן חוקר לתולדות פולין ר' דוד אברהם מאנדלבוים הי"ו, איבער ישיבת חכמי לובלין בימי השואה
זיינע אינטערסאנט ווי די בוחרים אליין האבן געוואלט בלייבן אין ישיבה אפילו נאך וואס די קריג האט זיך שוין אנגעפאנגען און זיי האבן אליינס געמאכט סדרי הישיבה וכו'
חזקה שאינו מוצאי דבר שאינו מתוקן מתחת ידו.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 12, 2010 2:37 pm
דורך בן בוזי
הייינט ערהאלטן בעז"ה דעם ספר 'מאקארוב' פון החכם וסופר ר' יונה שי' לאנדא, ער האט געמאכט כדרכו א גוטער ארבעט, לויפט און קויפט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 14, 2010 9:20 am
דורך גבאי ביהמד
די תגובות איבער די משפחת הסופרים און די ערשיינונג פונעם ספר 'סופר המלך' לתולדותיהם, איז אפגעטיילט געווארן בחלוק"א דרבנן אינעם נייעם ספעציעלן אשכול משפחת הסופרים - נכדי ר' פישל סופר מפ"ב ז"ל.

דער אשכול איז אין 'על הצדיקים' און ווילאנג דער אשכול בלייבט אקטיוו וועט פארבליבען א 'צל' דא אינעם 'פליטת בית סופריהם' פארום לתועלת החברים החשובים שיחי'.

כ"ד הגבאי פה מערכת הספרים
בשם גבאי קודש דקהילתנו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 14, 2010 2:04 pm
דורך בן בוזי
בן בוזי האט געשריבן:הייינט ערהאלטן בעז"ה דעם ספר 'מאקארוב' פון החכם וסופר ר' יונה שי' לאנדא, ער האט געמאכט כדרכו א גוטער ארבעט, לויפט און קויפט.



מאקארוב

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 11:14 am
דורך מיללער
נעכטן געזעהן אין חנות הספרים אז מ'האט איבערגעדרוקט א ספר (דער נאמען איז מיר אויף דער מינוט ארויס פון קאפ) פונעם מהריא"ץ ממארגערעטין ר' יהושע אהרן צבי שוסבורג-וויינבערגער זצ"ל, דער ספר אנטהאלט אויך פרקים איבער זיינע תולדות ותולדות בנו ר' שלמה זלמן וו"ב ובני משפחתו.

-

עס איז געווען געמאלדן איבער די הוצאה לאור פונעם ספר שו"ת צבי וחמיד פון ר' יעקב צבי וואלדמאן מבארשא, מיין מוכר ספרים האט מיר געזאגט אז ביי אים אין געשעפט איז עס שוין צוכאפט געווארן, ממילא האב איך נישט געקענט זעהן במה דברים אמורים.

ווייסט איינער מער פרטים, איז דאס מכתב ידו אדער נאר איבערגעדרוקט?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 9:54 pm
דורך שאץ מאץ
מכתב ידו, הפלא'דיגע תשובות איינס נאך איינס,
.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 19, 2010 7:31 am
דורך מיללער
שאצער רבי,
מער פרטים ביטע, וואו איז דער כתב יד געליגען, פארוואס האט מען עס נישט געדרוקט ביז היינט, וואס הייסט 'הפלא'דיגע תשובות' מבחינה הלכתית אדער היסטורית? ועל כולם [וואס איז מיר נוגע] איז פארהאן דארט תולדות המחבר וצאצאיו? איך גלייב איז אין סאטמאר אליינס איז פארהאן טויזענטער אייניקלעך פונעם מחבר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 9:11 am
דורך שישא
במקום שאין איש...

די כת"י ליגט אין חב"ד לייבערי
דאס וואס ער זאגט "הפלא'דיג", מיינט ער לכאורה מצד היסטאריש. לאידך מצד הלכה גלייב איך נישט אז דא איז די פלאץ דאס צו דעבאטירן.
זיינע תולדות ותולדות צאצאיו איז ארויסגעקומען עטליכע יאר צוריק א גאנץ חיבור מיטן נאמען "צפירת תפארה". גאר א שיינע ארבעט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 9:52 am
דורך מיללער
היצט האב איך עס שוין געזעהן ואכתוב מה שמצאתי בה כפענ"ד.

דער ספר איז ארויסגעקומען דורך דער וויליאמסבורגער סאטמארער דיין שליט"א הגריח"מ פר"מ, זייענדיג אן אייניקל פונעם מחבר (זקנו הלקוטי מהרי"ח חתן חתנו של ר' יעקב צבי מבארשא) און די ארבעט קוקט אויס איז געטאן דורך בנו ר' שלמה פר"מ שליט"א.

דער ספר איז ווי דערמאנט געליגען אינעם 'חב"ד לייברערי' וואס איז גאר אינטערעסאנט אז עד היום האט מען דאס נאכנישט געדרוקט, קיין סאך תולדות המחבר וצאצאיו איז נישט באשריבען ווייל ווי הרב שישא דערמאנט איז שוין פארהאן דערוועגן א גאנצע חיבור 'צפירת תפארה'.

אין די מפתחות האבן די מו"ל נישט געמאכט קיין 'מפתח שמות הושאלים' וואס בימינו אלה ווען די קאמפיוטער שפייט דאס אויס אין רגעים, איז דאס לדעתי א גרויסע שאד און נארישקייט נישט צוצולייגען פאר אזעלכע נייגעריגע פארשוינען ווי מיר.

