בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2008 12:32 pm
דורך בן בוזי
איך האב זיך דערוואוסט אז אין אנדערע אשכולות פון אנדערע וועב זייטליך האט מען צענומען דעם ניי ערשינענער ספר שארית לשמואל מיט אירע זיופים, זאת ועוד האבן זיי דארט צו געוויזן אז גאנצעטע בריוון וואס דער ארויסגעבער ברענגט דארט כאלו ר' שמואל פרענקל שרייבט זיך מיטן מונקאטשער רב עניני קבלה והלכה, איז דאס אלס שקר וכזב נאר די בריוון ערשיינען שוין אין אגרות קודש פונעם ריי"צ מליובאוויטש, אויף דעם ארויף האט דער מאחניווקא בעלזא'ר מכון ארויס געשיקט היינט דעם בריוו.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2008 3:15 pm
דורך מיללער
בן-בוזי,
אין 'בחצרות החסידים' האט דער ניק 'הטווייער'' אויפגעדעקט נישט נאר דעם דערמאנטן בריוו, נאר רוב תורות און מעשיות זענען שטיקער פון חב"ד ממש ווארט-אויף-ווארט, לא יאומן כי יסופר.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2008 3:20 pm
דורך בן בוזי
אפשר ברענגסטו אהער זיינע דיבורים, א דאנק
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2008 3:22 pm
דורך מיללער
בן-בוזי, דו רעדסט פון 50 תגובות בלי גוזמא, מיט צענדליגע קאפיעס, איך קען עס נישט טאן אן רשות, און אפי' מיט רשות איז עס שווער און נישט פאסיג.
(קענסט אים אפשר קאנטאקן אין אישית אז ער זאל דיר עס אימעילן)
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2008 9:17 am
דורך farshlufen
אין ''ניעס באריכט'' ערשיינט א גלוי דעת פונעם מוציא לאור אז עמיצער האט אים אריין גענארט מיט פאלשע סחורה און ער האט נישט געוואוסט דערפון.
עמיצער קאן עס אריינסקענען?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 10, 2008 12:03 pm
דורך בן בוזי
דאס אלץ איז מיט די מכתבים, אבער ווי געזאגט האט ער סיי אין די יוחס און סיי אין די מעשיות געשריבן ווי איין גרויסער נער, און זעהט אויס אז דער זייפן האט געזעהן מיט וועמען ער האט צוטוהן האט ער איהם אנגעלערנט א לקח, יעצט וועט ער וויסן אז ס'קען גארנישט געשען אויב וואלט ער נישט געווען דער גרעסטער יחסן און אויב וואלט ער נישט געווען דער גרעסטער גאון אין נגלה און נסתר.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 25, 2009 10:19 am
דורך פרעגער
בן בוזי האט געשריבן:בן בוזי האט געשריבן:דאס איז א שקר, ווייל ר' נחום מרדכי האט געהאט 2 טעכטער וועלכע זענען געבוירן געווארן איינס אין שנת תרכ"ט און איינס אין שנת תרל"א (ר' נחום מרדכי איז נסתלק געווארן תרל"א), ערשטנס די צוויי טעכטער האבן חתונה געהאט איינס צו ר' ישראל טשורטקובער זיין ברודער און דער אנדערע צו ר' יעקב יוסף טווערסקי מסטאניסלוב (נכד ר' יוחנטשע מראחמסטריווקא),
איך דארף מאכן א תיקון טעות:
ר' נחום מרדכי האט געהאט בלויז איין טאכטער וועלכע האט געהייסן שרה'לע, זי האט חתונה געהאט צו הרה"ק ר' חיים אהרנ'יו בהרה"ק ר' ישראל מטשארטקוב, זיי האבן נישט געהאט קיינע קינדער, זי דער זעלבער שרה'לע האט ווידער חתונה געהאט מיט ר' יעקב יוסף מסטאניסלוב, (ר' נחום מרדכי איז נסתלק געווארן תר"ל)(ווען זיין רעביצין איז אוועק האט ר' יעקב יוסף חתונה געהאט מיט א טאכטער פון ר' מתתי' קטן ממאנסטריטש, ער האט שפעטער געוואוינט אין ענגלאנד און איבערגעלאזט א קינד יוחנן אין מאנטשעסטער(איך ווייס נישט זיין סטאטוס)), עס בלייבט ווידער נישט קיין מקום פאר ר' מאיר'ל פרענקל מלובלין צו זיין אן איידעם זיינער.
