בלאט 1 פון 2

ספרי ר' שלמה יוסף זוין ז"ל

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 1:33 pm
דורך scy4851
דער אשכול איז געווידמעט צי ספרי ר' יוסף זוין ז"ל

צווישען די אלע ספרים וואס ר' יוסף האט ארויסגעגעבען, איז דער מערסטע באוויסט זיין סיפורי חסידים.
ער האט אויך געשריבען אישים ושיטות, לאור הלכה, און נאך.

איך האב איין ספר וואס ער האט געשריבען, וואס איז נאר איינמאל געווען געדריקט, און די תש"י יאהרען און תל-אביב

דאס ספר הייסט סופרים וספרים.
דער ספר איז אויפען זעלעבען שטייגער וויא דער אישים ושיטות.

אלע יאהר זייט דען, האלט מען און איין איבערדרוקען זיינע ספרים אבער משום איזה סיבה, דרוקט מען דער ספר נישט איבער.

ווייסט איינער אפשר פארוואס נישט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 2:23 pm
דורך farshlufen
אנטשולדיגט מיר ר' שמחה,
איך בין אינגאנצן נישט באקאנט מיט זיינע ספרים, אויף וואס זענען זיי געשטעלט און מיט וואס שטארן זיי ארויס פון אנדערע ספרים?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 2:29 pm
דורך מיללער
עטליכע קורצע ביאגראפישע שטריכן איבער רש"י זווין,

ער איז געבוירן אין קעזמירוב לעבן פינסק און א חסידישע שטוב, געלערנט האט ער אין די מירער ישיבה, ער האט זיך אנגעקערט צו חסידי חב"ד.

ארויפגייענדיג אויף אר"י אין תרצ"ה האט ער זיך אנגשלאסן אין די רעליגיעז-ציוניסטישע באוועגונג ווי ער איז פאררעכנט געווארן צווישן די רבנים פון זייער לאגער, אויסער זיינע חיבורים וואס ר' שמחה האט ער דערמאנט האט ער בשותפות מיט פראפ. מאיר בר-אילן (דער זוהן פונעם נצי"ב פון וואלאזשין) געגרינדעט דעם מפעל 'אינציקלופידיה תלמידית' וועלכע האלט היינט צוטאגס ביי ארום דרייסיג בענדער פון ערכים וענינים פון ש"ס בבלי וירושלמי, א מייסטער ארבעט פאר מענטשן וואס זוכען די ענינים.

ער איז נפטר געווארן כ"א אדר א' תשל"ח.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 2:44 pm
דורך scy4851
זיינע ספרים וואס מעקען כסדר טרעפען און מען דרוקט כסדר
זענען:
אישים ושיטות
המועדים בהלכה
לאור ההלכה
סיפורי חסידים חלק התורה און חלק המועדים.

דער סופרים וספרים, משום איזה סיבה, דרוקט מען נישט

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 24, 2008 11:46 am
דורך badatz
c
ב''ה
הרב זעווין וויא מען האט גערופען. האט געשריבען זיינע ארטיקלען קודם יעדען פרייטאג אין צייטונג פין דיא
מזרחי מיט דעם נאמען הצופה . נאך דעם האט עהר דאס ציזאמען גענומען אין געגעבען פאר אברהם ציוני
א מוציא לאור אין תל אביב .אין געמאכט פין דעם חיבורים .סאיז אפילו דא א בריוועל פון חזון איש צים מחבר
אז סאיז נישט דער מקום וויא ציא שרייבען דברי תורה. במקום שופכין .
בכלל איז הרב זעווין נישט געווען א בעל מחדש נאר א בעל מסדר.
דער עיקר איז עהר באווסט איז מיט דעם סעט ספרים אינצלקפדי' התלמדותית .
וואס עהר האט געמאכט דיא ערכין.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 24, 2008 11:53 am
דורך badatz
c
ב''ה
הרב זעווין האט אין דיא יונגע יאהרען ארויס געגעבען א ירחון מיט דעם נאמען יגדיל תורה . צוזאמען מיט
הרב טאמאשאוו המכונה המביט וואס האט שפעטער געוואינט אין בראנזוויל אין געווען דארט מגדולי הרבניםץ