דער ספר אנטהאלט צוויי בענדער פון תשובות בד' חלקי שו"ע ולבסוף דרשות ומפתחות.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 22, 2010 9:22 am
דורך צעיר באלפי ישראל
לעוסקים בחינוך ובתורת הנפש.

כעת י"ל ספר חדש מאת המחבר הדגול בעל "בלבבי משכן אבנה" השופע ספרים לרוב כמעיין הנובע [בספרו חפץ בעילום שמו, אך נודע ליודעים]

בשם "דע את ילדך" ובו דברים נפלאים.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 22, 2010 9:34 am
דורך יוד איינער
שוין דא פון אים אן אנדער ספר אויף תורת הנפש וועגן שלום בית ענינים ! איך דענק נישט דעם נאמען פונעם ספר איצט,

און דער נאמען פון מחבר איז שוין אויך וואיל און גוט באקאנט בקרב כל בית ישראל וואס זענען געוועהן "אזוי" מוראדיג נייגעריג, און די רמת סקרנותם האט געגרייכט ביז משוגעת, איז שוין ארויסגערינען דעם געפפערליכן סוד, ווער די מחבר ספרי בלבבי משכן אבנה איז : איינער הרב שווארץ, דאכט זיך א ליטוואק...

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 10:16 am
דורך פריילאך
בנוגע בלבבי משכן אבנה, האט מיר אין ספרים געשעפט איינער געוויזן היפש א מפופק'דיגע זאך וואך ער שרייבן אין איינער פון זיינע ספרים.

מאידך גיסא, האב איך אמאל געהערט פון הרב שור ביי א דרשה, אז ער האט געהאנדעלט מיט א בחור וואס געווען טיף געזונקען, און ער האט איהם געבעטן צו לערנען דעם ספר, און דער בחור איז נשתנה געווארן ממש ווי א נייע מענטש, במעלות רמות ונשגבות.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 10:59 am
דורך רעיא מהימנא
די שרייבער י.מ. סופר, האט געהאט אין די צייטונג א גאענצע ארטיקעל קעגען די מחבר פין בלבבי משכן אבנה. עם באדערט אז ס'איז דא יודען וואס ווערען נתעורר פין עפעס אנדערשט ווי "די וועג צי שלימות"....

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 11:05 am
דורך מי יודע
שוין ב"ה מען רייסט זיך

לאמיר קודם הערן וואס הייסט מפוקפק און נאכדעם וועלן מיר זען

איינעם קען הייסן מפוקפק ווייל ער ברענגט נאך פון איינעם וואס די באבע אין פישפיק לאדיין'ס עלטער זיידע איז נישט געווארן אנגענומען אין יענעם'ס אור אייניקל ישיבה
סטע געהערט

וואס איז מפוקפק?
אויב לאזט מען עס דא דורך איז עס זיכער גוט

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 11:32 am
דורך ביקסאד
"פריילאך" רעדט מן הסתם וואס מען האט געטראפן אין איינע פון זיינע ספרים דעות והשקפות בעניני ארץ ישראל.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 02, 2010 5:19 pm
דורך מיללער
ספר חדש 'רבים השיב ליהודת וחסידות' לתולדות החסיד ר' מאיר בליזינסקי ע"ה, לייענט דא אויף שטורעם איבער אן אינטערעסאנטע בריוו-אויסטויש וואס בליזינסקי האט פארפירט מיט בן-גריון ימ"ש איבער זיינע דברי כפירה וזלזול בחז"ל אין כנסת און וויאזוי ב"ג האט זיך געשעמט דערמיט און פארלייקנט.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 10, 2010 8:44 am
דורך מאטעס
2 נייע ספרים וואס כ'האב היינט געזעהן
א. אגרות מהר"ם שיק. געדרוקט ע"י מכון "בני משה" להו"ל תורת המהר"ם שיק, זייענדיג נישט באקאנט אין ספרי ותשו' מהר"ם שיק ווייס איך נישט צו זאגן צו עס איז דא אין דעם ספר נייע בריוון גילויים וכדו' וואס זענען נאך נישט באוואוסט אבער עכ"פ איז שיין מסודר די בריוון לפי מדורים אנגעהויבן מיט בינו לבין רבותיו ממשיך מיט משפחה און אישית'דיגע בריוון און נאכדעם קומט כמובן די צימעס כל מיני בריוון וועגן פארשידענע מחלוקות און ערי אונגארן,
עס איז נאר די ערשטע חלק, כמובטח בספר וועט אין די צווייטע חלק ערשיינען די בריוון וואס איז נוגע צו הנהגת הכלל די טיילונג אסיפת מיהאלאוויץ ועוד
ב. השקדן א כעין ביאגראפיע אויף הרב אלישיב שליט"א,
וכאן שאלתי אם ידוע עוד ספרים במשך הדורות שנתחברו תולדות על רבנים בחייהם?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 10, 2010 9:06 am
דורך ארעסטאנט
ר' אהרן ראזמארין ז"ל כתב כעין ביאגראפיע על רביה"ק מסאטמאר זי"ע בחייו.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 10, 2010 9:13 am
דורך farshlufen
יא ר' ארעסטאנט, מיר פארמאגן דאס אין אונזער אוצר.