פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 26, 2009 1:46 pm
דורך ראמני 08
מיר וועלן עס שטאדירן
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 26, 2009 2:45 pm
דורך א שרייבער
'נבואת הילד' איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן אינאיינעם מיטן ספר 'נגיד ומצוה', פון ר' יעקב צמח, אין קושטא בשנת תפ"ו. עס איז שפעטער נאכאמאל געדרוקט געווארן אינאיינעם מיטן שולחן ערוך האר"י, אין לעמבערג בשנת תקמ"ח (ביים באקאנטן מדפיס יארוש-ראפאפורט. באקאנט אין דער חסידישער וועלט אלס דער מדפיס פונעם ערשטן דפוס פון דעם 'נועם אלימלך'). דער חיד"א אין שם הגדולים, מערכת ספרים ערך נ', אות ה', דערמאנט דאס. פערפאסט האט דאס א קינד אונטערן נאמען 'נחמן קטופא', און הרב ר' אברהם הלוי, ממגורשי ספרד ופארטוגאל, האט געמאכט דערויף א פירוש.
די אויפלאגע וואס איר צייכנט צו, איז די ערשטע זעלבסטשטענדיגע אויפלאגע פון דעם חיבור, אבער דאס שוין א פראדוקט פון די משכילים. דער ארויסגעבער איז יצחק הלוי סאטאנוב פון ברלין.
אמיתת הספר נביאת הילד
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 25, 2009 10:04 am
דורך זיס
אין כפר ברעם אין ארץ-ישראל, געפינט זיך א קבר וואס דארט ליגט א יונגל מיטן נאמען נחמן קטופא.
מען דערציילט אז דער יונגל האט גערעדט הויכע זאכן און נבואות, ער איז נסתלק געווארן אין יונגן עלטער פון 12 יאר. עס איז פאראן פון אים א ספר מיטן נאמען "נביאת הילד".
אצינד איז די שאלה; ווי קראנט איז עס? - איז די ספר טאקע פון אים? - איז דאס סתם אן אויפגעטראכטע געשיכטע?
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 25, 2009 12:06 pm
דורך שוועמל
ראמני האסט שוין שטודירט?
פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 26, 2009 8:17 pm
דורך זיס
קען איינער אפירברענגען דער קאנעקשנס?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 8:43 am
דורך פרעגער
נאדער
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 8:44 am
דורך פרעגער
נאך איינס
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 8:44 am
דורך פרעגער
א דריטע
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 8:45 am
דורך פרעגער
פארזעצונג נעקסטע וואך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 9:28 pm
דורך זיס
פאלגענד ברענג איך אראפ די צווייטע טייל פון קאנעקשנס:
זענען די נביאות אמת?
צווישן אונזערע הייליגע צדיקים געפינען מיר פארשידענע אויסדרוקן איבער די דאזיגע נביאות, פאראן וואס נעמען אן די נביאות אלס קודש קדשים און אז די מעשה דערפון איז אמת ויציב. אנדערע אבער זענען שטארק מפקפק דערין און קומען צו דער מסקנא אז עס איז אינגאנצן אדער האלבוועגס ליגנט.
עס איז אמת
כ"ק מרן בעל הצמח צדק מליובאוויטש זצוק"ל, רעכנט אויס "נחמן קטופא" אין די רשימא פון בעלי מופתים, גראד נאכן מגיד פונעם בית יוסף.
הרה"ק רבי אהרן ראטא זצוק"ל משומרי אמונים שרייבט אין זיין ספר: "כל דבריו דברי נביאות, קודש קדשים" – אלע זיינע ווערטער זענען נביאות און קודש קדשים.
אויך צווישן די ספרדים זענען פאראן פיל גדולים וועלכע רעכענען זיך שטארק מיט די נביאות פון נחמן קטופא. דער שלשלת הקבלה רעכנט זיך אויך מיט די נביאות הילד און שרייבט דערויף גרויסע זאכן.
נישט אמת
פון דער אנדערער זייט זענען פאראן פיל וועלכע האבן געווארפן ספיקות אין די נביאות.