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 24, 2008 1:51 pm
דורך חייקל
דער סיפורי חסידים איז זייער א געלונגענער ארבייט, און ענטהאלט אן אוצר פון באקאנטע חסידי'שע מעשה'לעך שיין איינגעטיילט לפי סדר פסוקי הפרשיות, און על המועדים.
באזונדער ברענגט ער גאר אסאך מעשיות פון צדיקי חב"ד.
ס'איז געווען 2 בענדער, לעצטענס האט מען דאס פריש איבערגעזעצט און צוטיילט אויף 3 בענדער.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 24, 2008 4:42 pm
דורך badatz
חייקל האט געשריבן:דער סיפורי חסידים איז זייער א געלונגענער ארבייט, און ענטהאלט אן אוצר פון באקאנטע חסידי'שע מעשה'לעך שיין איינגעטיילט לפי סדר פסוקי הפרשיות, און על המועדים.
באזונדער ברענגט ער גאר אסאך מעשיות פון צדיקי חב"ד.
ס'איז געווען 2 בענדער, לעצטענס האט מען דאס פריש איבערגעזעצט און צוטיילט אויף 3 בענדער.


ב''ה

הסיפורים שהוא מספר מחדר חב''ד הם סיפורים ידועים לקוחים מספר בית רבי מחיים - הילמאן שנדפס בבארדיטשאב וסיפורי הרה''צ יוסף יצחק זצ''ל
מליובאוויטש.
אך משאר האדמורי'ם הם סתם קיבוץ של סיפורים בלי שום בירור .
והדברים ידועים
דיא מעשו

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 24, 2008 4:52 pm
דורך חייקל
דאכט זיך מיר אז ער האט יא ביים סוף א מפתיח מיט עפעס מקורות אויף אלע מעשיות, נישט אזוי?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 25, 2008 6:40 am
דורך המסתתר
מורי ורבותי, בעפאר איר באארבעט אלע זיינע ספרים, איז כדאי צו וואוסן עטליכע שטריכן אויף דעם איד. נישט ח"ו אז וועגן דעם טאר מען נישט אריינקוקן אין זיינע ספרים, פארקערט גאר, ער האט זיינע השקפה דעות בכלל נישט אריינגעלייגט אין די ספרים, נאר וואזשע דען, למען הידיעה בעלמא, איז כדאי צו וואוסן: מה טיבו של זוין זה.

ממילא אפי' די הודעה זעהט אויס צו זיין שלא ממין הענין פונעם אשכול, איז עס אבער יא אזאנס.

יאמר לשבחו פון הרב זוין אז ער איז געווען א גרויסער תלמיד חכם, הגם ער איז נישט געווען קיין בעל מחדש נאר א בעל מסדר, אבער דאס דארף מען אויך קענען. ער איז אויך געווען א גרויסער ציוני, ס'איז שיין פון אים אז ער האט נישט אריינגעשטופט זיינע דעות אויף ציונות אין קיין איינע פון זיינע ספרים, אבער דאס ביסל וואס ער האט געשריבן אין אנדערע פלעצער געבן אונז א בילד אים אפצולערנען אין א ריכטיגן פערספעקטיוו.

צווישן זיינע באשרייבונגען אויף גיוס בני הישיבות ליינט זיך ווי פאלגענד:

"כל העם בארץ ובתפוצות, באין הבדל חוגים וסוגים, מפלגות וכתות... מבינים היטב כי אין תקומה ח"ו לישוב הארץ ולשארית הפליטה בגולה מבלעדי מדינה עצמאית בארצנו, שתקלוט בזרועות פתוחות את אחינו השותתים דם, הנעים ונדים באדמת הגולה הבוערת מתחת לרגלם."

נאך שרייבט ער ערגעץ אנדערש, קוקט און שטוינט:

"כתבו הפוסקים: חורבנן של ערי יהודה הוא, שעכו"ם מושלים עליהן. מסתבר, שעם שיחרורן של ערי יהודה משלטון נכרים והקמת מדינת ישראל (אשרינו שזכינו לכך!) בטל דין הקריעה על אותן הערים."

