ספר הזכרונות של רב ליטאי

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

ספר הזכרונות של רב ליטאי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

א דאנק פאר אונזער חבר הרב פארשלאפען (ער וווייסט אפילו נישט אז ער איז געווען דער גורם דערצו) האב איך געטראפען א ספר אויף היברו בוקס, א דאיערי פון א ליטווישען רב. ער האט געלעבט און די צייטען פון ווילנער גאון ז"ל.
דער ספר זכרונות פאנגט זיך פון שנת תקמ"ח ביז תק"ן לפ"ק.
דער רב האט גאנצענע בלעטער וועגען דער פולמוס איבערען קליווער גט, ער האט גאנצע בלעטער וועגען דער חרם א קעגען חסידים און זיינע וויכוחים מיטען שליח וואס איז געקומען פון ווילנא מטעם דער גאון, אז מעזאל נישט האבען קיין שייכות מיט חסידים, און ער האט געהאט ספיקות אויב דער חרם איז נישט געווען אביסעל איבערגעטריבען.
די לעצטע 10 בלעטער בערך פון דער חיבור באשרייבט ער די מחלוקות צווישען יעב"ץ מיטען רבי ר' יהונתן. ער ברענגט דארט זאכען וואס ער האט געליינט און חיבורים ארויסגעגעבען דורכען יעב"ץ, (דאכט זיך אז היינט זענען שוין די ספרים נישט בנמצא, אבער דא זעהט מען די שארפע לשונות וואס ר' יעקב עמדן האט געשריבען אקעגען ר' יהונתן) דער מחבר פונעם ספר האט דא אויך גרוסע ספיקות און קשיות אויף וואס דער יעב"ץ שרייבט.

ליינענדיג דער ספר באקומט מען אויך א בליק פון טאג טעגליכען לעבען און א קליין שטעטעל און די ליטא בזמן הגאון מווילנא. מען זעהט דאס עמי-ארצות און דאס סופערשטישען פון דער סתם המון עם און יענע צייטען.

איך האב געשיקט דעם לינק צי מיין זוהן און ער איז געווארען אזוי פארכאפט פון דעם חיבור אז ער האט גע-ארדערט צוויי קאפיס אנליין. עס איז א חיבור וואס לאזט זיך ליינען און עס איז שווער ארפלייגען פון די הענט

איך האב עס אריין געשטעלט לינק אונעם קורות הדורות שאנק

דער חיבור הייסט מספר הזכרונות של רב ליטאי
עס האט 291 עמודים
דער לינק איז http://www.hebrewbooks.org/7221
the SCY is the limit
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' שמחה א ריזיגן ישר כח, עס ליגט שוין אין מיין וועגעלע, אזוי ווי זיי דעליווערן [דליברו''ר בלע''ז - רש''י האזינו] שוין נישט אויף יו''ט וועל מיר עס אי''ה באשטעלן נאך יו''ט, ר' שמחה איך האב גורם געווען ווי אזוי?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך האב דאס שוין געלייענט א לאנגע צייט צוריק, עס איז מורא'דיג, דער נאמען פונעם מחבר און דער שטאט ווי ער האט געדינט אלס רב קען מען געפינען צווישן די שורות, אבער אויפן שער בלאט שטייט נישט גענוי ווער דאס איז,
עס איז א פלא, ווייל ווי ער שרייבט זעט ער אויס צו זיין זייער א פארנומענער רב, און דערווייל צולאזט ער זיך מיט זיין פעדער אויף פרטי פרטים א זאך וואס וואלט איהם ווען געדארפט אוועק נעמען שעות ע"ג שעות,
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' שמחה א שיינעם דאנק, כפארשלאפן האב איך עס מיר באשטעלט אין א הארטן קאפי פאר נישטיגע 9 טאלער, למען יעמוד ימים רבים למשמשרת.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

farshlufen האט געשריבן:... ר' שמחה איך האב גורם געווען ווי אזוי?


