נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

פארפאסונג
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2022 11:42 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפאסונג »

כד עייל שבתי - בלאט שה
דער בילד איז ביי א שארפע דרשה קעגן די ציוניסטן וואס הגה״ק מפאפא האט געלאזט הערן בקול חוצב און אויפגעפלאמט דאס יהדות החרדית.
אטעטשמענטס
58F1998A-DF34-479B-8AE9-9AC230E963E2.jpeg
58F1998A-DF34-479B-8AE9-9AC230E963E2.jpeg (358.55 KiB) געזען 5253 מאל
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

א מסירות נפש'דיגע בילד וויאזוי דער רבי קומט אן צום לעצטען עצרת מחאה לימי חייו במסירות נפש, אין מעדיסאן סקווער גארדען,

מען זעט די מסירות נפש פונעם רבין ווי שטארק ער האט זיך געמוטשעט צוליב זיין שוואכקייט ארויפצוקומען אויפן בימה, עס דערקענט זיך

א מוראדיגער אנגעצויגענקייט אויפן ציבור ווען זיי קוקן זיך צו ווי שוואך דער רבי איז, קוקט'ס למשל אויף ר' שבתי מרדכי'ס זארג'עדיגע אויגן.
אטעטשמענטס
דער רבי ווען ער קומט אן צום עצרת תשל"ט
דער רבי ווען ער קומט אן צום עצרת תשל"ט
רבינו.jpg (32.13 KiB) געזען 5059 מאל
100% זיכער נישט קיין שום ספק
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

דער עלטערער דור איז געטטינג קרעזי פאאר די ביכל, איך האב עס היינט געגעבן במתנה פאר א קרוב מיינער
און ער קען עס נישט אראפלייגן זיינע נאסטאלגישע זכרונות זענען ארופגעקומען, איט היטס ע נערוו.
100% זיכער נישט קיין שום ספק
אוועטאר
משכו ידיכם
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 2:47 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משכו ידיכם »

איז דא צובאקומען די ספר האולסעיל?
אוועטאר
בלומענטאל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:44 am

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומענטאל »

משכו ידיכם האט געשריבן:
איז דא צובאקומען די ספר האולסעיל?
דער מו״לס אימעיל kadeyalshabsi ביי gmail.com
איך בין העררע בלומענטאל פארשטאנטא?
אוועטאר
בלומענטאל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:44 am

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומענטאל »

נישטא וואס צו רעדן אז דער ספר ענטהאלט רייכע דאקומעטען וואס איז נאכנישט געווען ממש במלוא מובן המילה,

איך האב אבער א הערה אז די דאקומענטען וואלטן אפשר געמעגט זיין אביסעל גרעסער סזאל זיין גרינגער צו לייענען

דעם אינהאלט, איך בין נייגעריג וואס אנדערע מומחים טראכטען וועגן דעם?
איך בין העררע בלומענטאל פארשטאנטא?
אוועטאר
כוחו בפה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:04 pm

תגובה דורך כוחו בפה »

בלומענטאל האט געשריבן:

הרב בלומענטאל יר"ה

איין זאך וועט איר מודה זיין אז די דאקומענטען זענען זייער קלאר, און אפילו עס איז גאנץ קליין האב איך עס געקענט לייענען, איך האב באמת הנאה

פון די דאקומענטען ער האט געמאכט א סופער דזשאב.
שאץ נישט אונטער אייער כוחו של פה, יא איר קענט ביג טיים
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

תגובה דורך mmn »

כוחו בפה האט געשריבן:

איך האב אדוריכגעבליקט דעם ספר,
איך האב נישט געהאט קיין פראבלעם צו לייענען די דאקומענטען
און בד"וו די גאנצע ספר איז א הערליכע מעסטערפיעס
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

איך האב גערעדט צו א ספרים סטאר איינגעטומער, און ער זאגט מיר אז דער "כד עייל שבתי" גייט ווי וואסער,
און ער ווייסט אז עס איז שוין געגאנגען איבער 2000 קאפיעס, און אז דער מו"ל דרוקט שוין איבער טויזענטער.