דעם יוחנן בן ר' יעקב יוסף מסטאניסלוב, האב איך געפונען אמאל ביים טאלנא רבי'ן אין ירושלים פאר אומגעפעהר 14 יאהר צוריק, ער איז א פרומער מיט א גרויסן כיפה סרוגה, און מיט א גאנצן בארד
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 11:11 am
דורך איטשע
מיללער האט געשריבן:מענין לענין, עס איז דא א ספר 'אהל ברוך' אויף ר' ברוך פרענקל-תאומים בעל ברוך טעם, דער ספר איז פון די סעריע פון אזעלכע ספרים וואס ווערן לעצטענס איבערגעדרוקט אזוי ווי 'אהל שלמה' פונעם תפארת שלמה און 'מקור חיים' פונעם דברי חיים וכדו'
די מחברים זענען געווענליך דער פאטער אדער דער זוהן 'מיכלזוהן' פון פלונסק, אדער ר' אברהם איטינגא ועוד.
כלפי מה הדברים אמורים, עס איז פארהאן א געוויסע משפחה וואס כדאי מוסיף צו זיין על יחוסם וואס איז אזוי אויך גענוג שיין, האבן זיי אפירגעקראצט עפעס א שוואכע מקור אז איינע פון די קינדער אדער אייניקלעך פונעם ברוך טעם האט זיך געטוישט נאמען צו 'וויינבערגער' און אזוי ארום זענען זיי אייניקלעך פונעם ברוך טעם, ממילא האבן זיי לכבוד א שמחה אין די משפחה איבערגעדרוקט דעם דערמאנטן אהל ברוך און צוגעשטעלט דערצו דעם יחוס למעב"ק ביזן ברוך טעם.
יודעי דבר פון די זעלבע משפחה ווייסן אז דאס איז אין בעסטן פאל א פאלנער דמיון ואין לו שחר כלל וכלל.
(ר' שמחה, מקען שוין טוישען דעם שם האשכול, אדער מחלק זיין?)
במילת כבודך, אבער הרב צבי יחזקאל מיכלזאהן איז מקובל אין עולם היחס אלס גאנץ פארלעסליך און הרב אברהם איטינגא איז געווען א דייקן נפלא, אויב זיי שרייבען - בפרט זה האחרון - דארפסטו האבן א געזונטע ראי' עס אפצופרעגן....
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 12:50 pm
דורך מיללער
כבוד ר' איטשע יקירנו,
בוודאי שלא היתה כוונתי אל הספר 'אהל ברוך' ולא עליה היתה תלונתי, אלא ששם בהספר לא נזכר אף זכר למשפחה המייחסים אל הברוך טעם שעליה נסתובבה שיחתי, והם רק הדפיסו את הספר מחדש וסיפחו את היחוס המפוקפקת עמה ודו"ק.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 16, 2010 8:19 am
דורך איטשע
א דאנק פארן קלאר מאכן,
בד"א מז"ט פאר תגובה הרבבה - קע"ה - כ"י.
בירור אודות משפחת ר' מאיר פרענקל.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 11, 2015 10:24 am
דורך רימנובער אייניקעל
בן בוזי האט געשריבן:למען השלימות פונעם ארטיקל איך האב געזאגט אז איך וועל אראפ ברענגען די יחוס לבית אפטא וואס דער מחבר פון שארית לשמואל האט אויפגעמאכט,
וזהו סדר תולדותיהם עפ"י המחבר, ר' שמואל פרענקל (חתן מרן מהר"א מבעלזא) בן ר' אברהם יהושע העשיל מהיבנוב-לובלין בן ר' מאיר'ל פרענקל מלובלין, בן ר' אברהם יהושע העשיל מבוקארעסט בן ר' שמואל 'אשכנזי' פרענקל ומונה סדר יחוסו עד החכם צבי.
