בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 29, 2009 9:12 pm
דורך scy4851
מיללער האט געשריבן:ר' יונה איז געראטעוועט געווארן אין די קריג אלס בחור, בשעת וואס זיין פאטער ר' משה ע"ה איז אויך געראטעוועט געווארן, אבער באזונדער, עס האט געדויערט גאנצע זיבעצן יאר ביז ווען דער פאטער און זוהן האבן זיך נאכמאל באגעגנט ווען ר' משה איז ארויסגעקומען פון די קאמוניסטישע אונגארן, שוין נאכדעם וואס ר' יונה האט געהאט חתונה געהאט.
איך האב גיט געקענט ר' משה ע"ה. ער איז געווען אן ערשטע קאזין מיט מיין טאטע ע"ה און זיי האבען זיך זייער נאנט געהאלטען.
ר' משה'ס מאמע מיט מיין זיידע זענען געווען שוועסטער און ברידער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 8:51 am
דורך מיללער
ר' שמחה,
ווען איז ר' משה אוועק, האט ער געהאט נאך קינדער אויסער ר' יונה, ווי ער האט ער געוואונט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 12:08 pm
דורך ביקסאד
פאר די קריג האט ר' משה געהאט נאך קינדער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 1:51 pm
דורך scy4851
מיללער האט געשריבן:ווען איז ר' משה אוועק, האט ער געהאט נאך קינדער אויסער ר' יונה, ווי ער האט ער געוואונט?
ר' משה געדענק איך פון וויליאמסבורג, א געשמאקער לעבעדיג יודעל. איך געדענק נישט ווען ער איז אוועק.
ער איז געווען אסאך עלטער פון מיין טאטע ע"ה, פשוט! איך בין דער בכור ביי מיין טאטען און ר' יונה איז געווען מיין סעקאנד קאזין, און ער איז געווען א גיטע פאר יאהר עלטער פון מיר.
איך האב נאר געקענט ר' יונה ז"ל, און היינט האלטען מיר זיך מיט א שטארקען נאנטקייט צי ר' זלמן לייב, מער וויא צי זיין ברידער מנשה.
דא אונעם דברי חיים אשכול האב איך געשריבען פון וויא ר' יונה'ס נאמען שטאמט.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 13, 2010 7:32 pm
דורך ביקסאד
לגבי השו"ת של רבי ע"י שלעזינגער זצ"ל שהוזכר לעיל, קיבלתי היום הודעה שיש חומר לעוד שני כרכים.
חד מהתשובות שלא נדפסו הוזכר ע"י ר' יחיאל גאלדהבר במאמרו על חנוכה ח"ב בשבוע העעל"ט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 17, 2011 10:23 pm
דורך ישלהוסיף
לכאורה דארף דא דערמאנט ווערען די ספרים: 'טיב קידושין' על מסכת קידושין, 'בית שלמה' על מסכת ספר תורה, 'יריעות שלמה' על מסכת סופרים, די אלע זענען בכתב יד פונם שם שלמה פון מונקאטש, דאס איז א טייערע אוצר, וואס כ'האב נישט געגלייבט דאס וועט ווערען אמאהל געדיקט שרבים יהנו ממנו, ב"ה אכשר דרא פאר אונז געבן די מתנה.
הלואי זאל זיך די ראזוודוב אפלערנען דערפון.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 11:01 am
דורך מיללער
אין א געדרוקטע שמועס פון אדמו"ר מקלז"ב בארה"ק האב איך געזעהן אז מכון ראש-פינה האט געדריקט פון כתב-יד דעם ספר 'ראש פינה' אויף אבהע"ז 4 בענדער פון הגה"ק ר' שמרי' שמעריל בראנדעס אב"ד הרימלוב ובסו"י בארה"ק.
האט איינער געזעהן דעם ספר, איז דאס א גוטע ארבייט? איז דאס על הדף אדער שו"ת בעניני אבהע"ז?
ווערן דערמאנט דארט גדולי דורו, איז דא א מפתח השמות?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:02 am
דורך ק.נ.א. וועטער
נישט לאנג צוריק איז ארויסגעקומען א ספר עה"ת מכת"י פון הגאון הגדול רבי דוד אפענהיים זצ"ל דורך מכון נצח יעקב, דאכט זיך אז ס'הייסט תורת דוד אדער יד דוד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:15 am
דורך ק.נ.א. וועטער
יד דוד הייסט עס