על ספרי היעב"ץ ובית דפוסו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

בד"צ, די צוויי זאכן האב איך שוין געליינט, די הקדמה פון הרב שכטר האב איך גראדע איבערגעליינט דעם שבת, ער נעמט אן דעם מגילת ספר אלץ אויטענטיש, איך בין נייגעריג וואס די אנדערע האבן צו זאגן דערוועגן, איך האב שוין געשריבן אז כ'האב געהערט א טעלעפאן ליין פון איינעם הרב געשטעטנער פון מאנסי, [אן אריינצוגיין אין זיינע אנדערע קאנטראווערסיאלע ענינים] און ער רייסט געפערליך אראפ אז מגילת ספר איז נישט פון יעב"ץ עכ"פ ס'איז אריין געמישט זאכן נישט פונעם יעב"ץ, איבער דעם וויל איך הערן וואס שטייט אינעם ירחון, אויב איינער קען עס אראפ ברענגען אהער באיזה אופן שהוא, ביטע שיין
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ער האלט אז דער יעב"ץ האט עס געשריבן, אבער דער כת"י איז נישט פון יעב"ץ נאר פון א מעתיק, און די העתקה איז פון גאר א שוואכן קאליבער מיט גרייזן און פעלנדע שטיקלעך וואס דאס האבן די דרוקערס געטאן דערמיט ככל העולה על רוחם.

אזוי האבן מיר אויך צוגעברענגט אויבן פון י"י גרינוואלד, וואס ער שרייבט אז דוד כהנא איז כלל נישט באגלייבט, דער כותב אין ירחון הנ"ל שרייבט אויף דעם דוד אז ער איז ידוע אלס אן אנגעשטעקטער וואס האט צוזאמענגעשריבן אויף קדושי עליון.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

בקיצור זע איך אז דער גאלדשטיין האלט די זעלבע זאך ווי געשטעטנער, אז דער מגילת ספר איז נישט אויטענטיש,
איך בין בכלל א גרויסער אמעארעצ אין כתבי ידות פאקטן,
קען מען למשל זען ערגעץ א קאפי פון א כתב יד וואס איז אין קעמברידזש וכדו',
דער הרב שעכטער שרייבט אז עס איז דא אין מיקרופילם,
אלזא, קען עס יעדער איינער זען ?
אויב יא קען מען דאך עס מער ווייניגער מברר זיין.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' בערל, איך בין נישט באקאנט מיט וואס הרב געשטעטנער זז"ג האלט, אבער דער הרב גאלדשטיין (ב"ר הלל ראובן?) ברענגט זיך ראיות אז בדרך כלל האט מען יא אנגענומען דעם עצם מגלת ספר אלס אויטענטיש, אלא ווא-דען עס איז געפאטשקעט כנ"ל.

בד"וו, דעם העכסט אינטערעסאנטן קובץ "עץ חיים" איז צובאקומען אין ספרים געשעפטן פאר א גאר קליינע ריזיניבאלע אפצאל, איר וועט נישט חרטה האבן אויב איר וועט זיך עס איינהאנדלען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

א דאנק פאר הרב פארשלאפען און זיין הודעה צי מיר און אישית, האב איך מיר איינגעשאפט דער קובץ ביי ביגעלאייזען אויף 16 עוועניו.
איך האב דארט געטראפען און געשעפט דער ווינער דיין פון באראפארק, און ער זאגט מיר אז די ארויסגעבער פון דעם קובץ טוהן א הערליכע דזשאב.

