ספרים חדשים שיצאו לאור

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 25, 2009 2:18 pm

האמת אגיד, איך האב עס בשעתו נישט געלייענט, נאר געזעהן דעם קעפל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18416
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 25, 2009 2:26 pm

אזא אשכול אווי יענץ וואלט די הנהלה דאהי שוין לאנג געשיקט לופטערן, איך ווייס נישט וועמעס מנהגים זענען מער יסודתם בהררי קודש, אבער דאס אז מ'טאר נישט א צווייטן באליידיגן איז אן הלכה מפורשת.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » מאנטאג יולי 20, 2009 5:30 pm

קונטרס את השמים ואת הארץ מאת רב י.ד. גראסמאן אנטווערפן, מסביר די די יסודות אין הילוך השמש והירח והכוכבים, השתנות הימים והזמנים מיום ליום וממדינה למדינה, כללי הלוח, ויסודות זמני היום, אלעס באשריבן אין מאמע לשון אידיש אז אפילו קינדער זאלן עס קענען פארשטיין.

עס קוקט אויס צו זיין א שטארק אויפגעכאפטע זאך, איך האב באקומען איינס פון מהדור' שני' וואס איז חודש תמוז ס"ט, מהדורה ראשונה איז חודש סיון ס"ט.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18416
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יולי 24, 2009 10:52 am

נעכטן ביים באזוך אין ספרים סטאר האב איך איינגעהאנדעלט דעם הערליך ניי איבערגעזעצטן:

מדרש רבה - איכה - ע"פ יפה ענף מבעל יפה תואר

עס איז ממש לא נראה כבושם הזה, א שיין ארבעט + תולדות המחבר, די צייט האט מיר דערוויל נישט ערלויבט עס אדורכצוטאן מער, אי"ה איבער שבת וועל מיר עס מער דורכטאן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש יולי 25, 2009 11:23 pm

איך האב געהערט אז די חידושים על התורה (גראדע אן אנדערן גאנג ווי דער באקאנטער חיבור אויף סדר בראשית און פרשת שמות ומקצת וארא) איז פון כתבי ידות וואס זענען אייביג געליגן ביי אן אייניקל וואס האט זיך יעצט מיישב געווען דאס ארויסצוגעבן. די סוגיות הש"ס קומען פון שו"ת בנין דוד.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג יולי 26, 2009 2:34 pm

farshlufen האט געשריבן:נעכטן ביים באזוך אין ספרים סטאר האב איך איינגעהאנדעלט דעם הערליך ניי איבערגעזעצטן:

מדרש רבה - איכה - ע"פ יפה ענף מבעל יפה תואר

עס איז ממש לא נראה כבושם הזה, א שיין ארבעט + תולדות המחבר, די צייט האט מיר דערוויל נישט ערלויבט עס אדורכצוטאן מער, אי"ה איבער שבת וועל מיר עס מער דורכטאן.


איך האב עס אויך באקומען פאר שבת (איך האב געגעבן מעות קדימה פארן ספר), ער האט טאקע געמאכט גאר א שיינע ארבעט דער מוציא לאור, ה"ה האברך החשוב צמ"ס מו"ה שמעי' גרינפעלד ני"ו, וואס איז שוין עוסק בהעתקת השמועות של רביה"ק מסאטמאר זי"ע אסאך יארן, וואס דאס האט איהם טאקע אריינגעברענגט אין די ספרי היפה תואר, כידוע אז רביה"ק אין זיינע תורות ברענגט אסאך אראפ דעם יפה תואר אויפן מדרש, איז אזוי ווי ער האט אסאך געברויכט נאכצוקוקען דעם מדרש יפה תואר אינעם אלטן דרוק, האט ער זיך אסאך אריינגעטוהן אין דעם, און ער האט ער באקומען א חשק דאס איבערצוארבעטן עס זאל זיין ראוי ושוה לכל נפש מען זאל זיך נישט דארפן פלאגן מיט די אלטע שווערע דרוק (איך אליין האב איהם שוין עטליכע אנגעפרעגט פארשידענע זאכן וואס איך האב געזוכט אין יפה תואר), זאל טאקע דער אייבערשטער העלפן ער זאל קענען אנגיין ווייטער און ארויסגעבן דעם גאנצן מדרש מיטן פירוש יפה תואר כליל בהדרו.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18416
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 27, 2009 11:00 am

ר' בן הרחמן, מיר האבן זיך משער געווען אז עס האט מיטן רבי'נס תורות, איר ווייסט דאס פאר א פאקט?

