בלאט 1 פון 1

ספר חיי אדם אויף יידיש

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2008 11:44 am
דורך israel
עס איז דא אויף צוויי פארלאגן פון דעם ספר. אויף איינער פון זיי שטייט אז דער ארויסגעבער געווען '''אברהם בן יחיאל מיכל דאנציג''', ווארשא תרצ"ה, עיין היברו-בוקס פה אויף דעם צווייטן שטייט אז דער ארויסגעבער געווען '''דוב בעריש בן משה אשכנזי''', אן קיין דאטונג, עיין היברו בוקס דא

''ר' אברהם בן יחיאל מיכל דאנציג'' איז געווען דער פארפאסער פון דעם חיי אדם און חכמת אדם, און ער האט געלעבט תק"ח-תק"פ (1748-1820), עיין אינצוקליפידיה דעת און עס זעט אויס אז וואס שטייט אין דעם ספר אויף יידיש אז דער ארויסגעבער איז '''אברהם בן יחיאל מיכל דאנציג''' מיינט דאס, אז דער ספר געבויט אויף די פסקים פון אברהם בן יחיאל מיכל דאנציג און למעשה '''דוברוש בין משה אשכנזי''', איז געווען דער ארויסגעבער.

'''דוברוש בין משה אשכנזי''' האט ארויסגעגעבן א ספר נודע בשערים אין שנת תרי"ט, די שאלה איז ווי אזוי קען זיין אז ער האט געלעבט ביז תרצ"ה, און ארויסגעגעבן די ספר חיי אדם אויף טייטש. קען זיין אז איז געווען צוויי פארלאגן. איינער אין ביי זיין לעבן, און איינער אין תרצ"ה.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2008 12:31 pm
דורך מיללער
ר' ישראל,

דער היברו-בוקס וואס איר ברענגט איז זייער אסאך מאל פעלערהאפטיג מיט זייערע באהויפטינגען בנוגע מחברים און דאטומען.

ביידע לינקים פונעם דערמאנטן 'חיי אדם/קיצור שולחן ערוך' אויף אידיש זענען פונעם זעלבן פארלאג (דאטום?) וועלכע האט לכאורה נישט קיין שייכות, נישט מיטן ספר חיי אדם און איר מחבר ר' אברהם מדאנציג, און נישט מיט דעם דערמאנטן ר' דוב בעריש אשכנזי אב"ד לובלין בעמח"ס נודע בשערים.

עס איז אזא 'קיצור שלחן ערוך' אויף אידיש-טייטש בעילום שם המחבר ומקום ושנת ההדפסה, ריך האב דעם חיבור אינדערהיים איך וועל בל"נ נאכקוקען בפנים צו עס ווערן דערמאנט מער פרטים.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2008 7:29 pm
דורך קרעמער
מיללער;

פערלאג מיינט אויסגאבע, הוצאה לאור.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2008 8:46 am
דורך israel
צו קרעמער

יא, פאַרלאַג (=פאַרלעגעריי) מיינט אויסגאַבע (=אויסגאָב) =הוצאה לאור אין העברעיש.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2008 10:09 am
דורך מיללער
קרעמער האט געשריבן:מיללער;

פערלאג מיינט אויסגאבע, הוצאה לאור.


איך האב געוואוסט, איך האב נאר איינגערינגלט (דאטום?) ווי איינער זאגט "איך ווייס נישט ווען עס איז געדרוקט געווארן"

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2008 10:50 am
דורך קרעמער
דאן בעט איך אנטשולדיגונג, איך האב אנדערש פארשטאנען אייער פראגע צייכן.