בלאט 1 פון 3
גדולי ישראל וועלכע האבן געשריבן טאג-ביכער
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2009 8:07 pm
דורך ליפשיץ
שלום עליכם,
זייענדיג אן אורח האב איך זיך די לעצטערע פאר טאג אביסל אומגעקוקט אויף די אשכולות דא, און עס איז מיר זייער געפאלן. איך האב שטארק הנאה געהאט פון די ידענים דא. איך טוה מיט די ווערטער אויסדריקן א יישר כח פאר אלע באטייליגער.
ליינענדיג דעם אשכול פון די ספרי היעב"ץ, וואו עס ווערט ארומגערעדט איבער דעם 'מגילת ספר' ווי דער מחבר זעלבטסט האט אראפגעשריבן זיין AUTO BIAGRAPHY, איז מיר באלד אויפן געדאנק געקומען דער חיבור 'מעגל טוב' פונעם חיד"א, וועלכע איז אפשר נישט קיין אוטא בייאגרעפי נאר גיכער א מסעות באשרייבונג, פארמאגט דאס אבער אויך די מעלה אז דאס איז א באשרייבונג פונעם מחבר זעלבסט, וואו ער באשרייבט זיך זיינע מסעות. אזוי בלעטרנדיג אינעם אשכול פון די ספרי החיד"א, האב איך זיך טאקע באגעגנט אינעם ספר 'מעגל טוב'.
איך האב אויך געכאפט א שפאציר אינעם פורום על הצדיקים וחסידים און איך האב זיך דארט באגעגנט אין אן אשכול וואו מ'רעדט פון תוספות יום טוב, האט מיר באלד אויפגעבליצט א געדאנק אז היות איך מיין אז פון אים איז אויך דא אזא סארט חיבור, טא האלטן מיר דאך שוין ביי דריי גדולי ישראל וועלכע האבן געמאכט אזא סארט חיבור'ל, ואם כן איז דאך נישט מער ווי רעכט אז אזא סארט טעמע זאל פארמאגן אן אשכול פאר זיך.
איך ווייס נאך נישט וואס פארא נאמען צו געבן דעם קעפל, ווייל למעשה לא ראי זה כראי זה. דעם חיד"א'ס מעגל טוב איז א ספר מסעות (א שטייגער ווי מסעות רבי בנימין) און ר' יעקב עמדינ'ס מגילת ספר איז מער ווי א טאג-בוך, אבער דעם צד השווה האף איך כאפט איר. דעריבער לעת עתה עפן איך דעם אשכול אונטערן נאמען גדולי ישראל וועלכע האבן געשריבן אייגענע טאג ביכער.
1] ר' יעקב עמדין - מגילת ספר
2] החיד"א – מעגל טוב
3] תוספ' יו"ט - ?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2009 8:39 pm
דורך DotCom
מגילת איבה איז פונעם תוספות יו"ט.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2009 11:40 pm
דורך קרעמער
פאר לעווי שרייבט דאס:
דער לעצטער ליובאוויטשער רבי - היום יום.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 9:46 am
דורך מיללער
כבוד הרב ליפשיץ,
עס פרייעט אונז דאס הארץ אז מיר האבן זוכה געווען צו אייער מיטגלידערשאפט, מיר זעען פאר גוטע טעג במחיצותיכם.
מיר האבן דא מיט א צייט צוריק געהאט א אשכול איבער א אנגעבליכע טאג-בוך פון א געוויסען ליטווישע רב בזמן הגר"א מיטן נאמען 'ספר הזכרונות של רב ליטאי'.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 11:00 am
דורך farshlufen
לויט ווי רי"י גרינוואלד שרייבט אין "ר' יונתן אייבשיץ" איז דער "מגלת ספר" פונעם עמדין זייער ווייט פון קראנט.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 1:00 pm
דורך badatz
דאס איז נישט א טאג בוך .