ערעב זיידעניו האט מיר געגעבען אן עצה וויא אזוי ארויף לייגען דער מאמר פון הרב גאלדשטיין.
בעזהי"ת נאך שבת וועט מען האבען צייט דערצו.
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

scy4851 האט געשריבן:איך האב דארט געטראפען און געשעפט דער ווינער דיין פון באראפארק,

אדם קרוב אצל עצמו, דין רפיש מבית אבא . . . אויוואהר.
ועמך כולם צדיקים
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
זה דבר ברור שהיעב''ץ כתב את זכרונותיו .וזה ג''כ ברור שהוא לא פחד לכתוב מה שחשב שצריך לכתוב .וקיים לא תגורו מפני איש בלא מובן המילה .
והראי' שכתב . כי נכדיו הדפיסו חלק בהספר נחלת יעקב להחוות דעת -הטעם שהכניסו זאת אני לא מבין אך המציאות הוא שהדפיסו .
אם היעב''ץ באמת חשב להדפיסו לא ידוע כי סוכ''ס מה לומדים מזה מה זה מלמד .
אך גם זה דבר ברור שהמדפיס- והמהדיר -כהנא הי' שונא הדת ובוודאי הכניס בו דברים שהיעב''ץ לא כתב ואי אפשר לסמוך עליו .
ואת אברהם ביק הכרתי טוב -הרב של הקומוניסטים -אי אפשר לסמוך עליו כלל .ובוודאי שלטו בו ידי זרים .
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רב בד"ץ, כהנא'ס ספרים זענען צו באקומען אויף היברו בוקס, ער איז געווען א שונא דת אדער א שונא חסידים?

ווער איז דאס געווען דער אברהם ביק, און וואס איז זיין היסטאריע?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

נוץ ר' גוגל וכדומה.
ועמך כולם צדיקים
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

farshlufen האט געשריבן:רב בד"ץ, כהנא'ס ספרים זענען צו באקומען אויף היברו בוקס, ער איז געווען א שונא דת אדער א שונא חסידים?

ווער איז דאס געווען דער אברהם ביק, און וואס איז זיין היסטאריע?

ב''ה

א] כהנא הי' שונא הדת!!.והי' מראשי ההשכלה הארורה שהעבירה חלק גדול מהדור הצעיר והי' לו חלק בזה .

ב]אברהם ביק הכרתי בפעם הראשונה כהרה''ר של רוסי' בא לבקר לארה''ב בשנת תשכ''ח ביזמת הרב טייץ מאליזאבעט נוא דזשערזי .וכבוד גדול
עשו לו וכל גדולי ארצינו באו לבקר אותו ולחלוק לו כבוד -הוא למד בסלאבאדקא והי' ממלא מקומו של הרב שלייפער -וניהל בחכמה ובתבונה את
רבנתו ועמד על משמרתו הוא בא ביחד עם החזושל לענינגראד -השומר- בבארא-פארק עשו פאראד גדול וכל הישיבות והבית-יעקב יצאו לרחובה
של עיר לחוק כבוד להעומד על משמרת היהדות ברוסי' משם נסעו לישיבת תורה-ודעת שכל הגדולים דברו וחיזקו את הרב לעווין .משם נסעו
לאליזאבעט מקום הרב טייץ --שחלקו רב בענייני יהדות רוסי' -----וגם שם הי' פאראד גדול .והרב לעווין הי' מאוד מרוגש .ודמעות נזלו מעיניו .
נחזור לביק-הוא הי' קאמאניסט. והי' מכונה הרב של הקאמאניסטים . הוא כתב מאמרים בשבועון שלהם ותמיד המליץ טוב על הקאמאניסטים
שהם לא רודפים את הדת .וכשהרב לעווין הי' כאן הוא הי' מראשי המחותנים שם .ואז דברתי איתו בפעם הראשונה .וח''כ הוא עלה לארה''ק
ועבד במוסד הרב קוק ומצאתיו שם אך לא רציתי להכאיבו ולא דברנו על העבר .אז נתן לי שני ספרים א]זהרי-חמה הגהות על הזוה''ק מהיעב''ץ.
ועוד ספר למוסרו לש''ב הרה''ג רמצ''א זצ''ל ביק --הוא פשוט רצה להתפייס איתו כי הם לא היו שוה בשוה-וכשהבאתי את הספרים להרב ביק
דברתי איתו על אברהם ביק ואביו הרה''ג שהי' חתן המשמרת שלום מקאדינאוו .והי' בעל הוראה מובהק .
בקיצור לאחר זמן חזר לארה''ב בגין אישתו וביתו שלא היו בקו הבריאות -----הוא הי' דמות טראגית--אביו שלחו מארה''ב ללמוד לארה''ק .
אך הי' תמיד שומר תורה ומצוות הי' אידאליסט ולא הי' בן יחיד במחשבתו שהקאמאניזום יציל את האנושות והיהדות .
הוא לא עשה זאת מטעם כסף .הוא לא הי' מאטראליסט .והשם הטוב יכפר בעדו .
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

