בלאט 1 פון 2
ספרי המדקדק ר' אליהו בחור המכונה 'התשבי'
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 03, 2008 1:31 pm
דורך מיללער
כבוד הרב פארשלאפן.
אויף דעם ספר 'מסרת המסורת' פון ר' אליהו בחור וואס איר האט אריינגעשטעלט לעצענס ביינונז אין אוצר, איז געווען מערערים, וואס זענען געווען די פראבלעמען.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2008 1:51 am
דורך גד
דארט אליינס אינעם ספר טוט זיך די אלע ערעורים, גיב א קוק די גאנצע מעשה דארט, וועסטו אלעס זען, ר' אליהו זאגט אלעס אויס.
די מעשה איז געווען, ער האט געלערנט לשון קודש מיט תנך צען יאר מיט א גלח, אין אויסטויש האט ער באקומען די גריכישע שפראך פון יענע קארדינאל, דער בחור האלט אז מ'מעג און איז מאריך בטעמים.
צום סוף ענדיגט ער, והנה הכלל העולה, הנני מודה בפה מלא, כמודה בפני בית דין חשוב, דבר ולא ישוב, כי מלמד לגוים הייתי, אך דעו כי אפילו הכי, תהלה לאל עברי אנכי, ואת האלהים אנכי ירא, שמים וארץ בורא, וחלילה לי מרשע, וזך אני בלי פשע
עטליכע פון זיינע אייניקלעך וואס זענען אויפגעצויגן ביי אים, האבן זיך נעבעך גע'שמד'ט ל"ע, און געווארן צענזוריסטן, און גורם געווען שריפת התלמוד, דורכן פויפסט אין איטאליע ה"י.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2008 8:45 am
דורך מיללער
א דאנק הרב ר' גד פאר די דעטאלן.
לעצטענס איז דער 'ספר התשבי' איבערגעדרוקט געווארן דורך א ספרדישער הרב מאזוז, ער רעדט דארט אביסל איבער די פרשה און ברענגט דעם שטיקל שיר פונעם בחור, און ער פרובירט אויך מצדיק צו זיין דעם מחבר.
איך געדענק אז דארט איז פארהאן נאך א פראבלעם מיט דעם וואס ר' אליהו שרייבט אז די נקודות זענען נישט געגעבן געווארן מסיני נאר שפעטער נתחדש געווארען, א זאך וואס האט ארויסגערופען בייז-בלוט ביי אסאך גדולים נאכדעם וואס די גמ' אין נדרים דרש'נט פונעם פסוק ויבינו במקרא וגו' די נקודות מיט די טעמים.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2008 9:16 am
דורך farshlufen
א ישר כח הרב גד, די זעלבע זאך ברענגט ער אין די הקדמה צו זיין ספר התשבי.
וואו איז דער מקור אז עטליכע פון זיינע אייניקלעך זענען געווארן משומדים ר''ל?
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2008 1:53 pm
דורך מיללער
מרן מפארשלאפן,
אפשר שטעלט איר אהער א ליסטע פון זיינע חיבורים, איז אלעס אויף דקדוק והמסתעף?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2008 2:52 am
דורך גד
מילער.
הא לך לשון החיד"א בשם הגדולים. ביי ערך ספר "טוב טעם"[ לאליהו בחור על טעמי המקרא].
: "ובילדותי ראיתי שאומר שם ובספר מסורת המסורת שהטעמים והנקודות עשו אותם אחר התלמוד חכמי טבריא, ועימו הסליחה כי הם הלכה למשה מסיני".
ער איז אויך דער באקאנטער ערפינדער פון א "באבע מעשה" באשאפנדיג א ביכל אויף אידיש "בבא דאנטונא" וואס פון דעם איז געווארן "בבא בוך" און "בבא מעשה"
פארשלאפן
ליידער זענען זיינע צוויי אייניקלעך, אלייאנו ויטאריו ושלמה רומאנו, געווען וואס האבן גע'מסר'ט דעם תלמוד פארן פויפסט, און האבן עדות געזאגט אין קרימונה קעגן תלמוד, וואס דורך דעם האט מען פארברענט אלע גמרות רח"ל, אין איטאליע.
דער מקור איז יעדער וואס שרייבט דערפון, דברי הימים לר' יוסף הכהן, מנחה בלולה, קוק אין דקדוקי סופרים אנהייב
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2008 3:28 am
דורך farshlufen
א ישר כח הרב ר' גד.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 07, 2008 2:30 am
דורך גד
יישר
א שאלה אויפן קעפל וואו איז ער מכונה התשבי? איך ווייס ער איז מכונה הבחור
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 07, 2008 3:32 am
דורך farshlufen
גערעכט הרב גד, זיין פולער נאמען איז ר' אליהו ב''ר אשר בחור הלי אשכנזי, דער נאמען תשבי האט ער געגעבן ספר ווייל עס האט תשי''ב שרשים.
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 08, 2008 9:08 pm
דורך farshlufen
אין מסרבין לגדול, סקרענטאן'ער רב האט געבעטן איך זאל אויסרעכענען זיינע ספרים, וועל איך פרובירן, ואלו הן:
הבחור געדרוקט שנת רע''ז
התשבי געדרוקט שנת ש''ז?