דער ספרדי'שער גדול, רבי נחום בן זכריה אלקושי פון איטליא, שרייבט אין די זייט פון איינע פון די פירושים אויף די נביאות, אזוי:
"שמע ישראל, חי ה' הכל שקר וכזב, ואמר החכם פתי יאמין לכל דבר, השוטה המחבר הזה חלם חלום שיבא משיח בשנת ר"ץ, וכתב ספר זה כולו על זה היסוד הרעוע והמקולקל, ושמעתי משל אומר, מה שהחמור רצה כן בא לו בחלום."
הערט צו אידן, איך שווער אז אלעס איז שקר וכזב, דער חכם האט שוין געזאגט אז א נאר גלויבט אין יעדע זאך. דער שוטה – דער מחבר האט גע'חלומ'ט א חלום אז משיח וועט קומען אין יאר ר"ץ, און האט געשריבן דעם גאנצן ספר אויף דער שוואכער יסוד. איך האב געהערט א מליצה זאגן, אז וואס דער אייזל וויל, דאס קומט אים אין חלום.
אזוי זענען פאראן פיל אנדערע וועלכע טענה'ען אז די מעשה איז האלבוועגס אדער אינגאנצן נישט אמת.
די מיינונג פון נגיד ומצוה
די ערשטע מאל וואס די נביאות זענען געדרוקט געווארן, איז עס געווען צוזאמען מיטן ספר "נגיד ומצוה". דארט אין די הקדמה שרייבט דער מחבר אז ער ברענגט די נביאות "אע"פ שהנביאות לא היה, כי ראיתי בזה תועלת גדול להקוראים" – כאטש די נביאות זענען נישט געווען, דרוק איך עס ווייל איז האב געזען דערין א גרויסע תועלת פאר די לערנער.
יעצט שטעלט זיך די פראגע; וואס האט ער געמיינט מיט די ווערטער אז די נביאות זענען נישט געווען, צי וויל ער דערמיט אנדייטן אז די גאנצע מעשה איז נישט אמת, אדער וויל ער ארויסברענגען אז די נביאות זענען ביז איצט נישט געדרוקט געווארן צוליב די קפידא פון רבי אברהם וואס האט געשריבן אז מען זאל עס נישט מפרסם זיין ברבים?
פארשטייט זיך אז יעדע זייט וויל פון די ווערטער ברענגען א ראיה אויף זיין זייט.
פארוואס נישט
די וועלכע לייקענען די געשיכטע מיטן קינד פארמאגן שטארקע טענות וועלכע פרעגן אפ די געשיכטע:
• אין גמרא געפינען מיר נישט קיין זכר פון אזא קינד, מיר געפינען אויך נישט אז די ווייב פון רבי פנחס בן יאיר זאל הייסן רחל און אז זי זאל נישט האבן קיין קינדער. אויך אין די שפעטערדיגע דורות ביז רבי אברהם הלוי געפינט מען נישט אין קיין איין ספר א רמז פון אזא סארט מעשה. דאס איז דאך א וואונדער, ווייל פון וואו האט פלוצלינג ארויסגעשפראצט א מעשה מיט א קינד וואס מען האט ביז דאן גארנישט געוויסט איבער זיין עקזיסטענץ? – הדברים אומרים דרשינו.
• לויט די מעשה, איז דאס קינד געבוירן געווארן אין יאר ד' רמ"ה, פיר-הונדערט-און-צוואנציג יאר נאכן חרבן בית-המקדש, דאס איז אין די צייטן פון די רבנן סבראי, סוף זמן חתימת התלמוד און אנהויב פון די צייטן פון די גאונים. אויב אזוי ווי אזוי שטימט עס אז ער זאל זיין א קינד פון רבי פנחס בן יאיר – א תנא וועלכער האט געלעבט טיף אינעם זמן הבית?
• אין די מעשה ווערט דערמאנט אז דער קינד איז געבוירן געווארן אום ראש-השנה וואס איז אויסגעפאלן אין א דאנערשטאג, און איז געווען דער זעקסטער יאר פון שמיטה. קוקנדיג אויפן לוח שטעלט זיך ארויס אז יענע יאר איז געווען די ערשטע יאר פון שמיטה, אויב אזוי שטימט עס נישט.