ס'איז אמעזינג וויאזוי עס איז אריין אין מעינסטריעם, דער סאטמערער עולם האט ליב א ספר ווי דער רבי ווערט
הערליך אראפגעלייגט.
100% זיכער נישט קיין שום ספק
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

איך האב אדורכגעליינט דעם נייעם ספר "כד עייל שבתי" און גאר שטארק הנאה געהאט, לא נראה כבושם הזה, א רייכע און הערליכע ארבעט!!

עטליכע הערות אויף די בילדער (כפי סדר העמודים):
עמוד מח: דאס בילד איז געווען ביי מסיבת ז' אדר תרצ"ב אין בודאפעסט, חוץ פון הג"ר יונתן שטייף זעהט מען אויך הג"ר פישל זוסמאן סופר (טשיזער רב) און הג"ר ישראל וועלץ
עמוד צו: דאס בילד איז געווען ביי די פראטעסט ביום ו' דעשי"ת תשי"ז אין יוניאן סקווער, און דער קראסנער רב האט דאן גערעדט אויפן דאך פון א אויטאמאביל
עמוד רסח: אויבערשטע בילד זעהט מען ר' שלום לויפער מיט ר' אפרים ניימאן
עמוד שלד: דאס בילד איז געווען אין מאנהעטן סענטער (נישט אין האטעל סענט דזשארזש)
עמוד שצו: צווייטע בילד זעהט מען אויך סקולענער רבי, צעהלימער רב, און לאנדסבערגער רב (פון אינטן)
עמוד תד: נאמבער 25 איז נישט ר' געציל בערגער וואס האט שוין דאן נישט געלעבט (נפטר עריו"כ תשל"ח)
עמוד תפג: דער רב אין צענטער איז רבי נפתלי גרויס אב"ד קערעסטיר-בערבעשט
אוועטאר
בלומענטאל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:44 am

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומענטאל »

[quote="יציב פתגם"]איך האב אדורכגעליינט דעם נייעם ספר "כד עייל שבתי" און גאר שטארק הנאה געהאט, לא נראה כבושם הזה, א רייכע און הערליכע ארבעט!!

עמוד שצו: צווייטע בילד זעהט מען אויך סקולענער רבי, צעהלימער רב, און לאנדסבערגער רב (פון אינטן)
דער צעלעמיר רב איז די לינקע זייט פונע'ם ברך משה?
איך בין העררע בלומענטאל פארשטאנטא?
אוועטאר
בלומענטאל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:44 am

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומענטאל »

בלומענטאל האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:
איך האב אדורכגעליינט דעם נייעם ספר "כד עייל שבתי" און גאר שטארק הנאה געהאט, לא נראה כבושם הזה, א רייכע און הערליכע ארבעט!!

עמוד שצו: צווייטע בילד זעהט מען אויך סקולענער רבי, צעהלימער רב, און לאנדסבערגער רב (פון אינטן)
דער צעהלעמיר רב איז די לינקע זייט פונע'ם ברך משה?
אטעטשמענטס
כד עייל שבתי עמוד שצו קרן הצלה.jpeg
כד עייל שבתי עמוד שצו קרן הצלה.jpeg (34.91 KiB) געזען 4212 מאל
איך בין העררע בלומענטאל פארשטאנטא?
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע: פה אשב

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

די הערליכע בילד אויפן דעקל איז פון א פראטעסט ווייסט איינער פון וועלעכע? (אין די בוך ברענגען זיי אסאך בילדער פון פראטעסטן פון אסאך יארן אבער נישט קלאר און מסודר וועלעכע בילד איז פון וועלעכע יאר) מיך דאכט זיך אז דאס איז פון תשכ"א ווייסט איינער אויב כ'בין גערעכט?
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא(ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)
______________________________________________________
אוועטאר
כוחו בפה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:04 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כוחו בפה »

