בלאט 1 פון 1
ספרי החיד"א
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2008 4:45 pm
דורך שטיקל גבאי
ווער עס קען ביטע אויסרעכענען די אלע ספרי החיד"א וואלט עס מיר געווען א גרויסע תועלת
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2008 5:30 pm
דורך אלעקסיי
אנהויב ס' תורת החיד"א איז אויסגרעכענט רובו ככולו.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2008 8:36 pm
דורך scy4851
דער נומבער, וויפיל ספרים ער האט געשריבען...קענסט יא זאגען?
איך האב געהערט אמאל אז ער האט געשריבען 83 (דריי און אכטציג) ספרים...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2008 10:03 pm
דורך שמערי בערי
דא איז א ליסטע פון עטליכע:
אהבת דוד
אהל יוסף
אחורי תרעא
בית מנוחה
ברכי יוסף
גאולת עולם
זרוע ימין
חומת אנך
חיים שאל
טוב עין
יוסף אומץ
יוסף תהלות
כסא דוד
ככר לאדן
מורה באצבע
מחזיק ברכה
מעגל טוב
מראית העין
עבודת הקודש
עין זוכר
ציפורן שמיר
קשר גודל
שפה אחת
שיורי ברכה
שם הגדולים
שמחת הרגל
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2008 12:18 pm
דורך מיללער
כידוע איז ביי די ספרדים פארהאן דריי רבנים בשם 'חיים' וועלכע האבן מחבר געווען ספרים אין קץ, דער ערשטער איז דער 'חיד"א' ר' חיים יוסף דוד אזולאי, נאכדעם איז ר' חיים פאלאג'י דער חבי"ף, און ר' יוסף חיים מבאגדאד דער בן איש חי.
אויך ר' חיים חזקיהו די מדיני מחברון האט געשריבען גאר אסאך וועלכע איז געדרוקט אינעם ברייט באקאנטען אינציקלופידיה 'שדי חמד'.
סיי דער חיד"א אין דער חבי"ף האבן מחבר געווען ספרים עפ"י סדר הא"ב, וואס אגב אויך ר' שאול בראך מקאשוי זצ"ל האט אזוי געטאן.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2008 5:10 pm
דורך אלעקסיי
די בני יששכר האט געזאגט אז עס קעגן די ספרי המשכילים, כידוע.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 29, 2008 11:13 am
דורך שטיקל גבאי
א גרויסען ישר כח אלעקסיי (בעל עגלה?) פאר'ן לייגן א מראה מקום.
א גרויסען ישר כח הרב שמערל בערל פאר'ן אויסרעכענען 25 ספרי החיד"א.
אז איך האב שוין געפרעגט אין איך האב נאך געקוקט וועל איך בעז"ה אויסרעכענען שפעטער אלע ספרים וואס זענען אויסגערעכענט אנפאנג תורת החיד"א, אלס אל תמנע טוב מבעליו.
דרך אגב אויב מעגליך אריין לייגן די ספרי החיד"א און אוצר הספרים דבית מדרשינו.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 29, 2008 11:26 am
דורך ביקסאד
אלעס צוזאמען איז דא איטליכע פערציג געדריקטע בענדער.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 29, 2008 1:24 pm
דורך שטיקל גבאי
םפרי החיד"א ואלו הן:
אהבת דוד
אחורי תרעא
אגרות הרב חיד"א
בית מנוחה
ברית עולם
ברכי יוסף
בתי הנפש
גאולת עולם
דברים אחדים
דבש לפי
העלם דבר
ועד לחכמים
זרוע ימין על הגש"פ
זרוע ימין על פרקי אבות
חדרי בטן
חומת אנך עה"ת ה' מגילות והפטורת
חומת אנך על נ"ך
חיים שאל ב"ח
חסדי אבות
טוב עין
יוסף אומץ
יוסף בסדר
יוסף לחק
יוסף תהלות
יש מאין הגהות על ספר עיר מקלט להרד"ל
יש מאין הגהות לספר הזוהר
ככר לאדון
כסא דוד
כסא רחמים
כרם חמ"ר
כף אחת
לב דוד
לדוד אמת
מדבר קדימות
מחזיק ברכות
מורה באצבע
מעגל טוב
מראית עין
נחל קדומים
נחל אשכול
נחל שורק
ניצוצי אורות
סנסן ליאיר
עבודת הקודש
עט רצון
עין זוכר
פה אחד
פני דוד
פתח עינים
צווארי שלל
צפורן שמיר
קשר גדול
ראש דוד
ראשי אבות
רוח חיים
שוירי ברכה
שומר ישראל
שמחת הרגל
שער יוסף
תורת השלמים.
60 אלעס צוזאמען.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 29, 2008 3:15 pm
דורך scy4851
שטיקל גבאי האט געשריבן:דרך אגב אויב מעגליך אריין לייגן די ספרי החיד"א און אוצר הספרים דבית מדרשינו.
בעזהי"ת!
עס וועט נעמען אבער צייט .
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 25, 2008 6:56 am
דורך המסתתר
לויט ווי עס ליגט מיר אין זכרון, האט דער חיד"א מחבר געווען ספרים קעגן די אברים בגופו של אדם.
דו"ק ותשכח, די אברי הראש:
ראש דוד
פני דוד
עין זוכר
פתח עינים
צאוורי שלל
שפה אחת
דבש לפי
די מילטסטע אברים:
לב דוד
חדרי בטן
אין די הענט:
זרוע ימין
מורה באצבע
קשר גודל
ציפורן שמיר
אין די פוס:
שמחת הרגל
ברכי יוסף
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 25, 2008 10:32 pm
דורך שמערי בערי
א אינטערעסאנטע ידיעה הרב מסתתר. אבער ווי פארשטענדליך פארמאגט נישט אייער ליסטע אלע זיינע ספרים.
און מען קען צולייגן ביי איברי הראש:
טוב עין
מראית עין
ראשי אבות