פירושי עברי-טייטש מרי"מ יעב"ץ על מדרש רבה ועין יעקב
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 01, 2008 1:48 pm
דורך israel
עס איז דא א מדרש רבה און עין יעקב מיט טייטש פון ר' יוסף מאיר יעב"ץ.
איך וויל וויסן:
א. ווער איז געווען דער חשובער פערזאן.
ב. און ווען ער האט געלעבט.
ג. ווען האט מען געדרוקט זיינע ספרים צום ערשטן מאל.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 01, 2008 8:25 pm
דורך scy4851
אונעם 'דורות אחרונים' פון בן ציון אייזענשטאט געדרוקט און ניו יארק בשנת תרע"ד דערמאנט ער דעם ר' יוסף מאיר יעב"ץ
נישט קיין סאך אינפארמעישאן
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/2900_19.pdf
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2008 10:54 am
דורך מיללער
ר' ישראל,
דער מדרש אדער דער עין יעקב מיט פי' הנ"ל איז פארהאן אויפן וועב?
לויט וויך זעה פון ר' שמחה'ס לינק צום ספר 'דורות האחרונים' רעדט מען פון א פי' עברי-טייטש אויפן עין-יעקב און מדרש רבה, לויט ווי איך דענק האט דער עברי-טייטש פירוש אויפן עין יעקב ארויסגערופען בייז-בלוט ביי טייל ערליכע אידן נאכדעם וואס די פירושי הרמ"ד אויפ תנ"ך זענען נתפרסם געווארן אז זיי האבן א שייכות צו די משכילים והשכלה.
אין שו"ת 'טוב טעם ודעת' להגאון מהרש"ק מבראד (מהדו' ד' ח"ב סי' רמ"ו-רמ"ז) איז פארהאן א תשובה צו איינעם וועלכער האט געוואלט מאכן אזא פי' טייטש אויף משניות, ווי ער רעדט אים זייער אפ (ער ברענגט אגב דארט צו א מיינונג פונעם בני יששכר ווי ער באטיטלט אים אלס 'ר' הירש מלך').
(עס איז א שאד אז היברו-בוקס האט נישט דעם טוטו"ד ח"ב)
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2008 11:39 am
דורך מיללער
מענה למבוקשי הנ"ל.
די מדרש מיטן פי' הנ"ל געפונט זיך אויף
היברו-בוקס איך זעה נישט דארט קיין שום הקדמה אדער הסכמה.
אויך דער 'עין יעקב' איז פארהאן אויף
היברו-בוקס אבער ווייטער אן קיין הקדמות.