בלאט 1 פון 1

הספרים; דברי הימים דמשה, זרובבל, אלדד הדני

פארעפענטליכט: שבת ינואר 24, 2009 7:43 pm
דורך געוואלד
איך האב געזען דעם שבת אן אבן עזרא וואס דערמאנט די 3 ספרים, בינעך נייגעריק צו איינער האט עפעס ידיעות איבער זיי.

אויפן פסוק שמות ב' כ"ב, ותלד בן ויקרא את שמו גרשם כי אמר גר הייתי בארץ נכריה.

זאגט דער אבן עזרא:

ותלד. כי אמר. משה. = משה האט געזאגט
וזאת צפורה = און אט דער צפורה
הוא האשה הכושית = איז דער זעלבער אשה הכושית
אשר אמר. = וואס ווערט שפעטער דערמאנט און פרשת בהעלותך
ואשר כתוב = און דער פשט וואס עס שטייט
בדברי הימים דמשה = אונעם ספר "דברי הימים דמשה"
אל תאמן. = זאלט איר נישט גלייבן
(וואס דער פשט איז, זאגט ער נישט, און ווער דער ספר איז, ווייס איך נישט.)
וכלל אמר לך = און איך וועל אייך זאגן א כלל
כל ספר = יעדער ספר
שלא כתבוהו נביאים = וואס זענען נישט געשריבן דורך נביאים
או חכמים מפי הקבלה = אדער חכמים וואס זענען מקובל
אין לסמוך עליו = זאלט איר זיך נישט פארלאזן
ואף כי יש בו = אויך צוליב עס ענהאלט אין זיך
דברים שמכחישים = רייד וואס טוט אפלייקענען (זענען אין קעגנזאץ)
הדעת הנכונה. = די ריכטיקע פארשטאנד
וככה ספר זרובבל. = און די זעלביגע איז מיטן "ספר זרובבל"
וגם ספר אלדד הדני = און אויך דער "ספר אלדד הדני"
ודומה להם. = און זייער גלייכנס

עכ"ל פונעם אבן עזרא.

אינעם אבי עזר א פירוש אויפן אבן עזרא מר' שלמה מ'ליסא זאגט ער אויפן ספר אלדד הדני אזוי:

זה לשון האגור בשם רבינו ברוך, (פון די גאר ערשטע און גרעסטע ראשונים, דער רבי פון רבינו גרשום מאה"ג) ראיתי בהלכות שחיטה שהביא ר' אלדד הדני הבא מעשרת השבטים, אמר יהושע מפי משה מפי הגבורה, כי הזובח לה' ואינו יודע הל' שחיטה וכו' ע"ש, (זעה מיר דאך אז רבינו ברוך וואס איז געווען פריער האט זיך יא סמך געווען אויף דעם אלדד הדני דעריבער פירט אויס דער אבי עזר) ע"כ אמרתי דברי הרב נדחים מדברי רבינו ברוך.

פארעפענטליכט: שבת ינואר 24, 2009 9:18 pm
דורך scy4851
דער אבי עזר איז דער מכריע ווער עס איז גערעכט? דער אבן עזרא אדער רבינו ברוך?
דער אבן עזרא האט נישט קיין רעכט צי זיין דעה און זיין מחולק מיטען רבינו ברוך אז מעקען זיך נישט סומך זיין אויפען ספר אלדד הדני ?

אגב,
דער מרדכי ממש אנפאנג חולין ברענגט דאס גאנצע שטיקעל רבינו ברוך בשם ספר אלדד הדני
דער שחוטה איז אסור פון
א שוחט אינטער 18 יאהר אלט
א שוחט סריס
א שוחט א זקן העכער 80 יאהר
א שוחט וואס האט געשאכטען אהן א סודר אויפען קאף
א שוחט וואס האט געשאכטען אהן א ברכה
א שוחט וואס האט געשאכטען ערום
א שוחט אן אשה


און דער מרדכי שרייבט דארט אז
וחומרא בעלמא הוא כל אלה הדברים ולא נהיגימן כותיה

דער ערשטע תוס' און מסכת חולין ברענגט בשם הלכות א"י אז שחיטה פון אן אשה איז פסול און תוס' פרעגט עס אף פון א משנה און זבחים
און זבחים ל"א עמוד ב' ד"ה שהשחיטה כשירה בנשים ברענגט ער
מיכן תשובה למה שכתבו בהלכות א"י דנשים לא ישחטו מפני שדעתן קלה ועוד כתוב בהן שחט ולא בירך וערום ששחט שחיטה פסולה ונראה שהם חומרות בעלמא שהיה אומר אותו החכם מדעתו שכתב הלכות א"י


איז דער הלכות א"י פון תוס' אפשר דער ספר אלדד הדני?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2009 11:01 am
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 26, 2009 2:45 pm
דורך יידישיסט
געוואלד פרעגט:
ואשר כתוב = און דער פשט וואס עס שטייט
בדברי הימים דמשה = אונעם ספר "דברי הימים דמשה"
אל תאמן. = זאלט איר נישט גלייבן
(וואס דער פשט איז, זאגט ער נישט, און ווער דער ספר איז, ווייס איך נישט.)