דאס איז וואס דיא זאלסט טהון מיט דעם טאג
קרעמער האט געשריבן:פאר לעווי שרייבט דאס:
דער לעצטער ליובאוויטשער רבי - היום יום.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 1:02 pm
דורך badatz
ב''ה
האדר''ת
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:21 pm
דורך מיללער
דער לוח
היום יום פונעם פריערידגען ליובאוויטשער רבי, איז נישט קיין טאג-בוך און אויך נישט קיין אינסטרוקציעס וואס צוטאן מיט'ן טאג, דאס זענען נאטיצן וואס דער רבי האט זיך טעגליך פארצייכנט, צו דברי תורה, מעשיות אדער הנהגות, נאכדעם האבן די חסידים צוגעשטעלט דעם לוח מיט די שיעורים.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:34 pm
דורך ליפשיץ
יישר כח ר' בד"ץ און דאט.קאם.
ר' בד"ץ, וויאזוי הייסט דאס בוך פונעם אדר"ת? באשרייבט דאס זיין גאנצע לעבנס ביאגראפיע אדער בלויז א טייל?
און ר' מיללער, איך האב אפירגעזוכט דעם אשכול פון דעם בוך. טאקע אינטערסאנט, וייש"כ. די זאך איז נאר, אז דער רב וגדול פונעם בוך איז עפעס נישט קיין מפורסמ'דיגער, דעריבער האט דאס אביסל א קלענערן שוויות. פארט אבער קען מען נאשן דערפון עולמות.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:46 pm
דורך בן בוזי
היום יום איז פונעם רמ"ש אבער עס זענען דא ליקוטי רשומות, און אויך רשימת המאסר פונעם ריי"ץ.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 3:10 pm
דורך badatz
בן בוזי האט געשריבן:היום יום איז פונעם רמ"ש אבער עס זענען דא ליקוטי רשומות, און אויך רשימת המאסר פונעם ריי"ץ.
ב''ה
בן בוזי היקר יחי' נצח
דער ריי''ץ האט פין קינדווייז אהן געפירט א טאג ביך . אין פארשריבן אלעס וואס עהר האט גיהערט אין גיזעהן אין געטראכט . פין דעם האט זעך שפעטער געמאכט דער ליקוטי סיפורים--ליקוטי דיבורים ---זכרונות וכו' וכולו
דיא רשומות המאסר האט עהר געשריבן נאך דעם וואס עהר איז שוין ארויס פין מאסר נישט בשעת מעשה.
מיין טאטע ז''ל האט מיר דעריילט אז תרפ''ח תרפ''ט האט מען דעם רשימת המאסר געשיקט לכל מאן דבעי .
אויך דיא מעשות פין דיא קאנטאניסטען .מען האט געדארפט שיקען א קארטל מיט איין אדרעס אין מען האט באקומען .
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 4:45 pm
דורך ליפשיץ
דער ריי"ץ איז א מסכת פאר זיך. ער האט דאך אפגעשריבן א וועלט מיט זיינע געשיכטעס. גאר אינטערסאנט און ארגינאל איז זיין הקדמה צום קונטרס "ומעיין מבית ה'". ס'איז א שטיק היסטאריע.
מזכרוני דענק איך איין אינטערסאנטע זאך, דאס ער שרייבט דארט (צווישן אנדערע) אז איין יאר נאך די הייליגע טעג האט אים דער רש"ב געזאגט אז אין הימל איז נישט פאריבער די הייליגע טעג עפעס כדבעי, און עס פעלט נאך אויס אסאך תפילות ותחנונים לטובת ישראל. ער האט אים געהייסן ער זאל מסדר זיין א מנין תהלים יעדן פארטאגס וועלכע זאלן מרבה זיין בתפילה לטובת ישראל, שיצאו בדימוס דינם, ביז ערגעץ אינמיטן כסלו. (א סיפור וועלכער פאסט זיך גיכער פאר די אדמור"י פולין/גאליציע ואוקריינא).
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 5:38 pm
דורך badatz
farshlufen האט געשריבן:לויט ווי רי"י גרינוואלד שרייבט אין "ר' יונתן אייבשיץ" איז דער "מגלת ספר" פונעם עמדין זייער ווייט פון קראנט.