• אין ספר "נגיד ומצוה", דער ערשטער מאל וואס מען האט געדרוקט די נביאות, שרייבט ער ביי די הקדמה אז די נביאות זענען קיינמאל נישט געווען.
• עס איז פאראן עטליכע קלארע הוכחות אז די נביאות זענען געשריבן געווארן אין די צייטן פון די מסעי הצלב.
פארוואס יא
די וועלכע גלויבן יא אין די געשיכטע, האבן אויך שטארקע סברות פארוואס צו גלויבן:
• אין גמרא געפינען מיר טאקע נישט איבער אזא קינד, אבער די שטריכן וואס ווערט דערמאנט אין די מעשה איבער רבי פנחס בן יאיר, שטימט יא מיט רבי פנחס פון די גמרא. אין חז"ל ווערט פיל מאל דערמאנט אז רבי פנחס האט זיך געקענט משתמש זיין בשם המפורש. די מימרא וואס רחל האט געהערט פון איר מאן לערנען, אז דעריבער ווערן טיילמאל אידן נישט גלייך געהאלפן ווייל זיי קענען נישט דער שם המפורש, ווערט דערמאנט אין גמרא בשם רבי פנחס בן יאיר.
• סיי רבי פנחס בן יאיר און סיי דאס קינד האבן געלעבט אין כפר-ברעם, און אויך ליגן זיי דארט. בנוגע די יארן ווען דאס קינד האט געלעבט, קען זיין אז עס הערשט דערין א טעות, אדער האט עס פאסירט מיט א צווייטע רבי פנחס וואס האט אויך געוואוינט אין כפר-ברעם און האט פארמאגט די זעלבע שטריכן ווי רבי פנחס בן יאיר.
• מיר געפינען די נביאות הילד מיט א פירוש דערויף, נאך פאר די צייטן פון רבי אברהם הלוי – א הוכחה אז נישט ער האט עס געשריבן.
ווער דען האט עס געשריבן?
מען קען נישט לייקענען אז די קושיות זענען זייער שטארקע און דארף א גרינטליכע ביאור צו פארשטיין די מעשה.
אבער איין זאך דארף מען זיך דערגרינטעווען לויט די לייקענער פון די מעשה, ווער עס האט געשריבן די נביאות און וואס איז געווען זיין מטרה דערין?
דערויף זענען פאראן עטליכע תירוצים.
רבי אברהם הלוי
דער חיד"א אין זיין ספר "שם הגדולים", שרייבט מיט א פשטות אז די נביאות צוזאמען מיטן פירוש דערויף האט געשריבן רבי אברהם הלוי אליין. אין אנדערע ווערטער, ער האט אויסגעטראפן א מעשה, געמאכט נביאות און מחבר געווען פירושים אויף זיינע אייגענע נביאות.
פיל פארשער ווילן אזוי אננעמען מיט א פשטות, צוליב די פילע פינגער אפדרוקן אז דאס קומט פון רבי אברהם, סיי מיט דער סגנון הכתב – די לשון וואס פאסט פאר רבי אברהם, און אויך די רמזים וואס ליגט אין די נביאות איבער געשעענישן וואס האט זיך אפגעשפילט אין יענע טעג, ווי למשל גירוש ספרד, מסעי הצלב און נאך.
ווען מען קוקט אריין אביסל אין די היסטאריע פון רבי אברהם, לייגט זיך עס שטארק אויף דער שכל. רבי אברהם איז געווען אן אנטלאפענער פון גירוש ספרד און שטענדיג גערעדט פון די גאולה העתידה אז אט אט קומט עס. רבי אברהם פלעגט כסדר פארזאגן עתידות וואס נישט אלעמאל האט זיך עס ארויסגעשטעלט ריכטיג. ווען רבי אברהם האט אנגעוויזן אויף א געוויסע יאר אז דעמאלס וועט זיין די גאולה, און למעשה איז גארנישט פארגעקומען אין יענע יאר, האט רבי אברהם געענטפערט אז ביי די עשרת השבטים האט זיך שוין אנגעהויבן די גאולה און נאך אביסל וועט עס נמשך ווערן אויף אונזערע מדינות.