די תולדות [נכתב ע"י מנחם מאיר יאקאבאוויטש ב"ר?] איז א געלונגען היסטארישע ווערק מלא חידושים און אינפארמאציע, ער פארמעסט זיך מיט אזוי גערופענע חוקרים אויף דאטומען און מציאות'ער און ווייזט אויף אז זיי גרייזן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג יולי 30, 2009 5:14 pm

farshlufen האט געשריבן:ר' בן הרחמן, מיר האבן זיך משער געווען אז עס האט מיטן רבי'נס תורות, איר ווייסט דאס פאר א פאקט?

די תולדות [נכתב ע"י מנחם מאיר יאקאבאוויטש ב"ר?] איז א געלונגען היסטארישע ווערק מלא חידושים און אינפארמאציע, ער פארמעסט זיך מיט אזוי גערופענע חוקרים אויף דאטומען און מציאות'ער און ווייזט אויף אז זיי גרייזן.


יא, איך ווייס עס פאר א פאקט, איך האב עס געהערט פון זיינס א נאנטער ידיד וואס העלפט איהם כסדר מיטן נאכזוכן זאכן,

די באשרייבונג האט געמאכט מנחם מאיר יאקאבאוויטש ב"ר בערל וואס איז שוין עוסק אסאך יארן אין תולדות גדולי הדורות הקודמים (חוץ וואס ער איז א שיינער ת"ח), און איז א גרויסער ידען אין די זאכן, ער האט שוין אויך געשריבן אסאך מאמרים בפרקי תולדות, עטליכע זענען געדרוקט אין ירחון גינת ורדים.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: וואו דער מח איז

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג יולי 30, 2009 6:36 pm

נייער ליקוט ספר, כבודו מלא עולם.
כ'האב אביסל אריינגעבליקט דערינען, דער געדאנק פונעם ספר איז, אנצואווייזן מפי ספרים וסופרים, ווי אין יעדע זאך וואס געפינט זיך אויף דער וועלט, בעיקר באציהט זיך דער מחבר אויף גשמיות'דיגע זאכן, האט אן אחיזה אין רוחניות און עבודת השם.
עס איז א נאבעלער ליקוט, הגם איך האב נישט אויפגעכאפט דעם סיסטעם מיט וואס ער גייט, דהיינו, פון וועלכען ספר ער ברענגט און וועלכע נישט אד"ג.
אויפ'ן ערשטן בליק קוקט עס אויס ווי א קאלערפולע, געשמאקע ארבעט.
איידער איך פארגעס, דער נאמן פון מחבר ווערט נישט ערווענט אין קיין שום מקום אין ספר, נישט אינעם שער בלאט, מבוא, הקדמה וכדומה.
זאג מיר: סי-נארמאל!? (בנעימת מונח רביע, באקצענט ירושלמי)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18416
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 30, 2009 8:09 pm

מיר האבן דעם ספר איינגעהאנדעלט, עס איז הפלא ופלא, גדולים וטובים באוואונדערן דעם אינהאלט, די חידושים פונעם "מלקט" אליין זיינען אויסערגעווענליך שיין, דער מחבר איז א חשוב'ער אינגערמאן מתושבי עיר וומ"ס, נאמען געהיטן אין רעדאקציע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 15, 2008 12:28 pm

תגובהדורך מאטעס » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 4:07 pm

וואס האט דער מחבר מיט הרב קלוגר פון בית שמש?
כאילו הוא נושה על הצלחת ובעל חוב על הקלחת.. (ר"י אלחריזי)

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: וואו דער מח איז

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 5:59 pm

מאטעס האט געשריבן:וואס האט דער מחבר מיט הרב קלוגר פון בית שמש?