נימוקים אויפן רד''ק שרשים, געדרוקט שנת ש''ו
הגהות אויפן מכלול פון רד''ק
מתורגמן אויף די תרגומים פון גאנץ תנ''ך געדרוקט שנת ש''ב
הגהות אויפן מהלך שבילי דעת פון ר' משה קמחי אחי הרד''ק געדרוקט שנת רס''ח, דער ספר איז געדרוקט צוערשט דורך עמיצן וואס האט ארויסדערווישט דעם כתב פון אים און האט צוגעלייגט זיין אייגענע הקדמה, שפעטער האט מען עס איבערגעדרוקט און אריינגעשטעלט ביידע הקדמות סיי פון ר' אליהו און סיי פונעם מתעטף בטלית שאינו שלו.
חומש רש''י מיט דייטש-אידיש טייטש, געדרוקט שנת ד''ש
טוב טעם געדרוקט שנת רצ''ט
מסורת המסורת געדרוקט רצ''ט
הרכבה געדרוקט שנת רע''ט
בבא, און סדר הדורות שטייט אויף דעם:
ספר הבבא הנקרא בבא בוך, ר' אליהו בחור אשכנזי, ספור יפה וארוך בחרוזות בלשון אשכנז מדוכס בבא חסיד, שהי' נטרד ונשבה כמה פעמים וניצול והוא ענין גדול, שנת תכ''א [הגהות הכותב, דער יאר שטימט נישט ער האט שוין דעמאלס נישט געלעבט, אפשר פון דעם קומט דער אויסדרוק א באבע מעשה?
פרקי אליהו
פירוש המסורות, געדרוקט שנת ש''ע
שמות דברים, געדרוקט שנת ש''ב
ער ווערט אנגערופן צומאל התשבי צומאל ר' אליהו המדקדק [אין די הגהות שרשים] און צומאל הבחור, זיינע ספרים זענען אויך געדרוקט געווארן אויף לאטייניש כמבואר בהקדמתו לספר התשבי.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2008 2:27 pm
דורך מיללער
גד האט געשריבן:יישר
א שאלה אויפן קעפל וואו איז ער מכונה התשבי? איך ווייס ער איז מכונה הבחור
כבוד הרה"ג ר' גד, ווי אונזער פארשלאפענער רב זרל זיין געזונט האט שוין מעיר געווען אין זיין לעצטע רעאקציע, ווערט דער בחור יא גערופען צומאל מיט'ן טיטול התשבי ע"ש ספרו.
פארשלאפן,
א גרויסן יישר-כח פאר'ן צאמברענגען זיינע חיבורים לפונדק אחד והיו לאחדים בידינו.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2008 4:12 pm
דורך גד
הרב מיללער
אין אונזער רב'ס וערטער זע איך א סתירה.
דאס אז ער ווערט אזוי אנגערופן שמעתי, אבער איה מקום כבודו לא שמעתי, ס'איז מיר א דבר חדש על כן שאלתי.
אם מצוא ימצוא את מקומו בודאי טוב. ואם לא, כאן תהא כפרתו.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2008 8:46 am
דורך farshlufen
גד האט געשריבן:הרב מיללער
אין אונזער רב'ס וערטער זע איך א סתירה.
דאס אז ער ווערט אזוי אנגערופן שמעתי, אבער איה מקום כבודו לא שמעתי, ס'איז מיר א דבר חדש על כן שאלתי.
אם מצוא ימצוא את מקומו בודאי טוב. ואם לא, כאן תהא כפרתו.
מ'טרעפט עס אויף פארשידענע פלעצער, לדוגמא דער סדר הדורות ברענגט א לשון פון צמח דוד:
ה' אלפים רע''ז, ר' אליהו בחור הלוי ב''ר אשר אשכנזי התשבי המדקדק
.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2008 2:33 am
דורך גד
איך האב הנאה, גוט אז דו האסט געטראפן איינס!
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2008 9:03 am
דורך אינטעליגענט
גד האט געשריבן:דארט אליינס אינעם ספר טוט זיך די אלע ערעורים, גיב א קוק די גאנצע מעשה דארט, וועסטו אלעס זען, ר' אליהו זאגט אלעס אויס.
די מעשה איז געווען, ער האט געלערנט לשון קודש מיט תנך צען יאר מיט א גלח, אין אויסטויש האט ער באקומען די גריכישע שפראך פון יענע קארדינאל, דער בחור האלט אז מ'מעג און איז מאריך בטעמים.
צום סוף ענדיגט ער, והנה הכלל העולה, הנני מודה בפה מלא, כמודה בפני בית דין חשוב, דבר ולא ישוב, כי מלמד לגוים הייתי, אך דעו כי אפילו הכי, תהלה לאל עברי אנכי, ואת האלהים אנכי ירא, שמים וארץ בורא, וחלילה לי מרשע, וזך אני בלי פשע
עטליכע פון זיינע אייניקלעך וואס זענען אויפגעצויגן ביי אים, האבן זיך נעבעך גע'שמד'ט ל"ע, און געווארן צענזוריסטן, און גורם געווען שריפת התלמוד, דורכן פויפסט אין איטאליע ה"י.