קודם ישר כח פאר הרב בד"צ פאר די אינטערעסאנטע אינפארמאציע.
איך וויל איבערגעבן פאר די חשוב'ע מיטגלידער אין די קרעטשמע, אז דער הרב געשטעטנער פון מאנסי האט אריין געלייגט א געוואלדיגע עבודה אין נאכפארשן דעם מגילת ספר.
מ'קען עס הערן אויף זיין טעלעפאן נומער 9
איך וויל נישט לייגן זיין נומער ווייל ער איז קאנטרעווערסיעאל אין פארשידענע ענינים, און אפילו אויף דעם ענין רעדט ער מיט זייער אן עקסטרעמע שפראך.
אבער ער איז נאכגעגאנגען יעדע פרט לא הניח דבר גדול ודבר קטן איבער דעם מגילת ספר, ס'דויערט בערך צוויי שעה, און ער גיט אינסטרוקציעס וויאזוי צו מישן אינעם סיסטעם
[אויב איינער פון די מנהלי הקרעטשעמע וועלן מיר געבן רשות וועל איך לייגן זיין נומער]
אז מ'לעבט דערלעבט מען
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

שנת תקי"ז איז געווען א שנת ברכת החמה. עס איז דאן געפאלן ביום ב' דחג הפסח (אינטערסאנט פאר זיך). דער יעב"ץ האט בשנה ההוא ארויסגעבן (געדרוקט) לאור עולם דעם ספר סדר עולם רבה וזוטא ומגילת תענית, און וויבאלד עס איז דאן געווען א ברכת החמה יאר האט ער געשפענדעט צום סוף פון דעם חיבור אייניגע הערות וענינים לכבודה של מצוה זו.

נאך זיינע הערות אויף עניני קידוש החמה, שרייבט דער יעב"ץ א גאר היסטארישע באשרייבונג איבער זיין מלחמת קודש נגד הכת ש"ץ.
*

עס האט איינער אנגעמערקט דא אויבן בתמי', צי בבית דפוסו של היעב"ץ זענען געדרוקט געווארן נאך ספרים א חוץ זיינע אייגענע. אינטערסאנט צו באמערקן אז לויט'ן שער בלאט איז דער חיבור'ל כלל נישט געדרוקט בבית דפוסו(?), הגם די אותיות ענדלען שטארק צו די אותיות פונעם בית דפוסו של היעב"ץ. א פלא, ווייל אויב האט ער געהאט אן אייגן דרוק נאך וואס האט ער געמוזט אנקומען צו א צווייטן מדפיס, איבערהויפט ווען ער האט למעשה אריינגעריקט אין דעם חיבור אויך די ענינים השייכים למלחמתו נגד הש"ץ.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

טייערער ליפשיץ
א. ישר כח פאר ארויסברענגען דעם ספר.
ב. ווי קען איך עס זען, אויף דעם לינק זעט מען נאר דעם שער בלאט אויב דו קענסט ברענגען אן אופן צו זען דעם ספר בעצם.
ג. איז איבערגעדרוקט געווארן ערגעץ צווישן די היינטיגע ספרים דער קונטרס איבער קידוש החמה ממרן היעב"ץ ?
ד. לגבי דיין שאלה, קען זיין ער האט געהאט א געוויסע שותפות מיט א אנדערן דרוקער, צב"ש ער האט מסדר געווען די אותיות אליין און מאיזה סיבה שהוא ארויסגעגעבן פאר א צווייטן.
ה. זאגט ער דארט אויך אזוי ווי ער זאגט אין מור וקציעה אז מען דארף מאכן די ברכה עושה בראשית נישט עושה מעשה בראשית ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

lebediger berel האט געשריבן: ווי קען איך עס זען, אויף דעם לינק זעט מען נאר דעם שער בלאט אויב דו קענסט ברענגען אן אופן צו זען דעם ספר בעצם.
?


