בלאט 1 פון 1

כמוצא שלל רב - ימים נוראים, סוכות,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 1:33 pm
דורך שאץ מאץ
עס קומען ארויס זייער אסאך ליקוטים, ס'וואלט זיך געפאסט צו זאגן אז די היינטיגע דור איז די דור הליקוטים,
פונקט ווי עס זענען געוועהן ראשונים ואחרונים, וואס איז היינט?, אחרונים נישט, וואס יא?, מלקטים,

אבער דאך מוז איך געבן קרעדיט פארן ספר "כמוצא שלל רב"

על התורה איז נישט אזא חידוש ס'איז דא גוטע תורות יעדע וואך איבעראל,
אויף די הגדה כאטש וואס דער כמוצא איז גאר גוט, דאך איז נאך אלץ דא אסאך גוטע הגדה'ס מיט שיינע פירושים,
דער חידוש איז אויף "ימים נוראים"

ווייל רוב תורות אויף ימים נוראים ווי מ'זיכט נאר זענען אזעלכע התעוררות'דיגע תורות, אפי' עס ווערט גענדיגט מיט שיינע טייטשן, דאך איז עס מער געשטעלט ר"ה'דיג, אבער צו טרעפן תורות ר"ה יו"כ, ווי מ'רופט עס אן א גוט'ס, איז א יקר המציאות, אט דער כמוצא שלל רב, האט צוזאמען געשטעלט א חיבור וואס מ'קען טרעפן קנאקעדיגע תורות גוטע בליצן, און אפי' אויף ר"ה יו"כ,
איך האב עס שוין אפאר יאר איך בין זיך מחי' מיט דעם יעדעס יאר,

מיין פראגע איז נאר, ווי איך זעה איז יעצט ארויס געקומען א פרישן באנד, כמצא שלל רב אויף סוכות, צו האט איינער מעיין געוועהן דארט, צו עס איז גוט צו נישט אויב איינער האט בכלל א מיינונג איבער זיינע חיבורים קען זיך לאזן הערן,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 7:44 pm
דורך farshlufen
ר' שאץ, ווער איז דער מלקט - מחבר פון דעם ספר?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 11:10 am
דורך scy4851
הרב שאץ,
כמעשהו בימים נוראים, דאס זעלבע אויף סוכות.
איך האב אלע זיינע ספרים,
ער איז שוין אויך ארויסגעקומען מיט איין באנד אויף נביאים ראשונים אויף ספר יהושע.
עס איז א הערליכער ליקוט.

הרב פארשלאפען,
דער מלקט איז איינער אברהם רוזענטאל. ער קערט זיך אהן מיט דעם ראזענטאל ווער עס איז פארבינדען מיטען מכון הרב פראנק וואס האלטען און דרוקען און ארויסגעבען די ספרים פון ר' צבי פסח פראנק ז"ל

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 04, 2008 7:54 pm
דורך farshlufen
ר' שמחה, א דאנק, איך האב שוין געזען דעם ספר אין ספרים סטאר ס'איז א געוואלדיגע ספר, ער''ה איז שוין געווען ספו תמו מן השוק.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2008 9:28 pm
דורך ביקסאד
קוק אריין אין א ענדליכע ליקוט ספר "אוצרות התורה" ותהנה, עצה טובה קמ"ל על טעם וריח אין להתוכח אבער לגבי פארקויפן איז דאס די צווייט שטערקסטע אין די רייע אלס גאנגבאר נאך כמוצא.