ער מיינט דעם ספר וואס מיר רופן "ספר הישר", וואס דארט ווערט געברענגט די מעשה אז משה רבנו האט חתונה געהאט טאקע מיט א כושית. לויט ווי די מעשה ווערט דארט דערציילט איז משה געווען מלך אין כוש און דארט חתונה געהאט נאכן אנטלויפן פון פרעה, און הערשט נאכדעם איז ער געקומען קיין מדין. דערויף זאגט דער אבן-עזרא אז מען זאל די אלע מעשה'ס נישט אננעמען.

דאס ספר "אלדד הדני" קען מען אויך טרעפן אין דעם "אוצר המדרשים" פון אייזנשטיין, עס איז דא צובאקומען אין די ספרים-געשעפטן אין א נייעם דעקל מיט ווייסע בלעטער, אבער טאקע א קאָפיע פון דעם אריגינעלן ספר. עס איז דארט זייער קלאר צום ליינען. דארט וועסטו טרעפן נאך פיל אונצאליגע פארלוירענע ספרים'לעך און מדרשים.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 26, 2009 4:55 pm
דורך איך_הער
אויב איך געדענק גוט, שטייט אין ספר הישר פונקט פארקערט, אז משה האט נישט חתונה געהאט דארט, און דערפאר האט מען אים פארשיקט פון דארט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 26, 2009 5:03 pm
דורך יידישיסט
מיר דענקט זיך אויך אזוי, נאר נישט גענוי. ער האט גענומען די געוועזענע מלכה אבער נישט צוגערירט צו איר, און ווען זי האט דאס אמאל דערציילט האט מען פון אים דארט פארשיקט. עס וואלט דעריבער מעגליך געווען אז מרים און אהרן - וואס האבן נישט געדארפט וויסן גענוי ווי ווייט ער איז געווען נאנט מיט דער מלכה - האבן גערעדט אויף דעם פאקט אז ער האט געלעבט מיט א כושית א צייט. דאס קומט דער אבן-עזרא שולל זיין אז מען זאל נישט קלערן אז דער פסוק איז מרמז אויף דער אגדה, דען די מעשה איז לויט אים גרונטלאז וויבאלד עס פעלט א מקור צו דעם.

דער כלל פונעם אבן-עזרא איז פשוט ווי פאלגנד: אויב עס איז פארהאן סיי וואס אן אגדה וואס האט נישט קיין פריערדיגן מקור, דאן איז דאך נישטא קיין באווייז אז עס איז אמת, און ווען עס פעלט א באווייז איז דאך פשוט נישטא קיין סיבה צו גלייבן, און אז עס איז נישטא קיין סיבה צו גלייבן, דאן פארוואס זאלסטו גלייבן? דעריבער זאגט ער "גלייב נישט"!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 26, 2009 5:05 pm
דורך א שרייבער
דאס ספר "אלדד הדני" איז איינע פון די ערשטע אידישע געדרוקטע ספרים, געדרוקט אין מנטובה, שנת רל"ה. עס איז שפעטער איבערגעדרוקט געווארן אין וויניציאה, שנת ד"ש, אינאיינעם מיטן ספר 'דברי הימים למשה רבינו' ועוד שאר ספרים. א גרויס חלק פון די אלע ספרים, וועלכע זענען זינט דאן געדרוקט געווארן אינאיינעם אין עטליכע אויפלאגעס, זענען אין די סעריע וועלכע חז"ל רופן 'ספרי חיצונים'. א הונדערט יאר שפעטער איז דאס געדרוקט געווארן (אין וירונה, בשנת ת"ח) אינאיינעם מיט'ן 'בן סירא', אונטערן נאמען "ליקוטי המעשים".