אלטע שרייבער האט געשריבן:
די הערליכע בילד אויפן דעקל איז פון א פראטעסט ווייסט איינער פון וועלעכע? (אין די בוך ברענגען זיי אסאך בילדער פון פראטעסטן פון אסאך יארן אבער נישט קלאר און מסודר וועלעכע בילד איז פון וועלעכע יאר) מיך דאכט זיך אז דאס איז פון תשכ"א ווייסט איינער אויב כ'בין גערעכט?
דאס איז די פראטעסט פון תשכ"ז ניתוחי מתים אין מאנהעטען סענטער
שאץ נישט אונטער אייער כוחו של פה, יא איר קענט ביג טיים
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

זעה איך אז די צייטונג האט אריין געלייגט א שיינע ארטיקל
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

וואו אין די צייטונג
אטעטשמענטס
די צייטונג.jpeg
די צייטונג.jpeg (81.56 KiB) געזען 4061 מאל
100% זיכער נישט קיין שום ספק
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

שוין געלעזט האלב ספר בערך, זייער שיינע דאקומענטן געברענגט.

בינעך געוואויר געווארן צווישן די שורות אז רזל"פ זז"ג האט הוראה פון הרב וואזנער, און אז זיין שוואגער ר' יוסף ט"ב פון ב"פ איז געווען פון די יונגע מו"ץ אין התאחדות.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

בלומענטאל האט געשריבן:
בלומענטאל האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:
איך האב אדורכגעליינט דעם נייעם ספר "כד עייל שבתי" און גאר שטארק הנאה געהאט, לא נראה כבושם הזה, א רייכע און הערליכע ארבעט!!

עמוד שצו: צווייטע בילד זעהט מען אויך סקולענער רבי, צעהלימער רב, און לאנדסבערגער רב (פון אינטן)
דער צעהלעמיר רב איז די לינקע זייט פונע'ם ברך משה?
יא
אוועטאר
בלומענטאל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:44 am

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומענטאל »

כוחו בפה האט געשריבן:
WOW עיין עמוד תל"ד אז דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט פאר ר' שבתי מרדכי מיט די לשון " איך וועל דיך קיינמאל נישט פארגעסן"
זייער אינטרעסאנט דער רבי פלעגט זיך נישט אזוי ווארפן מיט אזעלכע סטעטמענטס, ביי מיין זיידע וואס האט אויכעט אסאך געטון פארן
רבי'ן האב איך קיינמאל נישט געהערט אזעלכע לשונות.
אויב איז עס מדויק ווייזט עס אויף א מורא'דיגע הכרת הטוב וואס דער רבי האט געהאט צו ר' שבתי מרדכי.
איך האב געהערט אז א סאטמערער פאנדרעיזער האט מיט די א.ד. מעשה ארויסגעשלעפט אן אסטראנאמישע אפותיקי פון א עושר פאר איינע פון די מוסדות פונעם רבי זי״ע, וואס מזעט וואספארא הכרת הטוב דער רבי האט בזה ובבא פאר איינער וואס טוט פאר זיינע ענינים, אזוי ווי מען זעט טאקע אז ר’ שבתי מרדכי האט געפועלט ביים רעבינס ציון מיט די ברכה א ישועה פאר אן איינקעל.
איך בין העררע בלומענטאל פארשטאנטא?
אוועטאר
כוחו בפה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:04 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כוחו בפה »

בלומענטאל האט געשריבן:
כוחו בפה האט געשריבן:
WOW עיין עמוד תל"ד אז דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט פאר ר' שבתי מרדכי מיט די לשון " איך וועל דיך קיינמאל נישט פארגעסן"
זייער אינטרעסאנט דער רבי פלעגט זיך נישט אזוי ווארפן מיט אזעלכע סטעטמענטס, ביי מיין זיידע וואס האט אויכעט אסאך געטון פארן
רבי'ן האב איך קיינמאל נישט געהערט אזעלכע לשונות.
אויב איז עס מדויק ווייזט עס אויף א מורא'דיגע הכרת הטוב וואס דער רבי האט געהאט צו ר' שבתי מרדכי.
איך האב געהערט אז א סאטמערער פאנדרעיזער האט מיט די א.ד. מעשה ארויסגעשלעפט אן אסטראנאמישע אפותיקי פון א עושר פאר איינע פון די מוסדות פונעם רבי זי״ע, וואס מזעט וואספארא הכרת הטוב דער רבי האט בזה ובבא פאר איינער וואס טוט פאר זיינע ענינים, אזוי ווי מען זעט טאקע אז ר’ שבתי מרדכי האט געפועלט ביים רעבינס ציון מיט די ברכה א ישועה פאר אן איינקעל.
איך האף אז דער מו"ל האט באקומען עפעס קאמישאן....
שאץ נישט אונטער אייער כוחו של פה, יא איר קענט ביג טיים
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