הרב פארשלאפען,
איך געדענק נישט צי און אן אישית צי מיר, אדער און אן אשכול האסטו ערוועהנט דעם ספר הזכרון על רש"י.
איך האב דעם ספר און שטוב אבער איך האב געוואלט עפעס נאכקוקען און מיטען טאג און אפיס.
טוהענדיג א סורטש אויף היברו בוקס האב איך מיך אנגעקלאפט און דעם דאיערי.
ווען איך האב געעפענט דעם חיבור האב איך סתם א כאף גיטוהן רענדאמלי א בלעטעל.
זעה איך וויא ער באשרייבט די צרות וואס די שטאט האט געליטען פון א בכור בהמה טהורה וואס מעטאר נישט ארבעטען דערמיט און מעמוז זיך מטפל זיין דערמיט ביז עס קרוגט א מום. איך פאנג אהן צי ליינען, עס איז געוואלדיג, וויא ער באשרייבט אלעס אויף פרטי פרטים אוויא בן ביזי זאגט.
איך שיק דעם לינק צי מיין זוהן... ענד די רעסט איז היסטארי...
יעצט האב איך אויך א קאפי,
מיין יונגערע זוהן איז יעצט אינדערהיים פון א"י אויף יום טוב, און ער קען עס אויך נישט אוועק שטעלען.

דער לינק צו דער באשרייבינג פון דעם בכור בהמה טהורה עפיזאד איז

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 1&pgnum=14


איך וויל דא ווינטשען אלע חברים א חג כשר ושמח
שמחה
the SCY is the limit
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

scy4851 האט געשריבן:(דאכט זיך אז היינט זענען שוין די ספרים נישט בנמצא, אבער דא זעהט מען די שארפע לשונות וואס ר' יעקב עמדן האט געשריבען אקעגען ר' יהונתן) http://www.hebrewbooks.org/7221


אין יעשיווא יוניווערסיטי (ווי שלמה יענקל האט ליב צו שרייבען) האב איך באגעגנט די ספרים, עס איז א שרעק די שארפע לשונות וואס מען האט זיך באנוצט דאן.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

איך בין אנייער דא, און כהאב זייער הנאה פון די ידענות פון די חברי הפורום דכאן, אבער עס אי אינטרעסאנט אז מען האט נאך נישט אנגעמערקט דא אז דער גאנצער 'ספר הזכרונות' איז א המצאה פון דעם מו"ל זלוטקין וואס איז געווען א חבר פון ביאליק.. ווי איר קענט זען דא http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... m_id=19616
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

שלום עליכם רעב מטות, יהא בואך לברכה. און נעם דיר צום מסעי, שפאציר דורך אלע קעמערלאך, און ווארף אריין דיינע צוויי צענט, אדער מערער.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מאטעס האט געשריבן:איך בין אנייער דא, און כהאב זייער הנאה פון די ידענות פון די חברי הפורום דכאן, אבער עס אי אינטרעסאנט אז מען האט נאך נישט אנגעמערקט דא אז דער גאנצער 'ספר הזכרונות' איז א המצאה פון דעם מו"ל זלוטקין וואס איז געווען א חבר פון ביאליק.. ווי איר קענט זען דאwww.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2356895&forum_id=19616

יא ר' מאטעס, איך האב געזעעהן דער דיסקאשען דארט.
און מיט דעם אלעמען איז נישט דא דארט א קלארע החלטה צי דער ספר איז אטענטיק אדער נישט.

מיין עלטסטע זוהן האט אויך ספיקות צי דער חיבור איז אמת אדער נאר מעשה ידיו פון דעם מנחם מענדל זלאטקין.
ער באצירט זיך מער צי די ארוכות און דאס שרייבען איעדע זאך מיט פרטי פרטים.

פון מיינעט וועגען האב איך נישט קיין מיינונג צי עס איז אמת אדער נישט.

די באדעם ליין "IT'S GREAT READING"
the SCY is the limit
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

אגב עס איז דא א ספר הזכרונות פון א געוויסער חסידישער רבי... וואס ווער עס ליינט עס און פארשטייט... זעט אז עס איז אלץ פרי המצאתו,
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

רעב מאטעס נא שרייב קלארער וואס דו מיינסט
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א גוטן מועד און ברוך הבא ר' מתתי', יהא בואך לברכה, א דאנק פאר די לינק צו 'ספרים וסופרים'.

ר' שמחה,

איך האב נאכנישט געלייענט דעם בוך, אבער לויט ווי איך לייען דארט אין ספרים וסופרים, איז עס בלי ספק די ארבעט פון זלוטקין סיי לויט די שפראך און סיי לויט די תוכן, פארשטייט זיך אז דאן איז עס נישט מער ווי סיפורי מעשיות לויט זלוטקינס געשמאק און עס פארלירט די ווערט דערפון, על-אף וואס עס קען נאך אלס זיין א 'גוד ריעדינג' כלשונך.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הרב מתתי' און הרב מיללער.

איידער איך פאנג אהן וויל איך מאכען אן אויסדריקלעכער דיסקלעימער אז איך נעם נישט קיין שטעלע און מעזאל נישט אריין לערנען און מיינע ווערטער אז איך נעם א שטעלע.
וזה החלי.