ווארשיינליך משומעי לקחו.
זאג מיר: סי-נארמאל!? (בנעימת מונח רביע, באקצענט ירושלמי)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 16, 2009 7:04 pm

ידידי בן הרחמן האט פריער ערווענט (אין אן אנדער אשכול) דעם נייעם באנד תורת א' פון הגה"צ מ'שאפראן זצ"ל וואס איז נארוואס ערשינען לאור עולם.

איך האב עס נאכנישט געזען, אבער עס הייסט אז זיי האבן דארט אריינגעשטעלט אסאך פרישע בריוון, ווי אויך א מפתח פרטי אויף אלע 5 בענדער.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: וואו דער מח איז

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג אוגוסט 16, 2009 11:34 pm

תורת א' חלק ה'
אן אוצר פון כתבי קודש פונעם שאפראנער זכרונו לברכה.
איך האב זיך היינט אויפדערנאכט איינגעהאנדלט דעם ספר און כ'האב אביסל אריינגעבליקט.
אט איז מיין איינדרוק
תוכן הספר: לקוטים על התורה, מכתבי קודש, קונטרס שומרי אמונים ומפתח מפורט על כל ה' חלקי הספר.
דער הויפט חידוש אין דעם באנד איז בלי ספק דער מפתח מפורט אויף אלע בענדער, ס'קוקט אויס ווי א געלונגענע ארבעט.
אט זענען טייל פון די אינטרעסאנטע נייע בריוו:
אין מכתב יא' שילדערט ער דארט בין היתר זיין אויסטערלישע קירבה צום מוקאטשער רב זצ"ל: "ואולי אין אני טועה אם הרגשתי שעלי השפיע דברים שלא השפיע על אחרים גדולים ממנו".
מכתב צ' איז ווארעמע דברי חיזוק פאר תלמידים וואס זענען נישט מצליח בלימודם, עיי"ש דברים נפלאים
אויף מכתב צז' איז דער קעפל: חגיגת יובל להסתלות הצדיק הוא דרכי הגוים, א ציטאט: "באמת יש חלק גדול לשגעון זה ... אשר מזייפים הרבה את הדרך הקדוש של רבותינו תלמידי בעש"ט הקדוש..."(די פינטלעך זענען און מקור).
נישט אז די בריוו זענען די אינטרעסאנטסטע, נאר די האבן מיר צופעליג געכאפט דאס אויג.
לעצט פאראכטן דורך שטארק זיך אום מאנטאג אוגוסט 17, 2009 7:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זאג מיר: סי-נארמאל!? (בנעימת מונח רביע, באקצענט ירושלמי)

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 12:40 pm

ערשינען ספה"ק ברך משה על המועדים ח"ב, חידושי תורה פון רבינו הק' מהר"ם ט"ב מסאטמאר זי"ע אויף יום טוב סוכות הושענא רבה שמיני עצרת און שמחת תורה.
אזוי ווי אין די פריערדיגע ספרים זענען רוב חידושי תורה נאר פון יאר תש"מ און ווייטער, ווייל פון די פריערדיגע יארן זענען די חידו"ת נישט פארצייכנט געווארן.
די ספר איז פאכמאניש מסודר געווארן דורך די חשובע תלמידים פון רבין וואס האבן שוין די חזקה אויף אלע פריערדיגע ספרים, מסודר אויף מאמרים כדרך הייטב פנים, געשריבן מיט א הערליכן סגנון הלשון, מראי מקומות אויף יעדן ענין, הערליכע מפתחות הן מפתח הספרים און הן מפתח הענינים.
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 7:17 pm

שטארק זיך האט געשריבן:תורת א' חלק ה'
אן אוצר פון כתבי קודש פונעם שאפראנער זכרונו לברכה.
איך האב זיך היינט אויפדערנאכט איינגעהאנדלט דעם ספר און כ'האב אביסל אריינגעבליקט.
אט איז מיין איינדרוק
תוכן הספר: לקוטים על התורה, מכתבי קודש, קונטרס שומרי אמונים ומפתח מפורט על כל ה' חלקי הספר.
דער הויפט חידוש אין דעם באנד איז בלי ספק דער מפתח מפורט אויף אלע בענדער, ס'קוקט אויס ווי א געלונגענע ארבעט.