דער ר' שמואל 'אשכנזי' פרענקל איז געווען אן איידעם ביי ר' יצחק מאיר זינקובער בן הרה"ק מאפטא בעל אוהב ישראל.
עס קען זיין אז ר' אברהם יהושע העשיל מבוקארעסט איז טאקע געווען א זוהן פון איינער א ר' שמואל פרענקל, אבער והיות זיי זענען דאך בן אחר בן פונעם חכם צבי אויב אזוי ווען און ווי האבן זיי געטוישט דער נאמען פון אשכנזי אויף פרענקל? איז דער מחבר אויפגעקומען מיט אזא סברה, עס איז דאך געווען א ר' שמואל אשכנזי, מן הסתם איז ער געווען דער וואס איז געווען ר' אברהם יהושע העשיל מבוקארעסט'ס פאטער און ער האט איהם צוגעגעבן א נאמען 'פרענקל-אשכנזי', אזוי איז געווארן אז ר' שמואל פרענקל איז דער ר' שמואל אשכנזי (ביי וועמען דער מיטעלע בעלזע רב איז געווען אן איידעם בזווג שני) וואס איז אן איידעם געווען ביי ר' יצחק מאיר'ל זינקובער, וממילא איז ער א שיינער אפטער אייניקל,
אבער דער מחבר האט נישט געוואוסט אז דער ר' אברהם יהושע העשיל בן ר' שמואל אשכנזי האט קיינמאל נישט געוואוינט אין בוקארעסט און ער איז געווען רב אין באזיליאה, ער איז געווען אן איידעם אין אליק (זיין זוהן ר' יוסף דוד איז געווען רבי אין פראסקוראוו און איז געהרג'ט געווארן דורך די פעטליורע באנדעס אין די פאגראמען פון תרע"ט, דער ר' יוסף דוד איז געווען א שווער פאר ר' שלום יוסף דער טוריסקער רבי פון בארא פארק וועלעכע מען האט פון איהם גערעדט אין שושלת טאלנא), און האט זיך שטענדיג גערופן אשכנזי.
קודם כל וואלט מען געמעגט דיין זיין לכף זכות די מחבר הקונטרס ר' ישראל פרידלאנדער שיחי' וואס האט מיר געזאגט אז מ'האט אים אריין גענארט אין גרויסן,און ער האט געדריקט א'מכתב התנצלות דערוועגן.
שנית כל, די שוויגער פון רבי איציקל פון פשעווארסק זצוק"ל, הרבנית מרת דבורה נחמה אשת ר' בערלע גלאנצץ זצ"ל,איז געווען א'טאכטער פון רבי אברהם יהושע העשל פרנקל פון באקארעסט וזוגתו הרבנית טויבעלע בת רבי זונדל זצוק"ל (בן הרה"ק רבי שלום מבעלזא זיע"א),וואס די טויבעלע איז אויך געווען די מאמע פונעם אויבענדערמאנטן רבי מאיר פרענקל פון לובלין,ביז דא איז זייער קראנט.
איך האב געזעהן אז ס'ווערט געברענגט ,אז ר' מאיר פרענקל הנ"ל טאטע רבי אברהם יהושע העשל פון באקארעסט איז געווען בן רבי משולם זלמן אשכנזי,און דער ר' משולם זלמן איז געווען א'ברודער פונעם אויבנדערמאנטן ר' שמואל אשכנזי ז"ל (חתן רבי יצחק מאיר פון זשינקוב זצוק"ל),און זיי זענען געווען בן אחר בן צום חכם צבי זצוק"ל,יעך ווייס נישט ווי קראנט דאס איז.