ר' בערל,
איר זענט דען א בטלן, אויף היברו-בוקס א יעדע ספר וואס איר קלייבט אויס האט עטליכע אפציעס אויף די לינקע זייט, איינס ווערט אנגערופען 'הורד PDF' וועלכע באדייט אז איר קענט דורך יענעם לינק דאונלאודען (אראפלאדענען) דעם ספר ביי אייך אויפן קאמפיוטער, דערנאך האט איר אן אפציע פון 'פתח בדפדפן' וואס באדייט אז איר עפנט דעם ספר און איר קענט מישן בלאט נאך בלאט.


דא האט איר דעם 'סדר עולם' וואס איר זיכט, במילואו.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ישר כח ר' מילער פאר די אינפארמאציע
יעך מוז מודה זיין אז אין היברו בוקס בין איך א בטלן
היינט נאכט איז שוין וואך נאכט
מ'וועל מיר ארויס פרינטן דעם ספר אין ביורא,
הערות אי"ה מארגן
א גוטע [נאכט ?]
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ר' ליפשיץ און ר' מילער איך קען אייך נישט גענוג באדאנקען, כ'נעם זיך יעצט אפאר מינוט צייט צו שרייבן מיינע הערות אבער קודם קען איך איין זאך זאגן אויף דעם ספר פון דף לב און ווייטער WOW WOW WOW (אנטשולדיגט איך ווייס נישט וויאזוי דאס צו שרייבן אויף אידיש).
1. קודם כל זאגט ער טאקע אויך עושה בראשית, אבער ער רייסט נישט אראפ די וואס זאגן "מעשה" בראשית אזוי ווי ער ברענגט אין מור וקציעה.
2. ער האלט אויך אז ס'איז א ענין צו מאכן ברוב עם
3. ער ברענגט דארט א לשון פון א ספר מ"ב אפשר קען מיר איינער זאגן וויאזוי דאס ווערט געעפנט.
4. יעצט צו די אנדערע זאכן וויאזוי ער גייט מענין לענין, ער זאגט אז די שבתאים כת ש"ץ ימ"ש האבן זיך געהויבן דעם קאפ אין יאר פון קידוש החמה ווייל קידוש החמה האט צוטון מיט די זון לגבי מזל שבתאי,
5. לגבי די פלא וועגן דרוקן דעם ספר ביי א צווייטן קען מען מעורר זיין אז ער שרייבט דארט בתחלת ההערה, נאך פאר ער רעדט פון קידוש החמה, אז די הגהות וחידושים אויף סדר עולם רבה וזוטא האט ער געמאכט בשעת דער דרוקער איז געווען פארנומען מיט די ארבעט און ער האט געמוזט אניאגן אינאיינעם מיט אים, קען זיין צוויי זאכן א. אז דער דרוקער וואס האט דאס ממילא געוואלט ארויסגעבן האט געלאזט אדער געבעטן דעם יעב"ץ צו מאכן הגהות. ב. אז דער יעב"ץ האט געמוזט לאזן א צווייטן דאס דרוקן כדי ער זאל אין די זעלבע צייט קענען מאכן די הגהות ווייל ער האט עס געוואלט שנעל ענדיגן, במילא האט ער נישט געקענט אליין דרוקן ביי זיך און פארברענגען דאפעלט צייט סיי מיט שרייבן און סיי מיט דריקן.
6. די שאלה וואס די ועד ד' ארצות האבן אים געפרעגט איז הפלא ופלא, צו מ'זאל איבערגעבן די כת ש"ץ צו די גויים אז זיי זאלן זיי הרג'ענען ווייל מ'וועט אויסזאגן פאר די גויים אז זיי די כת ש"ץ האלטן "יא" אידישקייט. און די תשובה אז דאס איז א געוואלדיגע גרויסע מצוה איז א חידוש נפלא ווייל ער הייסט זיי הרג'ענען "הלכה למעשה"
7. ער ווייזט ארויס א געוואלדיגע בקיאות און עמקות אין די קאטוילישע ביכער און ער ווייזט אויף אז די "ארגינעלע קריסטן זענען גאר געווען ערליך און אינגאנצן גערעכט" איז הפלא ופלא מ'קען שרייבן איבער דעם גאנצע ביכער ווער ס'האט עס שוין געליינט ווערט געבעטן מגיב צו זיין - איך וואלט זייער געוואלט וויסן צו אנדערע גדולים ברענגען אויך נאך דעם יעב"ץ ? און אויב יא וואס זאגן זיי דערצו.
איין זאך קען איך אייך גאראנטירן אז ווען איינער היינט זאל נאר שרייבן א משהו דערפון וואלט מען אים פארשטיינערט און ארויס געווארפן פון ביהמ"ד.
זיין בקיאות בספריהם גיט מיר אויך צו פארשטיין פארוואס מ'האט פונקט אים גערופן צום ויכוח מיט די פראנקיסטן ימ"ש
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מ"ב - פילייכט משאת בנימין
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער האט געשריבן:מ"ב - פילייכט משאת בנימין