דער קונטרס שומר אמונים איז איבערגעדרוקט א קונטרס וואס איז געווען געדרוקט פאר די מלחמה וואס אנטהאלט בריוון פון עטליכע גדולי הדור בנוגע זיך מחבר זיין מיט די אגודה, עס איז דא דארט בריוון פון (איך שרייבן פון זכרון) הגאונים הצדיקים הקדושים רבי שאול בראך מקאשוי, ויגד יעקב מפאפא, מהר"י ט"ב מסאטמאר, מהרש"ז עהרנרייך משימלוי, און א נייע בריוו מכת"י פון חקל יצחק מספינקא, און א מאמר אויף אידיש (זשארגאן) לכאורה פונעם שאפראנער אליין זכותם יגן עלינו.

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

תגובהדורך צו די זאך » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 11:27 pm

אן הערליכן ספר געזען היינט אין ספרים סטאר,

"ערכי זאב"

אן הערליכן ליקוט פון ידיעות, און ענינים,

דער מחבר איז א זין פון ר' יונה לאנדא הי"ו,

זעט אויס א הולך בדרכי אבות, נאר אין די תורה וועלט.
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 9:09 am

יא, דער ספר איז א שיין ספר געשטעלט אויף ערכין. ער שרייבט לויט די א"ב, ווי למשל ביי ר' האט ער א אינטערסאנטע ענין אז דער ווארט "רבשכבה"ג" מיינט נישט נאר אז ער איז געווען א גרויסער רב אדער רבי פאר צענדליגע טויזענטער, נאר איינער וואס האט שטארק משפיע געווען אויפ'ן דור. ער ברענגט א ראיה (ער ברענגט גארנישט אליין, אלעס האט מקורות) אז דער חתם סופר האט געשריבן רבשכב"ה אויף זיין רבין רבי נתן אדלער זי"ע וואס האט נישט געהאט אזוי סאך תלמידם וחסידם אבער ער האט געהאט א גרויסע השפעה אויף בני דורו.

דער מחבר איז האברך מו"ה זאב ני"ו בן הר"ר יונה לאנדא.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 12:33 pm

צו די זאך האט געשריבן:אן הערליכן ספר געזען היינט אין ספרים סטאר,

"ערכי זאב"

אן הערליכן ליקוט פון ידיעות, און ענינים,

דער מחבר איז א זין פון ר' יונה לאנדא הי"ו,

זעט אויס א הולך בדרכי אבות, נאר אין די תורה וועלט
.


א גוטן הרב צודער,
איר רעדט נישט אינגאנצען צו דער זאך און ברויכט אביסל קלעריפירען אייערע ווערטער, ווייל הרה"ח ר' יונה לאנדא איז א איד א ת"ח 'אין די תורה וועלט' אויסער דעם האט ער א יד בתולדות וקורות הדורות וואס איז באמת א חלק מחלקי התורה, זכור ימות עולם בינו שנות דור ודור, כידוע אסאך גדולי הדורות האבן אראפגעשריבען סדר הקבלה ותולדות גדולי ישראל.

און ווייטער למעב"ק שטאמען משפחת לאנדא פון גאר חשוב'ע משפחות מרביצי תורה בישראל, ווער געדענקט נישט הרה"ח ר' אלימלך הגדול לאנדא ז"ל, ואחיו הרה"ח ר' לעמל ז"ל ובניו החשובים מחשובי תלמידי רביה"ק מסאטמאר זצ"ל, אזוי אויך ר' יונה'ס ברודער הרה"ג ר' זאב וואלף ר"מ בישיבות סאטמאר, ביז ארויף צו די לאנדא-גינצלער משפחות אין איהעל און דעברעצין.