איך האב דורכגעליינט דעם גאנצן ביכל פון דעקל צו דעקל דעם יו"ט. באופן כללי איז עס א שיינע און פראפעסיאנאלע ארבעט, דער איינציגער טייל וואו עס איז לקה בחסר ויתר איז די קאפיטלען וואס דערציילט די פארשידענע פעולות פון התאחדות הרבנים דורכאויס די יארן וואו עס איז קענטיג אז דער שרייבער פון יונגערן דור און נישט עמיצער וואס איז באהאוונט איבער יענע תקופות און האט אויך נישט אפגעהאלטן קיין אריגינעלע אינטערוויוען צו ברענגען פרישע אינפארמאציע אדער א גרינטליכע אריינבליק איבער יענע עפיזאדן נאר האט זיך מייסטנס פארלאזט מיט איבערשרייבן טרוקענע איד באריכטן וואס ליינט זיך ווי פאריעריגע שניי נייעס. נאך יעדער היסטארישער באריכט ווערט נאכאמאל אונטערגעשטראכן מיט שטארקע ריחיים של יד ווי ווייטגרייכנד די אסיפה איז געווען מיט בלעטער רעטאריק, די מורא'דיגע יראה עילאה ווען דער רבי איז אריינגעקומען אין זאל איינמאל און נאכאמאל, ועוד מעין זה, וואס געהערט אין א קהלות אפטיילונג ומינה לא תזוע, נישט אין א ביכל וואס פאראייביגט היסטאריע.
די אנדערע חלקים וואס רעדט פון רבי שבתי מרדכי פערזענליך איז הערליך שיין וטובא גניז ביה ווי מ'קען זיך אסאך אפלערנען פון אן אמאליגן חסידישן איד וואס האט דורכגעלעבט אן עולם בחורבנו און געבליבן שלום בתורתו.
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

נישט קיין ספק האט געשריבן:
מקץ האט געשריבן:
גדל האט געשריבן:
מקץ האט געשריבן:
צום ביישפיל, פאראיאר איז ערשינען דאס ביכל "מאיר לדורות" פון ר' איצ'ה מאיר לעווין, נישט אריינגייענדיג אין די (אפענע) אגענדעס פון דעם ספר, אבער למעשה שטעלן זיי אהער א קנאקעדיגע ארבעט פון דאקומענטירן א תקופה מיט רייכע דאקומענטן און בילדער, אז סמאכט א רושם. בעלז און חב"ד זענען אויך זייער גוט אין דעם, צו ארויסגעבן רייכע ספרים מיט א היקף און מיט די גוטע דאקומענטן אז סזאל מאכן אן אימפאקט.
פארשטייט זיך אז א נישט סאטמרע זעהט און כד עייל שבתי אויך פול מיט אפנע אגענדעס
אדרבה לכו נא ונוכחה.

איך וועל ברענגען איין דוגמא פון מאיר לדורות און דו וועסט ברענגען איין דוגמא פון כד עייל, נאכדעם וועל מיר גיין צום קומענדיגן דוגמא, וואן ביי וואן... פעיר דיעל?

די ערשטע דוגמא: די טונקעלע פרשה פון די ילדי תימן ווען ר' איצה מאיר איז געווען שר הסעד און ער האט עס פארווישט אונטער די קארפעט. ווערט באשריבן מיט געקינצלטע ווערטער אין מאיר לדורות כאילו ער איז געווען דער מציל ומושיע, ווען זיי אליינס קענען נישט אנצייגן אויף קיין שום רעזולטאט.