איך האב געליינט דער גאנצע דיסקאשען דארט און ספרים וסופרים וואס ר' מתתי' האט ציגעצייכענט. איך בין אויך געגאנגען ווייטער און געליינט די לינקס וואס ווערען דארט אהנגעצייכענט און יענעם אשכול, ביז איך בין געקומען צי אשד'ס סייט, וואס דארט איז אויך דא וועגען דער ביכעל 'זכרונות' וואס מעהאנדעלט דא.

איך פארשטיי איין זאך נישט. פון וויא נעמען זיי אהן אויף זיכער אז דער חיבור איז פרי מחשבתו פון זלוטקין און עס איז נישט אטענטיק?
ווייל ער איז געווען א חבר מיט ביאליק? ווייל ער האט געהאט א גאלדענע פעדער און געקענט הערליך שרייבען? ער איז דער איינציגער ווער עס קען אזוי שיין שרייבען?
איך געבען א משל.
להבדיל בין אלף אלפי אלפים הבדלות, אז מעקוקט און די ספרים פון דער שר התורה ר' יוסף ענגל זצ"ל, אחוץ פון ווערען נתפעל פון זיין בקיאות, גיי איך אסאך מאל אויס פון התפעלות אויף זיין שרייבען אזוי קלאר און גרינטלעך אז מעדארף כמעט קיינמאל נישט נאכקוקען עפעס וואס ער ברענגט. דער גאון האט געהאט גאלדענע הענט.
עט איינעם אמאל בייפאלען אז דער גאנצער נאמען יוסף ענגל איז נאר א פען נאמען און דאס איז די ארבעט פון אן אומבאקאנטען תלמוד חכם וואס האט זיך תולה געווען באילן גדול אז מעזאל קויפען די ספרים?
נאך א משל
פון מיין שווער ע"ה זיידע, איז אהנגעקומען צי מיר פארשידענע חיבורים נאך און כתב יד וואס ער האט געשריבען זיינענדיג א דיין און ערלוי. עס איז דא אסאך דרוש על התורה און עטליכע חיבורים אויף סוגיות הש"ס.
צווישען די אלע כתבי ידות איז דא א חיבור פון זיין זיידע וואס הייסט 'דברי חברית'.
דער מחבר איז געווען ר' חיים קיצע ז"ל א שוואגער מיט ר' עמרם חסידא ז"ל (די צוויי רביטצעןס זענען געווען שוועסטער.)
דער ר' חיים קיצע האט געהייסען שלעזינגער אויפען פאמיליע נאמען און עס איז דא פון איהם עטליכע זעכציג חיבורים רובא דרובא נאך און כתב יד.
און א"י איז דא א שלעזינגער משפחה, אייניקלעך (מיין שווער ע"ה איז געווען אן אייניקעל פון א טאכטער), וואס כמעט אלע כתבי יד ליגען ביי זיי.
יאהרען צירוק האבען זיי ארויסגעגעבען א חיבור וועגען דעם עלטער זיידען און עס איז געווען דארטען א רשומא פון אלע זיינע ספרים. דער ספר וואס ליגט ביי מיר איז נישט אויף יענע רשומא.
דער טעם פארוואס זיי ווייסען נישט פון דעם חיבור וואס ליגט ביי מיר איז פשוט.
דער זיידע האט געהאט עטליכע קינדער וואס זענען ארויסגעקומען קיין אמעריקא נאך און די תר"ס יאהרען. זיי האבען אהנגעפאנגען די האראוויטץ-מארגארעטען מצה פאבריק.
פאר עפעס א סיבה האט דער זיידע נאכגעשיקט קיין אמעריקא א צאל פון זיינע כתבי ידות און דער חיבור פון ר' חיים קיצע איז מיטגעקומען.