דער ספר 'ערכי זאב' איז א שיינער ליקוט געבויעט אויף ערכים, מעטר בהסכמות חשובות ובראשם אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א, מיר וואונטשן דעם מחבר הצלחה בכל מעשי ידיו.

-

אז מ'רעדט פון נייע ספרים, נעכטן האב איך געזעהן אין סטאר א ביכל 'קהילות הונגריה' גערשיבען דורך א געוויסער חוקר פראפ. שלמה שפיצער, אויב זוכט איינער מיין רעקאמאנדאציע דערויף זאל ער נישט ווארטן שטייענדיג, לדעתי איז עס גארנישט קיין חידושים, צושטעלענדיג צום 'חכמי הונגריה' לדוגמא פון י"י כהן אדער אנדערע, ובפרט מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע און אינטערוועלט ווען די אלע יסודותדיגע אינפארמאציע מיט די בילדער געפינען זיך אפען און גרינג פאר יעדן וואס זוכט דאס, איז די 31 דאלער נישט ווערט.

האט איינער געזעהן אנדערש?

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 1:24 pm

משיחי שקר, לעצטנס איבערגעדרוקט געווארן.

עפעס איינער האט ארויסגעגעבן א ספר (אויב מ'קען רופן ספר) פאשקעווילים (מיט א ם'), א ליקוט נפלא פון אלע פאשקעווילין אין ארץ ישראל אין די יארן פון סוף ר' ביז אנפאנג ש'.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: וואו דער מח איז

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 1:33 pm

דער 'משיחי שקר' איז א ספר מיט אן אגענדע צו האקן אויף א געוויסן קרייז פאר וועלעכן איך וויל זיך צופעליג נישט אננעמען.
חוץ פון דעם אויז דא אין דעם אומבא'טעמטע בילדער פון הערצל שחיק טמיא.

דער באנד 'פאשקעווילים', צופעליג שוין ארויסגעקומען מיט איבער א יאר צוריק לכה"פ, האט גאנץ פיינע היסטארישע דאקומענטן פון פון פילע מערכות און ירושלים.
איך האב עס נישט געהעריג דורכגעטאן, מעגליך ס'איז דארט פאראן געמיינע סחורה אויכעט.
ר' יוסלמאן אפשר קענט איר אונז געבן א קלארע באריכט ביטע.
זאג מיר: סי-נארמאל!? (בנעימת מונח רביע, באקצענט ירושלמי)

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 1:33 pm

און ווייטער למעב"ק שטאמען משפחת לאנדא פון גאר חשוב'ע משפחות מרביצי תורה בישראל, ווער געדענקט נישט הרה"ח ר' אלימלך הגדול לאנדא ז"ל, ואחיו הרה"ח ר' לעמל ז"ל ובניו החשובים מחשובי תלמידי רביה"ק מסאטמאר זצ"ל, אזוי אויך ר' יונה'ס ברודער הרה"ג ר' זאב וואלף ר"מ בישיבות סאטמאר, ביז ארויף צו די לאנדא-גינצלער משפחות אין איהעל און דעברעצין.


איר האט אויסגעלאזט א חשובער ברודער פון משפחת לאנדא וואס איר האט לכאו' נישט געקענט. הרה"ח ר' חיים משה ע"ה. ר' חיים משה איז ר' יונה'ס פאטער און ער איז נפטר געווארן תשל"ז. ער איז געווען דער איינציגער פון משפחת לאנדא צו ווערן אוועקגעפירט ביי די מלחמה.

ר' הערשל ע"ה פון קאנטינענטאל איז געווען א גאר חשובער איד. אלץ בחור האט ער געלערנט אין גאלאנטא און געווען א פיינער בחור. ער איז ליידער געווען א אינג בחור ביי די מלחמה און פארפאסט זיינע זיסטע יארן. ער איז אלע יארן שפעטער געווען א רחים ומוקיר רבנים.