יעצט איז דיין רייע...
נא חברה באקאל אפפפ געט רעדי פאר יור וואן אן וואן
איי עים סיטטינג ענד וועיטינג
שבתי בוים האט געשריבן:
איך האב דורכגעליינט דעם גאנצן ביכל פון דעקל צו דעקל דעם יו"ט. באופן כללי איז עס א שיינע און פראפעסיאנאלע ארבעט, דער איינציגער טייל וואו עס איז לקה בחסר ויתר איז די קאפיטלען וואס דערציילט די פארשידענע פעולות פון התאחדות הרבנים דורכאויס די יארן וואו עס איז קענטיג אז דער שרייבער פון יונגערן דור און נישט עמיצער וואס איז באהאוונט איבער יענע תקופות און האט אויך נישט אפגעהאלטן קיין אריגינעלע אינטערוויוען צו ברענגען פרישע אינפארמאציע אדער א גרינטליכע אריינבליק איבער יענע עפיזאדן נאר האט זיך מייסטנס פארלאזט מיט איבערשרייבן טרוקענע איד באריכטן וואס ליינט זיך ווי פאריעריגע שניי נייעס. נאך יעדער היסטארישער באריכט ווערט נאכאמאל אונטערגעשטראכן מיט שטארקע ריחיים של יד ווי ווייטגרייכנד די אסיפה איז געווען מיט בלעטער רעטאריק, די מורא'דיגע יראה עילאה ווען דער רבי איז אריינגעקומען אין זאל איינמאל און נאכאמאל, ועוד מעין זה, וואס געהערט אין א קהלות אפטיילונג ומינה לא תזוע, נישט אין א ביכל וואס פאראייביגט היסטאריע.
די אנדערע חלקים וואס רעדט פון רבי שבתי מרדכי פערזענליך איז הערליך שיין וטובא גניז ביה ווי מ'קען זיך אסאך אפלערנען פון אן אמאליגן חסידישן איד וואס האט דורכגעלעבט אן עולם בחורבנו און געבליבן שלום בתורתו.
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

טשעירמאן האט געשריבן:
נישט קיין ספק האט געשריבן:
מקץ האט געשריבן:
גדל האט געשריבן:
מקץ האט געשריבן:
צום ביישפיל, פאראיאר איז ערשינען דאס ביכל "מאיר לדורות" פון ר' איצ'ה מאיר לעווין, נישט אריינגייענדיג אין די (אפענע) אגענדעס פון דעם ספר, אבער למעשה שטעלן זיי אהער א קנאקעדיגע ארבעט פון דאקומענטירן א תקופה מיט רייכע דאקומענטן און בילדער, אז סמאכט א רושם. בעלז און חב"ד זענען אויך זייער גוט אין דעם, צו ארויסגעבן רייכע ספרים מיט א היקף און מיט די גוטע דאקומענטן אז סזאל מאכן אן אימפאקט.
פארשטייט זיך אז א נישט סאטמרע זעהט און כד עייל שבתי אויך פול מיט אפנע אגענדעס
אדרבה לכו נא ונוכחה.

איך וועל ברענגען איין דוגמא פון מאיר לדורות און דו וועסט ברענגען איין דוגמא פון כד עייל, נאכדעם וועל מיר גיין צום קומענדיגן דוגמא, וואן ביי וואן... פעיר דיעל?

די ערשטע דוגמא: די טונקעלע פרשה פון די ילדי תימן ווען ר' איצה מאיר איז געווען שר הסעד און ער האט עס פארווישט אונטער די קארפעט. ווערט באשריבן מיט געקינצלטע ווערטער אין מאיר לדורות כאילו ער איז געווען דער מציל ומושיע, ווען זיי אליינס קענען נישט אנצייגן אויף קיין שום רעזולטאט.