ממילא לייגט זיך עס שטארק אויפן שכל, אז דער אלטער כתב וואס רבי אברהם האט געפינען און קיינער האט עס נישט געזען, איז די אייגענע ווערק פון רבי אברהם אליין.
אבער עס איז נישט אזוי פשוט.
טראץ אלע הוכחות זענען פארט פאראן פילע גרויסע חוקרים וועלכע עקשנ'ענן זיך מיט געוויסע ראיות אז דער לשון איז נישט פון רבי אברהם, און עס קען נישט זיין אז רבי אברהם זאל עס האבן געשריבן.
נאר ווער יא?
רבי דוד הנגידב
אמת געפינען מיר די נבואה נאך איידער רבי אברהם.
אין שפאניע, אין א הויז וואס האט געהערט פאר מיכאל בן שבתאי פון קאנדיה, איז געפינען געווארן די פינפטע נבואה מיט א פירוש דערויף. די נבואה איז געשריבן געווארן אין יאר רל"ד – עטליכע יאר איידער רבי אברהם. דער חילוק איז נאר אז דארט איז נישט געשטאנען קיין שום רמז ווער דער מחבר דערפון איז, נאר די נבואה מיט א פירוש דערויף.
פון דא איז אלזא א ראיה אז נישט רבי אברהם האט עס מחבר געווען, און די חוקרים וועלכע לייקענען עס אז רבי אברהם האט עס געשריבן, שרייען אז דאס איז די גרעסטע הוכחה וואס ווייזט אז זיי זענען גערעכט. אויך די וועלכע טענה'ען אז די גאנצע מעשה איז אמת, ברענגען א ראיה פון דער כתב.
אבער דער אנדערער זייט לאזט נישט נאך.
די וועלכע האלטן זיך ביי זייערס אז רבי אברהם האט עס געשריבן, טענה'ען אז די דאזיגע פינפטע נבואה האט רבי אברהם טאקע נישט מחבר געווען, אבער די אנדערע פיר יא. רבי אברהם האט געפינען די פינפטע נבואה, צוגעטשעטפעט דערצו אנדערע פיר, געמאכט זיין פירוש און דערציילט די מעשה פונעם קינד.
עס קען גאר זיין אז דאס וואס מען האט געפינען אין שטוב פון מיכאל בן שבתאי, איז גאר די כתב פון רבי דוד הנגיד, פון וועמען רבי אברהם רעדט אז ער האט עס געשריבן צו די חכמי ירושלים און פון דארט קומט די מקור פון די גאנצע מעשה.
לויט דעם קומט אויס אז רבי דוד הנגיד האט מחבר געווען די נביאות – על-כל-פנים די פינפטע נבואה וואס מען האט געפינען.
רבי אברהם איז מודה
מיר געפינען צווישן די ווערטער פון רבי אברהם, אז ער אליין האט איבערגעשריבן די נבואות פון צוויי ערטער. ער שרייבט אז ער האט געשריבן די נבואות און דערנאך האט ער באקומען אן אנדערן כתב יד וואס פון דארט האט ער משלים געווען זיין ארבעט.
עס איז זייער מעגליך אז רבי אברהם רעדט פון דעם זעלבן כתב וואס איז געפינען געווארן אין שפאניע און גאנץ מעגליך אז דאס איז די כתב פון רבי דוד הנגיד.
רבי שמואל הנגיד
עס זענען אבער פאראן נאך השערות ווער עס האט געשריבן די נבואות.
עטליכע הונדערט יאר נאך וואס די נבואה איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן, האט מען עס נאכאמאל איבערגעדרוקט אין דייטשלאנד, דורך דער מדפיס "יצחק סטנוב". דארט האט ער צוגעלייגט א פירוש וואס ער האט אנגעבליך געפינען אין דער ביבליאטעק פון דניאל יפה פון בערלין.
