בלאט 1 פון 1
ספר ילקוט יהודה לר' יהודה לייב לאזעראוו
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2008 7:19 am
דורך israel
אין
דעם לינק עס איז דא ספרים ילקוט יהודה פון יהודה לייב לאזעראוו.
צי עמעצן ווייסט ווען ער איז געשטארבן. די שאלה איז בנוגע צו קאפירייט. אויב זיינען שוין אריבער 70 יאר פון זיין פטירה. נישטא קיין קאפירייט אויף זיינע ספרים. אזוי איז דאס געזעץ דא אין ארץ ישראל
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2008 1:21 pm
דורך מיללער
ר' ישראל,
די ספרים זענען אין די סעריע פון אמעריקאנע ספרים געשריבען אויף אידיש אויפן דעמאלטסדיגען סטאנדארט פון אידן און אידישקייט אין אמעריקע, וועלכע איז ליידער געווען בדיוטא התחתונה.
די ספרים האבן געווענליך נישט קיין בעלנים ווען מערסטנס טייל פון די יורשים זענען ליידער פארגויאישט אויב נישט גענצליך אסימילירט, דער דערמאנטער 'היברו-בוקס' האט געטאן א חסד מיט די מחברים מיטן אהערשטעלן די חיבורים פארן ציבור בלי שום תשלום גמול, דאס איז א ריכטיגער חסד שעשה עם המתים.
א בילד פונעם מחבר, ווי עס ערשיינט אינעם ערשטן טייל פון זיינע ספרים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 04, 2008 6:57 am
דורך israel
ר יעקב
יישר כח.
איך האב געוואלט וויסן אויך אויף די משניות יידיש פון ר' שמחה פיעט וכו', איך געדענט נישט זיין משפחה נאמען גוט.
צי ער האט יורשים וואס מ'קען זיי פרעגן
נאך א זאך: ווי אזוי שרייבט מען א לינק פון א וועבסייט ווי אזוי איך זע א מ'שרייבט מיט א בלויער פאס אונטן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 04, 2008 9:34 am
דורך farshlufen
ר' ישראל, קליקט אויפן קעסטל url און טייפט אריין דעם אדרעס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 04, 2008 1:30 pm
דורך scy4851
israel האט געשריבן: די שאלה איז בנוגע צו קאפירייט. אויב זיינען שוין אריבער 70 יאר פון זיין פטירה. נישטא קיין קאפירייט אויף זיינע ספרים. אזוי איז דאס געזעץ דא אין ארץ ישראל
ר' ישראל,
די זאגסט אז און א"י, 70 יאהר נאכען פטירה פון א מחבר, איז שוין נישט דא קיין קאפירייט.
מען רעכענט זיך נישט דארט און א"י מיט יורשים?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 04, 2008 2:08 pm
דורך מיללער
ר' ישראל,
דער משניות פון ר' שמחה 'פיעטרושקא' איז ברייט באהאנדלט אויפ וועב אין פארשידענע פורמים (פרובירט מאכן א זוכעניש דורך גוגל אויף עטליכע פארמען פון אויסלייג).
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 05, 2008 4:51 am
דורך israel
צו scy4851
איך האב פארשטאנען אז ווען נישטא קיין יורשים נישטא פראבלעם, ווייל קיינער קען נישט פאדערן דעם ארויסגעבער.
נאר ווען ס'דא יורשים ס'דא א פראבלעם.
איך וועל אויספרעגן עמעצן.
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 05, 2008 12:55 pm
דורך scy4851
עס זעהט אויס אז מען רעכענט זיך טאקע נישט מיט יורשים. און 70 יאהר מיינט 70 יאהר.
פון דעם לינק דא זעהט אויס אז דא און אמעריקא איז אויך דא עפעס מיט 70 יאהר און מען רעכענט זיך נישט מיט יורשים.
http://www.unc.edu/~unclng/public-d.htm