יעצט איז דיין רייע...
נא חברה באקאל אפפפ געט רעדי פאר יור וואן אן וואן
איי עים סיטטינג ענד וועיטינג
שבתי בוים האט געשריבן:
איך האב דורכגעליינט דעם גאנצן ביכל פון דעקל צו דעקל דעם יו"ט. באופן כללי איז עס א שיינע און פראפעסיאנאלע ארבעט, דער איינציגער טייל וואו עס איז לקה בחסר ויתר איז די קאפיטלען וואס דערציילט די פארשידענע פעולות פון התאחדות הרבנים דורכאויס די יארן וואו עס איז קענטיג אז דער שרייבער פון יונגערן דור און נישט עמיצער וואס איז באהאוונט איבער יענע תקופות און האט אויך נישט אפגעהאלטן קיין אריגינעלע אינטערוויוען צו ברענגען פרישע אינפארמאציע אדער א גרינטליכע אריינבליק איבער יענע עפיזאדן נאר האט זיך מייסטנס פארלאזט מיט איבערשרייבן טרוקענע איד באריכטן וואס ליינט זיך ווי פאריעריגע שניי נייעס. נאך יעדער היסטארישער באריכט ווערט נאכאמאל אונטערגעשטראכן מיט שטארקע ריחיים של יד ווי ווייטגרייכנד די אסיפה איז געווען מיט בלעטער רעטאריק, די מורא'דיגע יראה עילאה ווען דער רבי איז אריינגעקומען אין זאל איינמאל און נאכאמאל, ועוד מעין זה, וואס געהערט אין א קהלות אפטיילונג ומינה לא תזוע, נישט אין א ביכל וואס פאראייביגט היסטאריע.
די אנדערע חלקים וואס רעדט פון רבי שבתי מרדכי פערזענליך איז הערליך שיין וטובא גניז ביה ווי מ'קען זיך אסאך אפלערנען פון אן אמאליגן חסידישן איד וואס האט דורכגעלעבט אן עולם בחורבנו און געבליבן שלום בתורתו.
הרב בוים!!!

קען זיין אז די האסט א געוויסע פוינט אז געוויסע פעולות פון התאח״ר איז טרוקען און אביסעל ווי די ״פאריעריגע שניי״ כלש״ק (איך ווייס נישט צו סאיז נאך שייך צו אינטערוויוען האנט צוטאגס מענטשען וואס זענען דעמאלטס געווען פארמישט אין די פעולות ווייל ליידער זענען שוין ממש אלע פון זיי נהנה מזיו השכינה ).

אבער לעומת זה פירט דער ביכל אזוי שיין אריין און א אנדערע וועלט, און א וועלט פון אמאל וויאזוי התאח״ר האט אמאל אויסגעזען, באגלייט מיט הערליכע קנאקעדיגע דאקומענטען און ״דער אידן״ פון אמאל אויף א פארנעם וואס איז באמת מפליא צו זיין, איך בין באמת נתפעל געווארן פון די רייכע ארגינעלע דאקומענטען, און ידיעות,(למשל די פרשה פון השתלשלות הקו״ק פון די בחירות, התמנות הדיינים, די פרשה פון די טריפענע צייטונגען, ועוד ועוד) און די נייע בילדער וואס איז נאכנישט געווען בנמצא עס איז באמת לא נראה כבושם הזה מיילד גערעדט, איך האב געמיינט אז נאר איך בין אזוי נתפעל געווארן פון די ספר האב איך גערעדט צו אפאר אויסגעקאכטע סאטמארע רבי זי״ע׳ניקעס , און איך האב געהערט די זעלבע זאך ״עס איז נאכנישט געווען א סאטמערע ספר אזא מלא וגדוש מיט חידושים, דאקומענטען, ווי דעם״.

און דאס וואס דער שרייבער שרייבט אזוי געפיליש און רעטאריש ווען עס קומט צום רבין איז, ווייל אזוי האט יענער דור געשפירט ווען עס איז געקומען צום רבין שאל אביך ויגדך האט דער שרייבער שוין איינמאל געוויזען אז ער איז ביג טיים באהאווענט אין יענע צייטן און ער געט באמת אזא הרגשה.