דוד סטנוב איז באקאנט מיט זיינע פירושים, און זיין סדר איז אלעמאל צו שרייבן אז דער פירוש קומט פון א צווייטער בשעת ער אליין האט געמאכט דעם פירוש. אויך אין דעם יעצטיגן פאל איז עס לכאורה אזוי, ווייל אין דער ביבליאטעק פון דניאל יפה איז קיין פירוש אויף די נביאות נישט געווען...
אין די הקדמה שרייבט ער אז דער מחבר פון די נבואה איז רבי אברהם הזקן און דער פירוש האט געמאכט רבי שמואל הנגיד.
רבי שמואל הנגיד איז פאר יעדן באקאנט, ער האט געלעבט אין די זעלבע צייט פון רבי אברהם הלוי. ווידער רבי אברהם הזקן וועמען ער דערמאנט אין די הקדמה, איז נישט באקאנט ווער ער איז געווען.
דעריבער זענען פאראן וואס ווילן זאגן אז דער דרוקער האט זיך טועה געווען און געוואלט שרייבן פארקערט, אז רבי שמואל הנגיד האט מחבר געווען די נבואות און רבי אברהם הזקן איז אונזער רבי אברהם הלוי וועלכער האט געשריבן דער פירוש.
דער גירסא האט א פשט, ווייל רבי שמואל הנגיד איז געווען א גרויסער פייטן און האט זיך ערלויבט צו מאכן אזעלכע נבואות, און עס לייגט זיך אויפן שכל אז דאס האט רבי אברהם הלוי מפרש געווען.
די נבואות
צום סוף וועלן מיר אראפברענגען די ערשטע פינף שטיקלעך פון די ערשטע נבואה, מיטן פירוש פון רבי אברהם, כדאי די ליינער זאלן האבן א שטיקל באגריף פון וואס מען רעדט:
א) אתיא אומתא אימתא, מזעזע ברייתא, עבדא הדמדתא, ביה בני אמתא:
עס וועט קומען א מורא'דיגע פאלק, וואס שאקלט אויף אלע בריות, און וועט מאכן א פארשניידונג, צווישן די קינדער פון די דינסט (הגר, די מוטער פון ישמעאל).
ב) בעלמא דנשא, יחרדין גרשא, גיברין חלשה, יהלמין קישא:
אין די וועלט פון זיין שווער (עשו וואס איז געווען די שווער פון ישמעאל), וועלן די קינדער פון די גרושה ציטערן (די קינדער פון הגר וואס איז געווען א גרושה פון אברהם), די שוואכע מענטשן, וועלן שלאגן די שטרוי (עשו וואס ווערט צוגעגליכן צו שטרוי – בית עשו קש).
ג) גברא ומתגברא, בחילא ברירא, דרמי בגירא, על מתילא דברא:
זיי וועלן זיך שטארקן און שטארקן, מיט א קלארע מיליטער, אויף די וואס שיסן מיט פיילן (בני ישמעאל – רובה קשת), די וואס ווערן געגליכן צו א מדבר (עשו וואס איז געווען א איש שדה. ער מיינט צו זאגן אז עשו וועט זיך מתגבר זיין אויף ישמעאל).
ד) דיקא בדוקא, ובגין עסק דקקא, רמסא ומעיקא, ואכלה ומדקא:
די וואס כאפט אן אין די אנכאפעניש (דאס מיינט ירושלים), און צוליב לימוד התורה (וואס שוואכט אפ), וועט זי צוטרעטן ווערן, און אויפגעגעסן ווערן (א רמז אויפן חרבן בית-המקדש).
ה) הנה נאצא, וסעדה קצצא, טיסא בעיצא, ולעת קץ מתקצצא:
אט האט מען איר פארשוועכט, און די סעודה פון באשעפער האט זיך אפגעהאקט, עס פליעט מיט א שנעלקייט, אבער וועט זיך שנעל צוריקקערן ביים קץ פון גלות און דאן וועלן די שונאי ישראל אפשניידן.