אז מ'רעדט שוין יא. די שוואגערס זענען אויך געווען יראים ושלימם. הרה"ח ר' שלום יוסף גראס ז"ל. מחשובי חסידי מונקאטש און א תלמיד פון מרן המנחת אלעזר זי"ע. ער איז געווען א ריכטיגער קובע עיתם לתורה. ער האט מער געלערנט ווי געארבייט (נישט ווייל ער האט נישט געארבייט...).

הרה"ח ר' הערשל שווארטץ ע"ה. בארימט פאר זיינע אתרוגים און וויין. ווער ס'האט אים געקענט דארף מען אפילו נישט זאגן וועגן אים. געווען א איד א תמים וצדיק במעשיו. און אין די זייט א שיינע תלמיד חכם.

עניוועי, דער מחבר האט אין וועם צו ראטען...
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8938
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 1:37 pm

שטארק זיך האט געשריבן:דער 'משיחי שקר' איז א ספר מיט אן אגענדע צו האקן אויף א געוויסן קרייז פאר וועלעכן איך וויל זיך צופעליג נישט אננעמען.
חוץ פון דעם אויז דא אין דעם אומבא'טעמטע בילדער פון הערצל שחיק טמיא.

דער באנד 'פאשקעווילים', צופעליג שוין ארויסגעקומען מיט איבער א יאר צוריק לכה"פ, האט גאנץ פיינע היסטארישע דאקומענטן פון פון פילע מערכות און ירושלים.
איך האב עס נישט געהעריג דורכגעטאן, מעגליך ס'איז דארט פאראן געמיינע סחורה אויכעט.
ר' יוסלמאן אפשר קענט איר אונז געבן א קלארע באריכט ביטע.


אין א"י האט דער ווארט 'פאשקעוילים' א מילדערן באדייט ווי דאהי, יעדעס צעטל וואס איז קעגן עני טינג, ווערט אנגערופן בשם 'פאשקעווילים'

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 1:39 pm

שטארק זיך האט געשריבן:דער 'משיחי שקר' איז א ספר מיט אן אגענדע צו האקן אויף א געוויסן קרייז פאר וועלעכן איך וויל זיך צופעליג נישט אננעמען.
חוץ פון דעם אויז דא אין דעם אומבא'טעמטע בילדער פון הערצל שחיק טמיא.

דער באנד 'פאשקעווילים', צופעליג שוין ארויסגעקומען מיט איבער א יאר צוריק לכה"פ, האט גאנץ פיינע היסטארישע דאקומענטן פון פון פילע מערכות און ירושלים.
איך האב עס נישט געהעריג דורכגעטאן, מעגליך ס'איז דארט פאראן געמיינע סחורה אויכעט.
ר' יוסלמאן אפשר קענט איר אונז געבן א קלארע באריכט ביטע.


ידעתי גם ידעתי, אין ספר משיחי שקר איז דא א גרויסע לע"נ פאר איינע פון די ליטווישע גדולים וואס האט געפירט א מערכה קעגן דעם קרייז פון וואס איר רעדט. ס'איז טאקע מאטאווירט פון פאליטיק, אבער כ'וואלט נישט געזאגט אז זיי פארדרייען א אלטע מעשה פון ש"ץ אד"ג עס צוצוגלייכן צום קרייז וואס זיי ווילן א טשעפע טאן. סאו, אני הקטן ליין עס.

די פאשקעווילים האט אין זיך חרמות אויף ערליכע אידן, פארשטייט זיך נישט פון ערליכע אויף ערליכע. ס'איז טאקע היסטאריש מיט אלטע מערכות ביים כלל ישראל, אבער ס'האט אין זיך אביסל צופיל... פאר מער אינפארמאציע שפארציר אריין אין ספרים געשעפט (נישט אין קרית יואל און מ'סתם אויך נישט אין וויליאמסבורג...) און זעה פאר דיר אליין, ווי זאגט מען אין אמעריקע, סי פאר יור סעלוו.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8938
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 1:48 pm

דער משיחי השקר האט נאך א ציל מטיל צו זיין ספיקות אין די מערכה וואס דער הייליגער בעש"ט זי"ע האט געפירט קייגן די פראנקיסטן, פארפאלן, ער איז דאך א ליטוואק.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט