בלאט 2 פון 3
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2009 5:51 pm
דורך badatz
scy4851 האט געשריבן:badatz האט געשריבן:אגב ספרי ר' זלמן לייב ז''ל גרינוואלד זכאים לאשכול נפרד הוא כתב היסטורי' --הלכה כל בו באבילות --מחקר--
יש לי ממנו כשלושים ספרים . יש לו זכות ראשונים אודות הירושלמי על קדשים .
הרב בד"ץ,
דא איז א לינק צי אן אשכול וועגען הרב גרינוואלד ז"ל און זיינע ספרים
'' ב''ה
יישר כחך ידידי היקר שיחי' נצח . אבל לדאבוני אני לא רואה שם שום דיבור על ספריו המענינים ןיש שם הרבה חומר על היסטורית הונגרי' .אגב כשמכון
חת''ס הדפיס מחדש את ספרו על המהר''ם שיק הם הוציאו משם כמה קטעים.סוכ''ס רוח התחדשות נטפה בו .ספרו "האם ראה הבבלי את הירושלמי "
הוא ספר לימוד .הוא הי' חתן הרב מסעבען שהי' כבר מההולכים קדימה .אחר פטירתו משפחתו זרקו את כל האוצר שלו הכת''י והמכתבים לאשפה . כך סיפר לי
מר פעלדהיים מפעלדהיים פאבל. מאיסט סייד הוא ההדיר הרבה מספרי הרב גרינוואלד והי' בקשר חזק איתו .חבל על דאבדין .בקובצי התקופה של שנות
תש-תשי הי לו פולמוס גדול עם "הרב "משה" חיים "אפרים בלאך בעל דובב שפתי ישנים מבראנקס <אגב ביקרתי פעם אצלו בדעווידסאן סטריט והי' אישיות מענינת >
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2009 6:01 pm
דורך badatz
בן בוזי האט געשריבן:וועגן חזיונות איז דא אין דגל, ר' איציקל ראדווילער אין אור יצחק, פונעם קאמארנער איז געדרוקט
ב''ה
אצל בני הרב המפורסם ר' אהרן ארי' כ''ץ ז''ל חתן האדמור מפאלטישאן זצ''ל ישנו קונטרס כת''י עם חלומות מבעל דברי יואל .וכ''כ בעל המנח''א כתב חזיונות
עיין קצתם בדרכי חיים ושלום ובהוספות בסוף מהדורא ה' יש לי קונטרס שלם מהרה''ק בעל לב שמח חתן האדמו''ר הראשון מבעלז נבג''ם חלומות וחזיונות
עצם הכת''י הי' אצך בעל תולדות אהרן דברים נפלאים .
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2009 8:09 pm
דורך ליפשיץ
ייש"כ פאר די אלע מגיבים דא, מיט זייער אינפארמאציע. דעם 'ספר החזיונות' פון ר' חיים וויטאל, וועלכע איך האב דערמאנט בשם החיד"א, איז לאו דוקא א חלומות וחזיונות ספר. ס'איז א פולער חיבור (דעמאלט געווען) בכת"י וואו ר' חיים האט געשריבן זיין זעלבסט-ביאגראפיע. דער חיבור הייסט 'ספר החזיונות'. (ווי שוין אויבן געשריבן איז דאס שוין היינט ארויס לאור עולם בדפוס, אבער עס זענען דא וואס זאגן אז נישט אלעס דארט איז ריכטיג (א שטייגער ווי ביים 'מגילת ספר' להיעב"ץ). וכנ"ל, ווער עס קען ברענגען אביסל אינפארמאציע דערוועגן, וועט נישט שאדן).
דאס וואס בד"ץ דערמאנט פון מונקאטשער און סאטמארער רב, איז א קונטרס פון זייערע חלומות וחזיונות בכתב יד קדשם אדער פון א תלמיד?
און אויב מ'רעדט שוין פון ספרים אין וועלכע עס ווערן פארווארפן צווישן זייערע רייד אזעלכע סארט חלומות וחזיונות, ווי קען מען ארויסלאזן דעם ספר 'מגיד מישרים' למרן הבית יוסף? דארט ווערט דאך דערמאנט פילע אינטערסאנטע ענינים וואו דער בית יוסף זעלבסט באשרייבט זיך, טייל מאל מיט גאר אינטערסאנטע דעטאלן.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2009 9:24 pm
דורך badatz
[quote="ליפשיץ"]
דאס וואס בד"ץ דערמאנט פון מונקאטשער און סאטמארער רב, איז א קונטרס פון זייערע חלומות וחזיונות בכתב יד קדשם אדער פון א תלמיד?
ב''ה
כתב יד קדשם ממש
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2009 7:13 pm
דורך חוקר
אפשר קען מען ארויפלייגן לינקס צו די ספרים וואס ווערן דא באהנדלט מען זאל זען וואס מען רעד דא
אגב דער ספר מגילת ספר ,יאך זיך עס שוין א שיין שטיקל צייט אבער נישט געטראפן אויב קען מיר איינער ארויסהעלפן
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 08, 2009 6:01 pm
דורך חוקר
געהערט אז עס איז דא פון אברבנל א אזא ספר ווי ער שרייבט זיינער איבערלעבנש ביים גירוש ספר ווייסט אפשר איינער דערפין ?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 08, 2009 6:24 pm
דורך ביקסאד
כלי גולה פון החסיד רבי יוסף יעב"ץ ממגורשי ספרד.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 08, 2009 11:18 pm
דורך חוקר
farshlufen האט געשריבן:
גרינוואלד שרייבט דארט אז עס איז ידוע אז עס איז נישט פארהאן קיין גאנצער כתב יד פונען מגלת ספר, די גאנצע מעשה איז אויסגעזויגן פון פינגער פון א געוויסן דוד כהנא.
קען מיר איינער אפשר אנצייכנען א פינקטלכע מקור ?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 09, 2009 8:39 am
דורך איטשע
מגלת ספר 1 מגלת ספר 2עס איז דא א טאג/יאר בוך פונעם קדושת ציון מבאבוב, ער פארצייכנט יעדער אינטערסאנטע פערזענליכע פאסירונג פונעם יאר אדער מער.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 09, 2009 9:45 am
דורך farshlufen
חוקר האט געשריבן: farshlufen האט געשריבן:
גרינוואלד שרייבט דארט אז עס איז ידוע אז עס איז נישט פארהאן קיין גאנצער כתב יד פונען מגלת ספר, די גאנצע מעשה איז אויסגעזויגן פון פינגער פון א געוויסן דוד כהנא.
קען מיר איינער אפשר אנצייכנען א פינקטלכע מקור ?
זע דא:
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 09, 2009 11:10 am
דורך מאטעס
חוקר האט געשריבן:געהערט אז עס איז דא פון אברבנל א אזא ספר ווי ער שרייבט זיינער איבערלעבנש ביים גירוש ספר ווייסט אפשר איינער דערפין ?
ביי איינע פון די הקדמות צו זיינע ספרים שרייבט ער דאס, עס איז נישט קיין ספר פאר זיך.
ר' יהודה אריה ממודינא, האט אויך געשריבן א אוטוביוגרפיה בשם ?
איך ווייס נישט אויב עס גהערט דא, דער מנחת יצחק און איינע פון די חלקים האט ער צוגעלייגט א קונטרס פון זיינע פאסירונגען ביי די שואה.
ומענין לענין, הזכירו כאן את הספר 'מגיד מישרים' להב"י, הלום ראיתי בספר אוסרי להגפן מהרב יודא שיינפלד (מירושלים) שמביא ליקוטים מספר בשם
מישרים מגיד שכולו על דרך ספרו של הב"י דהיינו המחבר
בן זמנינו רושם לעצמו כל מיני חזיונות וגילויים שכביכול נתגלו לו ע"י מגיד וביניהם גם סודות בקבלה וכדו', ורוב רובם של ה'גילויים' הוא בהיותו על הדרכים, ניכר שהמחבר הירבה לנדוד גם בא"י בקברי צדיקים וגם בחו"ל, (הוא רושם למשל יום פלוני בלוגאנו ופעם אחר הוא באוסטרליה ופעם הוא בבנגקוק וכו') הרב שיינפלד הנ"ל אינו כותב מיהו המחבר, ובחפשי באוצה"ח מצאתי שם בספר תולדות של הרב יצחק כדורי, שהם כותבים שהמחבר היה
מנכדי החת"ס ונמנה כאחד הרבנים בבני ברק ושהספר התגלה לאחר פטירתו ושדעת א' מגדוי"י היה שלא להדפיסו אבל דעת הרב כדורי היה כן להדפיסו, ואכן לבסוף הדפיסו אותו,
היש מי מהחכמים דכאן שיודע יותר פרטים על הספר הזה ועל מחברו הפלאי?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 09, 2009 11:24 am
דורך פרעגער
בן בוזי האט געשריבן:וועגן חזיונות איז דא אין דגל, ר' איציקל ראדווילער אין אור יצחק, פונעם קאמארנער איז געדרוקט
אין ספר אור פני משה ברענגט ער א חלום, (כמדומה בפרשת שמות) א רמז אין די תורה אויף די ד' צומות
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 09, 2009 11:25 am
דורך פרעגער
הרב קוק האט געשריבן א יומן בשעת מעשה - איבער די מסע התשובה (וואס פאדערט בעצם א באזונדערע אשכול)
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 09, 2009 1:27 pm
דורך ביקסאד
מאטעס האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס גהערט דא, דער מנחת יצחק און איינע פון די חלקים האט ער צוגעלייגט א קונטרס פון זיינע פאסירונגען ביי די שואה.
אזוינע איז דא דאכט זעך נאך איטליכע,
עין דמעה פון ר' יהושע גר"וו מ'חוסט, מען האט עס אויך איבער געזעצט אויף אידיש.
פון רביצין'ס איז אויך דא, מוזשאי - אין ענגליש, ועוד.
די אלע זענען אבער נישט קיין טאג-ביכער געשריבן בשעת מעשה.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 09, 2009 2:06 pm
דורך פרעגער
ר' יונתן בנימין הורוויץ דער שטראסבורגער רב האט אויך באשריבן די מסע התשובה בשעת מעשה.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 09, 2009 2:08 pm
דורך פרעגער
פרעגער האט געשריבן:בן בוזי האט געשריבן:וועגן חזיונות איז דא אין דגל, ר' איציקל ראדווילער אין אור יצחק, פונעם קאמארנער איז געדרוקט
אין ספר אור פני משה ברענגט ער א חלום, (כמדומה בפרשת שמות) א רמז אין די תורה אויף די ד' צומות
דער חקל יצחק זצ"ל אין די הקדמה אויפ'ן ספר הבעל שם טוב ברענגט ער א מעשה פונעם הייליגן ר"ר אלימלך, א חזיון בהקיץ.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 09, 2009 3:43 pm
דורך ביקסאד
פרעגער האט געשריבן:ר' יונתן בנימין הורוויץ דער שטראסבורגער רב האט אויך באשריבן די מסע התשובה בשעת מעשה.
באקאנט אין ירושלם אלס דער פראנקפורט'ער ראבינער.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 06, 2009 11:21 am
דורך Bamba
איטשע האט געשריבן:
עס איז דא א טאג/יאר בוך פונעם קדושת ציון מבאבוב, ער פארצייכנט יעדער אינטערסאנטע פערזענליכע פאסירונג פונעם יאר אדער מער.
אינטערסאנט! אזוי ווי לעצטענס איז דער קדושת ציון פון באבוב געווען אסאך אויף די נייעס וועגן די ווידיאו וואס מ'האט געטראפן, וואלט געווען אינטערסאנט צו זעהן וואס ער שרייבט דארט,
וואו קען מען דאס זעהן?
שרייבט ער פון די יארן פון די מלחמה?
ווי אזוי איז עס איבערגעבליבן נאכן קריג?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 11:06 pm
דורך סטראשעלע
איך וואונדער מיך וויאזוי האט מען ארויסגעלאזט פון די רשימה דעם גאר אינטערעסאנטן רייכער אינהאלטספולער חיבור
'יש מנחילין' פון הגאון ר' פנחס קאטצען-אלין-בויגען [קאצינעלנבויגן], אבד"ק באסקאוויץ, וואס איז א ריכטיגע אוטא-ביאגראפיע במלוא מובן המלה, איך ווייס נישט צי ס'איז דא נאך אזא חיבור פון א גדול אין זיין קאליבער און אין זיין תקופה, קיין איינע פון אויבנדערמאנטע חיבורים קומען לדעתי נישט צו צו דעם חיבור נישט אין כמות און נישט אין איכות!
דער חיבור איז הפלא ופלא ומתוק לחיך הקורא, הן וואס ס'איז מלא וגדוש מיט צענדליגער ערשטהאנטיגע היסטארישע אנעקדאטן וואס דער מחבר זעלבסט האט בייגעוואוינט און פארצייכנט, דער מחבר איז נתגדל געווארן אין א רבני'שע שטוב באשכנז אין יענע תקופה (פאר די וואס פארשטייען וואס דאס מיינט), און האט זיך פון אלס קינד אן אנגעזאפט מיט שיחות ושמועות נעימות ויקרות פון די גדולי ומאורי התקופה בשנות הת', וואס ער ברענגט א שלל פון זיי אראפ בספרו, וואס דאס אליין איז אן אוצר בלום, ובנוסף לזה זענען אסאך סתירות ותמיהות ופליאות בחקר תולדות גאוני הדורות נתיישב געווארן מיט דעם חיבור, מיט גראד שטעלן די פאקטן על מכונם מכלי ראשון.
דער חיבור איז געדרוקט געווארן לראשונה בשנת תשמ"ח דורך הרבני ר' יצחק פעלד (ע"י מכון חת"ס) פון א כתב-יד וואס איז געווען טמון וחתום באוצרות וגנוזות הביבליאטעק בודליאנא בעיר אקספארד מדינת אנגילטירה אשר למלכות בריטניא
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 1:07 am
דורך שוועמל
פון ראשונים נ"ע איז אויך פארהאן טאגבוכער, פון אבן עזרא און פון מהרם מרוטנבורג (כמדומה לי).
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 3:34 pm
דורך נחמן נתן
ערגעצוואו האט איינער געזאגט אז ס'איז דא פון ר' חיים וויטאל, קען עס איינער קאנפירמירן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 17, 2011 3:29 pm
דורך איש האמת
Bamba האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:
עס איז דא א טאג/יאר בוך פונעם קדושת ציון מבאבוב, ער פארצייכנט יעדער אינטערסאנטע פערזענליכע פאסירונג פונעם יאר אדער מער.
אינטערסאנט! אזוי ווי לעצטענס איז דער קדושת ציון פון באבוב געווען אסאך אויף די נייעס וועגן די ווידיאו וואס מ'האט געטראפן, וואלט געווען אינטערסאנט צו זעהן וואס ער שרייבט דארט,
וואו קען מען דאס זעהן?
שרייבט ער פון די יארן פון די מלחמה?
ווי אזוי איז עס איבערגעבליבן נאכן קריג?
די משפחה געבט נישט ארויס דעם טאג בוך.
ממילא איז עסשווער צובאקומען
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 7:35 pm
דורך חכם עתיק
געדריקט אין סוף פונם ספר אך פרי תבואה זעהט ווי דער ליסקא רב האט אראפ געשריבען זיינע חזיונות אין חלומות, אין געוויסט וואס ער ברויך אדער וועט פאסירען דעם קומענדיגע טאג, אינטרעסאנט ווי ער שרייבט דאס אלס אזוי בפירוש, אויך אין אור הישר והטוב אין חלק התולדות מאותו קדוש עליון.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 24, 2011 12:39 pm
דורך אמשטרדם
דער ספר יש מנחילין איז ווי דערמאנט אן אוצר מלא און א קלארע אפשפיגלונג פון די אשכנזי'שע אידנטום אין יענע תקופה, ''פראג'' הג''ר דוד אופנהיים הג''ר אברהם בראדי ובראשם מו''ז הג''ר גבריאל עשקעלעס אב''ד ניקלשבורג, קלאר באשריבן, אויסערגעוונליך. בכלל שרייבט ער אסאך ד''ת, זיינע שוואכקייטן וכדו'. דאך קען מען נישט זאגן אז דאס איז מער פון מגילת ספר פונעם יעב''ץ, וואס זיין קאליבער איז גאר הויעך, און ממילא יעדע זאך וואס האט א שייכות צו זיין לעבן איז גאר וועדרפול, ובכלל די געשעענישן וואס ער ברענגט וכדו'.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 24, 2011 10:42 pm
דורך Sprint
איטשע האט געשריבן:מגלת ספר 1 מגלת ספר 2עס איז דא א טאג/יאר בוך פונעם קדושת ציון מבאבוב, ער פארצייכנט יעדער אינטערסאנטע פערזענליכע פאסירונג פונעם יאר אדער מער.
איך בין געבורן אין באבוב ועד היום לא שמעתי מזה