Cב''ה
ארום 33 יאהר צוריק האט איין אייניקעל אברהם בי''ק דער זוהן פין הרה''ג ר' שאול יששכר זצ''ל וואס האט געוואינט איו בראנזוויל סאיז דא פין איהם א ספר אף
הלכות חלה . א תלמיד זיינער הרב חיים דוב גולעווסקי האט געדריקט מעשיות וואס עהר האט גיהערט פין איהם אין ירחון מסילות =סאדיגורא=דער אברהם בי''ק
האט געשריבען אין זיין הקדמה אויף מגילת ספר אז עהר האט געדריקט א נייעם מגילת ספר פין כת''י וואס געפינט זיך אין קעמברידטש _-אך לא דובים ולא יער-
אויך האט עהר געדרוקט הגהות היעב''ץ על הזוהר ונתן לי טופס .אך כפי הנראה האט עהר דאס נאר מלקט געווען פין ספרי היעב''ץ .
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 5:47 pm
דורך farshlufen
גרינוואלד שרייבט דארט אז עס איז ידוע אז עס איז נישט פארהאן קיין גאנצער כתב יד פונען מגלת ספר, די גאנצע מעשה איז אויסגעזויגן פון פינגער פון א געוויסן דוד כהנא.
אגב איך רעקאמענדיר נישט צולייענען דעם אויבערדערמאנטן ספר פון גרינוואלד, דערפאר וואס אין זיין היסטעריע צו פארטיידיגן דעם רבי'ן ר' יונתן האט ער זיך צולאזט מיט לשונות אויפן הייליגן יעב"ץ.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 9:35 pm
דורך פישל גוטביין
פונעם מונקאטשע רב איז דא א טאג בוך פון זיין נסיעה קיין ארץ ישראל, און עס איז זייער באלערענד אין אינטרעסאנט.
דער ספר הייסט מסעות ירושלים.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 10:21 pm
דורך scy4851
דארט און מסעות ירושלים איז באשריבען דאס באגעגענען זיך פונעם מנחת אלעזר מיטען סבא קדישא ר' שלמה אליעזר אלפאנדרי ז"ל
עס איז דא נאך עפעס א טאג ביך פונעם מנחת אלעזר פונעם לעצטען יאהר פון זיין לעבען. דער קונטרס דאכט זיך מיר הייסט שנה אחרונה.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 11:36 pm
דורך קרעמער
פישל און ר' שמחה;
דאס האט אבער נישט דער מנחת אלעזר זעלבסט געשריבן.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2009 10:04 am
דורך badatz
[quote="farshlufen"]גרינוואלד שרייבט דארט אז עס איז ידוע אז עס איז נישט פארהאן קיין גאנצער כתב יד פונען מגלת ספר, די גאנצע מעשה איז אויסגעזויגן פון פינגער פון א געוויסן דוד כהנא.
ב''ה
הכתב יד נמצא בשלימותו בקעמברידטש .
אגב ספרי ר' זלמן לייב ז''ל גרינוואלד זכאים לאשכול נפרד הוא כתב היסטורי' --הלכה כל בו באבילות --מחקר--
יש לי ממנו כשלושים ספרים . יש לו זכות ראשונים אודות הירושלמי על קדשים .
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2009 10:12 am
דורך badatz
scy4851 האט געשריבן:דארט און מסעות ירושלים איז באשריבען דאס באגעגענען זיך פונעם מנחת אלעזר מיטען סבא קדישא ר' שלמה אליעזר אלפאנדרי ז"ל
עס איז דא נאך עפעס א טאג ביך פונעם מנחת אלעזר פונעם לעצטען יאהר פון זיין לעבען. דער קונטרס דאכט זיך מיר הייסט שנה אחרונה.
ב''ה
סלח לי ידידי היקר שיחי' נצח הקונטרס שנה אחרונה כתבו קצת מהשנה אחרונה מה שקרא עם המנחת אלעזר זצ''ל.
והמסעות ירושלים כתב ר' משה גאלדשטיין מה ששמע ממנו ומה שקרא בנסיעה . אגב הוא גם סידר את התיקון עולם . הוא עבד במשרד של כולל מונקאטש ועשרה גלילות . אחיו הי' ר' שלמה ז''ל המשב''ק שגר בשנים האחרונות בוויליאמסבורג . והי' מוהל .