איך האלט אז ווען איינער ליינט די ספר באקימט ער א געוואלדיגע ידיעה פון די אויפטוען פונעם רבין אין די בראשית יארן, און ער באקימט א געוואלדיגע מיינד סעט פון די אמאליגע אידן און די געוואלדיגע קשר וואס די אידן האבן געהאט צום רבין וואס איז אומגלויבלעך היינט צו טאגס צו פארשטיין.
100% זיכער נישט קיין שום ספק
אוועטאר
בלומענטאל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:44 am

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומענטאל »

שבתי בוים האט געשריבן:
איך האב דורכגעליינט דעם גאנצן ביכל פון דעקל צו דעקל דעם יו"ט. באופן כללי איז עס א שיינע און פראפעסיאנאלע ארבעט, דער איינציגער טייל וואו עס איז לקה בחסר ויתר איז די קאפיטלען וואס דערציילט די פארשידענע פעולות פון התאחדות הרבנים דורכאויס די יארן וואו עס איז קענטיג אז דער שרייבער פון יונגערן דור און נישט עמיצער וואס איז באהאוונט איבער יענע תקופות און האט אויך נישט אפגעהאלטן קיין אריגינעלע אינטערוויוען צו ברענגען פרישע אינפארמאציע אדער א גרינטליכע אריינבליק איבער יענע עפיזאדן נאר האט זיך מייסטנס פארלאזט מיט איבערשרייבן טרוקענע איד באריכטן וואס ליינט זיך ווי פאריעריגע שניי נייעס. נאך יעדער היסטארישער באריכט ווערט נאכאמאל אונטערגעשטראכן מיט שטארקע ריחיים של יד ווי ווייטגרייכנד די אסיפה איז געווען מיט בלעטער רעטאריק, די מורא'דיגע יראה עילאה ווען דער רבי איז אריינגעקומען אין זאל איינמאל און נאכאמאל, ועוד מעין זה, וואס געהערט אין א קהלות אפטיילונג ומינה לא תזוע, נישט אין א ביכל וואס פאראייביגט היסטאריע.
די אנדערע חלקים וואס רעדט פון רבי שבתי מרדכי פערזענליך איז הערליך שיין וטובא גניז ביה ווי מ'קען זיך אסאך אפלערנען פון אן אמאליגן חסידישן איד וואס האט דורכגעלעבט אן עולם בחורבנו און געבליבן שלום בתורתו.
הרב בוים שליט"א
איי טאטעל דיסאגרי וויט יאר פראספעקטיוו!!!
איך זעע אז דער ביכל "כד עייל שבתי" היטס א נערוו ביי די עלטערע דור לייק נאטינג בדומה לו, איך האב עס געקויפט פאר א קרוב מיינער וואס האט געקענט ר' שבתי מרדכי פון דער נאנט (וואס איז איבער די שמונים) במתנה, און ער הערט נישט אויף צו רעדן פון נאסטאלגיע פון די בראשית צייטען נאכן דורך לייענען דעם ספר און ער זאגט מיר "אז עס איז ממש גענוי געווען אזוי", ער זאגט מיר אז דער יונגער דור קען נישט משיג זיין די ברען פונעם ציבור יענע צייטען און ער זאגט מיר אז דער ספר האט עס זייער שיין ארויסגעברענגט.

האב איך געזען אז עס איז א גוטער עסק פארן עלטערען דור האב איך עס געקויפט פאר נאך אפאר עלטערע אידן מיינע קרובים, און כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה ובשלישי וכו', אדרבא פראבירט עס אויס, און איר וועט אייך נישט קענען גלייבען וואספארא מתנה און חיות איר האט אריינגעגעבן פאר אייער עלטערער קרוב.

אונטערשטער שורה פאר די אידן וואס האבן מיטגעלעבט די היסטארישע צייטען אז עס גארנישט קיין פאריעריגע שניי און עס גייט זיי אפילו נאסטאלגישע טרערן פון די זכרונות, און פאר דער יונגערער דור וואס געדענקען עס נישט, גיבט עס א ברייטע אריינקוק אין די מהלך החיים פון יענע צייטן, און גיט א שטארקע ידיעה און די התאח"ר פון אמאל.
איך בין העררע בלומענטאל פארשטאנטא?
אמרי חי
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2022 9:50 am

Re: נייע אידישע ספר; כד עייל שבתי – געשיכטע פון התאחדות הרבנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמרי חי »

די חילוק איז לכאורה זייער פשוט:

דער עלטערער דור באדארף נישט אזוי שטארק ס׳זאל זיין ממש אראפגעלייגט יעדע פרט ופרט מיט פול קאלער, פאר זיי איז גענוג איינמאל זיי דערמאנען זיך פארשידענע קאפיטלען פון יענע געהויבענע תקופות, און זייערע טיף באהאלטענע מוח קעמערלעך עפנט זיך כמעיין המתגבר און זיי שפירן ווי זיי לעבן עס יעצט פריש איבער, הייבן זיי אן פריש פארציילן זיסע זכרונות זיי הייבן אן צולייגן וואס סיי אליינס האבן טאקע מיטגעהאלטן וכולהו, דערפאר האבן זיי אזוי הנאה און זיי שפרונגען ווען זיי ליינען עס, ס׳איז כל כולו א אוצר בלום פאר זיי.

משא״כ רוב דער יונגערע דור האט דאך נישט קיין השגה קיין כי זה הוא פון וואס מ׳רעדט דא, טייל האבן זיך אריינגעלייגט דערין ראשם ורובם צו פארשטיין און אויספרעגן אסאך עלטערע אידן ביי אסאך אנדערע געלעגנהייטן און פרובירן אריינטאנען אין זייער היסטארישע זכרונות האבן זיי אביסל ארויס די זאך און זיי פארשטייען גאנץ גוט צו די הייסע סחורה עכ״ז איז עס אפס קצהו תראה.

דערפאר בלויז אויב דער שרייבער לייגט אראפ א מייסטערווערק פון די געשיכטע און דעקט פילפארביג מיט דעטאלירטע זכרונות און אונטערוויוס פון אלע פרטים ארום יעדע אסיפה, יעדע מחאה, יעדע קו״ק, יעדע תקנה, מיט אלע שקלא׳ס וטריא׳ס ארום וויאזוי התאחדות האט זיך געפירט אין יענע יארן אלס א העכסט ארויפגערוקטע רבנישע קערפערשאפט און מ׳קען דעקן גענוי וואס יעדער רב האט געהאלטן ביי יעדע מערכה ביז מ׳איז געקומען זיך צו פארגלייכן לעמק השוה, און וויאזוי רביה״ק האט געפירט התאחדות מיט אזא געניטשאפט צוזאמענצוהאלטן אלע רבנים פון אלע שיכטן און קרייזן לפונדק אחד, נאר דאן קען ער אנהייבן פארשטיין וואס דעמאלט האט זיך אפגעטוהן און וויאזוי די וועלט האט דעמאלט אויסגעקוקט, מ׳באגרייפט וואס האט געמיינט א אמאליגער רב זיין יראת שמים זיין כוח ההוראה זיין אחריות פארן ציבור בלויז דעמאלט ווערט עס אים העכסט אינטרעסאנט.

משא״כ סתם דורכלויפן בלעטער נאך בלעטער מיט קורצע געדעקטע געשיכטעס כאטש עס איז באגלייט מיט היסטארישע און רייכע דאקומענטן שפירן זיי נישט ווי עס רעדט צו זיי עפעס ספעציעל עס איז נישט אזוי שפאנענד פארן ׳ליינער׳ וואס זיצט אויפן קאוטש (דערפאר זענען די דאקומענטן אויך אביסל צו קליין) אבער פארן ׳מיטלעבער/פארשטייער׳ פאסירט גאר עפעס אנדערש בשעת מעשה…

לכאורה האט דער ספר נישט געזוכט צו זיין ״דער התאחדות הרבנים ספר״ וואס דאן קען מען מסתם זיכער מאכן דערפון עטליכע בענדער אפילו בלויז ביז תשל״ט אויב התאחדות זאל עס אליינס טוהן און גוט שילדערן יעדע איינציגסטע מערכה פילפארביג אראפלייגן שפאנענד און צוציענד אודאי וועט דער יונגערער דור דאס גיט פארשטיין און טרונקען מיט זאפטיגע דורשט, בס״ה לויפט ער דא דורך ר׳ שבתי מרדכי׳ס לעבן און בארירט יעדע מעמד אויפן שפיץ גאפל לויט זיינע פערזענליכע פעולות און אויפטוהן.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”