נאך דעם גאנצען אריכות קום איך יעצט צו מיין ציהל

אז איך זאל היינט זיך מיישב זיין און דרוקען דער ספר, און שרייבען א גאנצע הקדמה וועגען ר' חיים קיצע ז"ל מיט זיין יחוס, און אז און מהדורא תנינא און נודה ביהודה איז דא תשובות צי אוהם, און אז ער איז געווען א שוואגער מיט ר' עמרם חסידא ז"ל וואס צי איהם איז דא דער באוויסטע תשובה פון חת"ם סופר וויא ער רעדט זיך אפ אויף די הדלקה און מירון אום ל"ג בעומר, און אז מעטרעפט זיין חתימה אויפען קול קורא פון דעם טיילונג און אונגערען בשנת תר"ב אדער תר"ד (געדענק נישט פינטלעך דער יאהר), און נאך און נאך..
עס איז בלי ספק אז אויפאמאל וועלען זיין ספיקות צי דער חיבור איז אמתדיג פון ר' חיים קיצע,
והא ראיה, די שלעזינגער משפחה האט שוין לאנג געדרוקט א רשומא פון אלע חיבורים וואס ר' חיים קיצע האט געשריבען און דער חיבור ווערט נישט דערמאנט, און יעצט רוקט זיך אהן איינער שמחה ..... און דרוקט א כתב יד וואס ער האט געטראפען אדער געקויפט און ער וויל אז עס זאל זיך פארקויפען, איז ער זיך תולה באילן גדול, וכו' וכו'
יו געט די פיקטשער?

קום איך צירוק צי מיין ערשטע שאלה.

פון וויא קען מען פעסטשטעלען אז די זכרונות זענען אויסגעצויגען פון זלוטקין'ס פעדער און נישט אטענטיק?

איך זאג נאכאמאל...איך נעם נישט קיין שטעלונג. איך פרעג סתם
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כבוד הרב ר' שמחה יקירי,

איך האב נישט צופיל צייט מרחיב צו זיין בדיבור ובכתיבה תמה, אבער דער משל פון די כתבים פון ר' חיים קיצע איז נישט דומה צום נמשל מחמת כמה סיבות, אבער דער עיקר איז אז אזוי ווי איר זענט אן אייניקל האט איר א לעגיטימע וועג צו ירש'ענען כתבים מבית מדרשו, בנוסף צו דעם וואס מבינים וועלן קענען מבחין זיין אמיתת הדברים דורכ'ן פארגלייכען מיט זיינע אלטע כתבים וחיבורים.

משא"כ ביי דעם משכיל זלוטקין, לא די וואס ער זעלבסט האט זעראו קרעדיביליטי נאכ'ן זיין א חבר לאיש משחית ווי ביאליק וכדו', שרייבט ער מיטאמאל קיין פרטים איבער דעם כלומר'שטן רב ליטאי אזוי אז עס זאל נישט זיין קיין מעגליכקייט צו דערגיין אם כנים הדברים ואם ראוים הדברים למי ש[כאילו] אמרם.

א חוץ מזה וואס נאכן לייענען בלויז דריי-פיר פרקים דעם פארגאנגענעם חוה"מ האב איך געזעהן דערינען אפענע עם-הארצות אין מאמרי חז"ל וכדו', לדוגמא דעם באקאנטן מאמר חז"ל 'הנפטר מחבירו אל יפטור אלא מתוך דבר הלכה' שרייבט ער 'כל הפורש מחבירו אל יפרוש אלא מתוך דבר הלכה' דאס איז לדעתי א טעות וואס א רב בישראל וואלט נישט געמאכט, און דאס איז נאר איין דוגמא.
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

שוין נישט דא צו באקומען, דער חיים פון היברו בוקס האט עס אראפגענומען, קען מיר איינער טון א געפעליקייט און אימעילען,
דאנקע שיינע פון פאראויס

ולהערה דרך אגב, איך האב נישט געלעזט דעם חיבור, אבער איך שטעל מיך פאר לויט ווי איך זעה דא דעם וויכוח אז עס איז נאוועל בוך אראפגעשטעלט בצורת ספר הזכרונות, כדי אראפ צו געבן פארן ליינער דעם ריכטיגן תיאור וציור פונעם אידישן לעבנס שטייגער אין יענע תקופה.

סאיז דא נאך אזעלכע ביכער אין דעם גאנג, ווי למשל שוחרי השם בהרי הקרפטים, עס איז זייער אינטערסאנט צו ליינען פאר שוחרי ואוהבי קדמוניות, דער פראבלעם איז נאר אויב דער מחבר פארלייקנט דעם פאקט און שטעלט דאס אהער אלס אן אויטענטישער כתב-יד.
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

ספר הזכרונות של רב ליטאי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

ווער עס קען אופלאודן דעם ספר הזכרונות וועל איך איהם דאנקבאר זיין
yield the right of way
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

yield האט געשריבן:ווער עס קען אופלאודן דעם ספר הזכרונות וועל איך איהם דאנקבאר זיין
שויתי השם לנגדי תמיד
ברוז
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוז »

שויתי'ניק האט געשריבן:
yield האט געשריבן:ווער עס קען אופלאודן דעם ספר הזכרונות וועל איך איהם דאנקבאר זיין

https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f ... 00#p510657
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”