בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 05, 2009 12:24 am
דורך פייער
;l;p-

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 05, 2009 4:44 pm
דורך מיללער
פייער האט געשריבן:פארוואס הייסט ער "הבחור"

וואס פאר א באדייט איז דאס ?



ער הייסט 'בחור' אויף די פאמיליע נאמען (נישט 'הבחור'), פארוואס? ווייס איך נישט אבער דערווייל ווייס איך נאכנישט פארוואס איך הייס מיללער אויך נישט..... :-(

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 10, 2011 1:08 pm
דורך מיללער
ניי אויף היברו-בוקס:
http://www.hebrewbooks.org/46867

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 10, 2011 1:57 pm
דורך farshlufen
דאס איז פון שלמה באבער, אים ברויך מען עקסטער צו באשרייבן.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 4:17 am
דורך msp
איך האב דעם ספר התשבי
איך האב געבעהטען א קאפיע פון דער וואס האט עס ארויסגעגעבען אסאך יאהרען צוריק מיט הגהות פון הגריעב"ץ וואס דער יעב"ץ האט עס א נאמען געגעבען עזר אור
במליצה פון איזור עור...
איך האב אלעמאהל געהאלטען אז ער האט גערופען דעם ספר תשבי ווייל ער הייסט דאך אליהו וואס דער אריגינעלער אליהו איז געווען אליהו התשבי
און אדרבה וועגען דעם האט ער געמאכט תשי"ב סימנים
זיין משפחה-נאמען איז געווען לעוויטא וואס מיינט הלוי אויף איטאליעניש
דער בריטישער פרעמיער מיניסטער נישט היינט געדאכט איז אנ'אייניקעל ל"ע

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 11, 2011 11:57 am
דורך אויפריכטיג
אינעם לעצטן הפעמון איז געווען עפעס א טעם אויפן נאמען הבחור. איך געדענק נישט גענוי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 12, 2011 2:54 pm
דורך מיללער
farshlufen האט געשריבן:דאס איז פון שלמה באבער, אים ברויך מען עקסטער צו באשרייבן.


נו אדרבא, עורי למה תישן?

נאדיר פון וואנעט אנצופאנגען
ר' שלמה באבער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 12, 2011 7:03 pm
דורך אויפריכטיג
יעצט איבערגעקוקט אינעם "הפעמון", ברענגט ער דארט א טעם פארוואס מען האט אים גערופן 'הבחור'. ער ברענגט דארט אז "יש שכתבו שאולי היה שמו האשכנזי Jung, יונ"ג."

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 23, 2011 6:36 am
דורך רב טקסט
געזעהן אמאל אין א ספר אויף הסיטאריע פון גדולי ישראל אז דער נאמען בחור איז במקורו בוכער, כמו הבוכער הזעצער וואס ס'איז געוארן פון דעם הבחור, און דאס איז צוליב זיין ארבעט אינעם בית דפוס, כידוע אז ער האט מגיה געווען דעם תנ"ך מהדורת וויניציה (דוכט זיך רע"ח).
מיר איז די מעשה נישט געפאלן ווייל א מגיה איז נאכנישט קין בוכער, ובכלל אז ער זאל אליינ'ס האבן געמאכט א ספר הבחור צוליב אזא שיבוש איז מיר עפעס מאדנע.

אבער ווער זאגט אז מ'דארף בכלל א טעם אויף דעם כינוי, אפשר איז גאר זיין כינוי על שם ספרו הראשון וואס מוז נישט האבן דוקא א שייכות מיט זיין נאמען.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 23, 2011 7:13 pm
דורך אמשטרדם
אויף זיין מצבה וואס א בילד דערפון געפונט זיך אונטער מיין רשות, ווערט ער גערופן ''ר' אליהו הלוי בחור ומדקדק''

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 24, 2011 4:51 am
דורך רב טקסט
כ'האב נאכגעקוקט אין די הקדמה צום הבחור ער שרייבט דארט סוף הקדמה 3 טעמים פארוואס ער רופט דעם ספר הבחור און דער 3'טער טעם איז ווייל דאס איז זיין כינוי.