זיכער אזוי, דער שו"ת משאת בנימין ווערט געברענגט אין אלע פוסקים וואס רעדן פון די הל' פון ברכת החמה.

ר' בערל,
מיר האבן הנאה אז א איד האט געהאט א קורת רוח דורך אונז, ספעציעל ווען מיר האבן נאכדעם הנאה געהאט דערפון לייענענדיג די סיכומים העולה מספרי דבי רב.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

נאך איין פראגע, איז דא דער ספר שיין איבערגעזעצט ? , (אפילו נישט אויפן נעט)
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

יעצט איז דא צו באקומען אויף היברו בוקס. ארג א ספר מגילת פלסתר וואס הרב אברהם שמואל יהודא געשטעטנער בהגאון ר' נתן געשטעטנער האט יעצט ארויס געגעבן בנוגע דעם ספר מגלת ספר אז ס'איז ידי זרים שלטו בו.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ישר כח ר' בן בוזי, שוין אראפגעלאדענט, וועל מיר האבן וואס צו ליינען פאר א וויילע, כמדומי אז דאס האט געדארפט זיין געדרוקט אין איינע פון די ירחונים און עס האט זיך נישט אויסגעארבעט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בן בוזי האט געשריבן:יעצט איז דא צו באקומען אויף היברו בוקס. ארג א ספר מגילת פלסתר וואס הרב אברהם שמואל יהודא געשטעטנער בהגאון ר' נתן געשטעטנער האט יעצט ארויס געגעבן בנוגע דעם ספר מגלת ספר אז ס'איז ידי זרים שלטו בו.

מיר האבן אדורכגעלייענט א גרויסן חלק דערפון, אנדערש ווי אנדערע וואס ווילן זאגן אז דער כת"י איז קראנט נאר ידי זרים שלטו ביים דרוקן, גייט ער א טריט ווייטער און איז מברר מיט פיינע ראיות אז אלעס אריינגערעכנט די ערשט געדרוקטע בלעטער אין דעם משכיל'ישן ראמאנטישן המאסף זענען פאלשע מאיסעס, אויבצוואר אז עס 95 פראצענט זיכער אז ער איז גערעכט אבער צומאל לייגט ער צו זאכן וואס זענען אביסעלע צו סאך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

דיסקלעימער :


הרב אברהם שמואל יהודה געשטעטנער פון מאנסי, איז נישט א זוהן פון הגאון ר' נתן געשטעטנער פון בני ברק.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב געוואוסט אז דאס שטימט נישט, יישר כח צדיק המושל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”