בלאט 1 פון 1

לכבוד סוכות: הערליכע ספר קהלת אויף אידיש

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 2:12 pm
דורך קרעמער
יעצט לכבוד סוכות איז דא צו באקומען אין די געשעפטן א ספר קהלת מיט אידיש טייטש, וואס דער חשוב'ער מחבר שליט"א האט צוגעשטעלט דערצו הערליכע ליקוטים פון צענדליגער ספרי חסידות, דרוש, ומוסר.

עס איז א הערליכע ארבעט, מלא מוסר ויראת שמים, לויפט און קויפט.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 6:43 pm
דורך מאשקע
ווער איז דער חשוב'ער מחבר שליט"א?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 10:54 pm
דורך קרעמער
אקעי. איך האב פריער געשריבן נאר מפי השמועה. יעצט האב איך שוין דעם ספר אין די האנט, און עס איז בלויז א מיעוטא דמיעוטא פון וואס עס גייט אי"ה זיין.

דער ספר הייסט מגילת קהלת, פירש"י, עם פירוש ע"ט. אנהייב איז דא א שטיקל הקדמה פארוואס מען זאגט קהלת יו"ט סוכות, און צום סוכות א גאר קורצע ליקוט פון תורות אויף די הייליגע פסוקים.

דאס איז - ווי געזאגט - בלויז א טיפה מן הים פון די הערליכע ליקוט וואס הרה"ח ר' אברהם אבא שפיצער שליט"א פון וויליאמסבורג האט צוזאמגעקליבן במשך עטליכע יאר פון צענדליגער ספרי דרוש מוסר וחסידות. ער שרייבט אז ער האפט ארויסצוגעבן דעם צווייטן טייל (די ליקוטים) אין א קומענדע געלעגנהייט.

אלזא, ווער עס וויל אביסל דורכלערנען קהלת מיט א שיינע פירוש אויף אידיש, זאל ארויסגיין קויפן דעם ערשטן טייל (אויך פאסיג פאר פרויען און קינדער).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 16, 2008 1:48 pm
דורך אלעקסיי
א חשובער איד, דער מחבר שליט"א.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 2:26 pm
דורך יאנאש
מיר האבן עס געלערנט דעם צווייטן טאג יו"ט און זייער הנאה געהאט, ספעציעל פון דאס אז יאנאש איז געווען א גאנצער ידען ווער דער מחבר איז און וואס דער ספר שטעלט פאר צוליב דעם וואס קרעמער האט אונז געגעבן אזא קלארן דעסקריפציע.

יישר כח

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 1:01 pm
דורך ישלהוסיף
ארויפגעברענגט לכבוד יום טוב סוכות הבאה ומתקרב.
אדרבה ווער עס ווייסט נאך ספרים בעניני החג ווערט געבעטן זיי צו דערמאנען דא לתועלת הלומדים ואוהבי ספרים, בפרט אויב איז ערשינען נייע ספרים.