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2009 11:41 am
דורך farshlufen
badatz האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:גרינוואלד שרייבט דארט אז עס איז ידוע אז עס איז נישט פארהאן קיין גאנצער כתב יד פונען מגלת ספר, די גאנצע מעשה איז אויסגעזויגן פון פינגער פון א געוויסן דוד כהנא.
ב''ה
הכתב יד נמצא בשלימותו בקעמברידטש .
אגב ספרי ר' זלמן לייב ז''ל גרינוואלד זכאים לאשכול נפרד הוא כתב היסטורי' --הלכה כל בו באבילות --מחקר--
יש לי ממנו כשלושים ספרים . יש לו זכות ראשונים אודות הירושלמי על קדשים .
לייענטס און רעאגירטס דא:
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2009 10:21 pm
דורך scy4851
הרב בד"ץ
אויב דער אשכול באהאנדעלט נאר טאג-ביכער וואס גדולי ישראל האבען אליינס געשריבען, ביסטו גערעכט אז נישט דער מונקאטשער רב ז"ל האט אליינס געשריבען דער קונטרס אדער דער מסעות ירושלים.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2009 10:36 pm
דורך scy4851
אן אינטערעסאנטע טאג-ביך איז דא פונעם הייליגען חתם סופר, ספר הזכרון
ער באשרייבט דארט באסירונגען און פרעשבורג בשנת תקס"ט, בזמן המלחמה פון פראנקרייך מיט עסטרייך, ווען די פראנצויזען האבען באלאגערט פרעשבורג, און מחמת די פחד און די סכנה פון די מלחמה איז דער חתם סופר אנטלאפען מיט זיינע תלמידים קיין יערגען.
דער חתם סופר האט פארשריבען די מאורעות מופלאים וואס עס האט פאסירט מיט אוהם און זיין קהלה.
ער פלעכט אריין אסאך דברי תורה און דרשות וואס ער האט געזאגט.
ער שרייבט אויך פארשידענע חלומות מיט חזיונות מבהילים וואס ער האט געהאט, און אטייל מאל זענען די חזיונות געווען בהקיץ.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2009 10:43 pm
דורך scy4851
badatz האט געשריבן:אגב ספרי ר' זלמן לייב ז''ל גרינוואלד זכאים לאשכול נפרד הוא כתב היסטורי' --הלכה כל בו באבילות --מחקר--
יש לי ממנו כשלושים ספרים . יש לו זכות ראשונים אודות הירושלמי על קדשים .
הרב בד"ץ,
דא איז א לינק צי אן אשכול וועגען הרב גרינוואלד ז"ל און זיינע ספרים
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:05 pm
דורך ליפשיץ
ר' סקיי, ייש"כ פארן ארויפברענגען דעם ספר הזכרון פון חת"ס.
אויב שוין אזוי, ס'הייסט ספרים פון ספעציפישע געשענישן, איז אויך כדאי אנצואוויזן אויפן ספר 'מגילת סתרים' פון הייליגן קאמארנער, וועלכע ענטהאלט גילויים און חזיונות וואס ער האט זיך אליין פארצייכנט און אראפגעשריבן.
ומענין לענין מאותו ענין ממש:
דער חיד"א אין שם הגדולים, מערכת גדולים ערך רבי חיים וויטאל, שרייבט אז ער האט געזען א "ספר החזיונות" בכתב יד קדשו פון רבי חיים וויטאל ממש, וואו ער שרייבט דארט אלץ וואס מיט אים האט פאסירט 'מקודם' יצירתו עד סוף ימיו. דער חיד"א ענדיגט צו: "ורבו עניניו ונוראותיו".
דוכט זיך אז מ'האט דאס שוין היינטצוטאגס געדרוקט, ורבו המעררין עליו. ווער עס קען זאל מיטיילן עפעס אינפארמאציע וואס ער ווייסט דערוועגן, ותשוח"ח לו.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:09 pm
דורך בן בוזי
וועגן חזיונות איז דא אין דגל, ר' איציקל ראדווילער אין אור יצחק, פונעם קאמארנער איז געדרוקט