בכלל איז גוט אויף יעדן ספר וואס מ'זוכט, צו מאכן א חיפוש אין HebrowBooks צו דער ספר געפונט זיך אפ ביי זייער וועב זייט. עס איז דא דארט א וועלט. איר וועט נשתומם ווערן וואס אלץ איר וועט נאר דארט געפונען.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 26, 2009 5:31 pm
דורך scy4851
הכותב,
הרב פארשלאפען האט שוין געגעבען דער לינק צי היברובוקס א 4 5 תגובות פריער

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 10:27 am
דורך ישלהוסיף
אנגעקומען לידין העתק ארטיקעל געדריקט אין מאגאזין הנקוב בשם 'אוצרות', איז דא דארט אריכות בנוגע דעם ספר דברי הימים דמשה אין ספר הישר,
זענען זיי מאריך מיטן אבן עזרא, אז דער באוויסטע מעשה פאר יעדן קינד אז משה רבינו האט אראפ גענומען פרעה'ס קרוין וכו', איז שקר, היות דאס קומט פונעם דברי הימים דמשה, און ס'שטייט נישט אין קיין שום אנדערע פלאץ לא בש"ס בבלי ירושלמי, מדרשים וכו'.

אבער דאס אז משה רבינו איז קודם געוועהן 40 יאר מלך כוש, אין ערשט דערנאך איז ער געגאנגען קיין מדין, שטימט ווייל גרשום ואליעזר איז געבוירען הארט פאר די משה רבינו איז צוריק קיין מצרים. אבער וועט זיין שווער וואס שטייט "איש מצרי הצילנו", ער איז דאך געוועהן אין כוש פאר גאנצע פערציג יאהר? אין נאך וועט זיין אינטרעסאנט אז פון זיין מלך כוש וואס האט אנגעפירט שווערע מלחמות זאל ער וווערען א רועה צאן חותנו?
ואלי משום האי מדחה האבן עזרא הספרים.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 1:02 pm
דורך גראדער
דער ספר דברי הימים דמשה ווערט גאר אסאך אראפגעברענגט אינעם ילקוט שמעוני וואס איז דאכט זיך פון די מערסט פארלעסליכע מקורות אויף מדרשים.

די מעשה מיט משה רבינו מיט פרעה'ס קרוין ווערט דאכט זיך געברענגט אין מדרש רבה, גיימיר עס שוין אפיר זוכן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 1:10 pm
דורך גראדער
שמות רבה א כו

והיה פרעה מנשקו ומחבקו והוא נוטל כתרו של פרעה ומשימו על ראשו כמו שעתיד לעשות לו כשהיה גדול וכן הקדוש ברוך הוא אומר לחירם ([[יחזקאל כח יח]]) ואוציא אש מתוכך היא וגו' וכן בת פרעה מגדלת מי שעתיד לפרע מאביה ואף מלך המשיח שעתיד ליפרע מאדום יושב עמהם במדינה שנאמר ([[ישעיהו כז י|ישעי' כז, י]]) שם ירעה עגל ושם ירבץ וגו' והיו שם יושבין חרטומי מצרים ואמרו מתיראין אנו מזה שנוטל כתרך ונותנו על ראשו שלא יהיה זה אותו שאנו אומרים שעתיד ליטול מלכות ממך מהם אומרים להרגו מהם אומרים לשרפו והיה יתרו יושב ביניהן ואומר להם הנער הזה אין בו דעת אלא בחנו אותו והביאו לפניו בקערה זהב וגחלת אם יושיט ידו לזהב יש בו דעת והרגו אותו ואם יושיט ידו לגחלת אין בו דעת ואין עליו משפט מות מיד הביאו לפניו ושלח ידו לקח הזהב ובא גבריאל ודחה את ידו ותפש את הגחלת והכניס ידו עם הגחלת לתוך פיו ונכוה לשונו וממנו נעשה ([[שמות ד י]]) כבד פה וכבד לשון.


בנוגע די נאמנות פונעם ספר הישר איז א שמועס פאר זיך, אבער די אויבנדערמאנטע טענה איז קיין טענה נישט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 1:18 pm
דורך גראדער
דאכט זיך אז דער ספר הישר לייגט נאר צו איין פרט אז בלעם איז געווען דער וואס האט געהייסן אים הרג'נען.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 1:31 pm
דורך ישלהוסיף
זעהט מיר אויס מ'קען אריין שרייבען א בריעוו צום עורך אז דעם סיפור איז יא מדרש, פארוואס ער שרייבט אז נישט, גיי ווייס...

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 3:10 pm
דורך יהיה כן
דער רמבן אין פרשת וישלח כידוע ברענגט דעם ספר הישר בזה״ל ״ואם נאמין בספר מלחמת בני יעקב״

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 8:24 pm
דורך הסרפד
scy4851 האט געשריבן:איז דער הלכות א"י פון תוס' אפשר דער ספר אלדד הדני?


יא, "א"י" איז ראשי תיבות "אמר יהושע", וואל אזוי הייבן זיך אן רוב מאמרים אין ספר אלדד הדני (בשם יהושע בן נון בשם מרע"ה).