איך גיי נישט יעצט אריין אינעם ברייטקייט פונעם נושא, [איבער דעם ענין פון טעמים ונקודות, אזוי אויך דאס לערנען פאר א גלח, ווערט גאנץ שיין פארענטפערט אינעם איבערגעזעצטן תשבי, וואס לענ"ד האט ער א פיינעם שכל הישר], אבער דאס דארף יא אנגעמערקט ווערן אז אויף ספר תשבי איז דא הגהות פון עטליכע גדולי עמנו, דער יעב"ץ, ר' ישעי' פיק, און נאך, אזוי אויך דער פרמ"ג אין די אגרות ברענגט אים פיל מאל, על כן מיין איך אז מען דארף טרעפן א זכות אויף דעם תשבי, מען קען נישט זאגן אז גדולי ישראל האבן זיך טועה געווען אזוי מאסשטעבליך, בכל אופן אינעם היינטיגן תשבי ווערן די זאכן גאנץ פיין אויסגעקלארט, עיין שם ותמצא נחת.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2008 7:30 pm
דורך farshlufen
הרב אינטעליגענט, איך זוך שוין א לאנגע צייט דעם פריש אויפגעזעצטן תשבי, און איך קאן עס נישט געפונען.
איין ספר פון ר'אליהו'ן האב איך אויסגעלאזט דער ספר ''שברי לוחות'' געדרוקט צוזאמן מיטן מסורת המסורת, עס איז געשטעלט ''על הדברים והתיבות הנשברים והקצרים והמילות הנכתבין בנוטריקון במסורה'' [לשון בעל שפתי ישנים] געדרוקט שנת רצ''ט.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2008 12:10 am
דורך גד
פאשלאפן
אוצר החכמה האט עס נישט?
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2008 3:35 am
דורך farshlufen
הרב גד, ערשטנס וועלכעס ספר?
און צוויטענס איך פארמאג קיין אוצר החכמה.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2008 7:17 pm
דורך גד
הרב פארשלאפן
דער ספר וואס דו זוכסט, דער איבערגעזעצטטער תשבי
אוצר החכמה איז היינט אומזיסט אנליין.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 30, 2008 12:57 am
דורך ביקסאד
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2009 5:31 pm
דורך farshlufen
farshlufen האט געשריבן:גד האט געשריבן:הרב מיללער
אין אונזער רב'ס וערטער זע איך א סתירה.
דאס אז ער ווערט אזוי אנגערופן שמעתי, אבער איה מקום כבודו לא שמעתי, ס'איז מיר א דבר חדש על כן שאלתי.
אם מצוא ימצוא את מקומו בודאי טוב. ואם לא, כאן תהא כפרתו.
מ'טרעפט עס אויף פארשידענע פלעצער, לדוגמא דער סדר הדורות ברענגט א לשון פון צמח דוד:
ה' אלפים רע''ז, ר' אליהו בחור הלוי ב''ר אשר אשכנזי התשבי המדקדק
.
אין ספר "הואיל משה" עה"ת [ כמעט א בן דורו פונעם בחור] פרשת וארא ברענגט ער אים אויך אלס ר' אליהו המדקדק.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2009 5:54 pm
דורך מיללער
איך האב פונקט לעצטענס געהערט א קאסעט פון ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א אויף שופטים ביי די פרשה פון פילגש בגבעה, דערמאנט ער דארט דעם תשבי רעדנדיג איבער אליהו הנביא וועלכער ווערט אויך אנגערופען אליהו התשבי, זאגט ער אז "אלע גדולי האחרונים ברעגען נאך ר' אליהו בחור"
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2009 6:24 pm
דורך books
דער גור ארי' אין די היינטיגע פרשה אויפן פסוק לנחותם/להנחותם, ברענגט אויך דעם ר' אליהו המדקדק און ער איז מחולק מיט אים, ער דריקט זיך אויס אויף זיין פשט דברי הבל.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2009 6:40 pm
דורך farshlufen
זע מיר פון דעם גו"א אויך אז בדורו האט מען אים אנגערופן "ר' אליהו המדקדק" .
דער גו"א זאגט אז ווען מען זאגט א למ"ד מיט א פת"ח הערט זיך עס ווי א ה"א נאכדעם, דאס איז נאר ווען מען ציהט אויס דעם פת"ח, נישט אזוי ווי אונז זאג מיר געווענליך.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2009 6:55 pm
דורך books
ריכטיג געזאגט, מיר זאגן טאקע נישט אזוי. און אפילו יא, וואו קומט אריין דער ה"א? גיכער דער אל"ף. און אזוי פעגט טאקע דער לבוש אויפן גור אריה'ס פשט דארט אויפן פלאץ.
דער לבוש ברענגט זיך דארט אן אינטערסאנטע הלכה'דיגע ראי' בשם דעם מהרש"ל, אז מיט'ן מאריך זיין אין א פתח הערט זיך דאס אן ווי אן אל"ף און נישט ווי אן ה"א.