זוין האט געהאלטן אז מ'זאל נישט זאגן "מזמור שיר ליום השבת" יום העצמאות... אבער "הלל" איז לדעתו נישט קיין חילוק מיט א ברכה צו אן א ברכה. הגם ער אליין האט געזאגט אן א ברכה. ווי ער שרייבט:

"אע"פ שלדעתי מאן דעביד הכי לא משתבש ומאן דעביד הכי לא משתבש, מכל מקום מאחר שהרבנות הראשית בשעתו תיקנה לומר בלי ברכה ה"הלל" ביום העצמאות כך יש לנהוג למעשה."

זוין האט זיך מסתייג געווען פון צו זאגן אז מדינת ישראל איז ממש די גאולה רח"ל, ער ברענגט ארויס זיין קרומע השקפה אז די אויפשטאנד פון מדינת ישראל איז א הייליגע מאורע, וואס דאס איז געווען בעצם די דעה פון זיין רבי'ן א"י הכהן קוק, אבער נישט אז עס רעדט זיך פון אתחלתא דגאולה. זוין האט אבער מוחה געווען קעגן די מחשבה פון כוחי ועוצם ידי, און האט זיך מער פארלייגט אויפן לויבן און דאנקען דעם רבש"ע מיט הלל און קביעות סעודה. און אפי' דערביי לאכט ער אפ פון עסן מצה און גראז (וואס איז זעהט אויס געווען דעמאלט איינגעפירט ביי זיי)

אין א בלעטל "מחניים" וואס איז ארויס אין מיליטער פאר די סאלדאטן שומרי תומ"צ (?) שרייבט ער ווי פאלגענד:

"מדינת ישראל עצמאית היא בגדר נס ופלא ונחשבת כמאורע החשוב ביותר בכל ההיסטוריה היהודית בדורות האחרונים. למרות זאת אין אני נוטה לחוות דעה בתקומת ישראל אם היא אתחלתא דגאולה. אין אנו מצויים בסוד ד' ואין לנו אפילו מושג מאופן גאולת ד' שעתידה לבוא. כך שאוילי הוא לומר שתקומת ישראל על מכונו המוצאת את בטויה בתנ"ך, היא גאולת ישראל בהווה. ומשום שממלכתיות יהודית עצמאית הוא חזיון מופלא שאין עוררים עליו לפיכך מצווים אנו להודות ולהלל לד'. וכל שאינו נוהג כך – הרי הוא כאילו כופר בטובתו של הקב"ה."

"אולם שמחת מצוה זו צריכה לנבוע ממקורות ההלכה ומאושיות המסורת, ובהתאם לכך היא צריכה למצוא את ביטויה. המנהגים של אכילת מצה ומיני עשב (לזכר תושבי ירושלים שאכלו עשב בשעת המצור) וכדו' אינם אלא פארודיה של השלחן ערוך."

"מצינו במדרש רבה שמות כג: '"ויאמרו לאמר": נהיה אומרים לבנינו ובנינו לבניהם שיהיו אומרים לפניך כשירה הזאת בעת שתעשה להם נסים'. וכן נאמר בברייתא במגילת תענית פרק ט: בחדש כסלו, שמונת ימי חנוכה, למה ראו לגמור בהם את ההלל, אלא שכל תשועה ותשועה שהקב"ה עושה להם לישראל, הן מקדימין לפניו בהלל בשיר ובשבח ובהודאה, כענין שנאמר: ויענו בהלל ובהודות לד' וכו'. "

"בהתאם לכך חייבים אנו לקרוא את הלל ולערוך סעודה. עלינו לקבוע את יום העצמאות כיום הודיה לד', כיום שמחה משתה וששון אשר ישא את חותם המסורת. לדעתי צריך להבליט את הנס האלוקי שבעצמאות ישראל, ואין מקום לאשליה של כוחנו ועוצם ידינו קוממו את המדינה הזאת. ומתוך כך יש לקוות שברבות הימים תתפשט בקהל הרחב חגיגת יום העצמאות אשר תשא אופי של קדושה היונקת ממקורות התורה. "

זוין איז געווען זייער צובראכן פון די ליצנות'דיגע מעמדים וואס די מזרחי האט געמאכט אינעם יום העצמאות. און בפרט אויף עפעס א תיקון וואס משה צבי נריה האט אנגעהויבן איינפירן דארט. אט אזוי ליינט ער זיך אין בלעטל 'פנים אל פנים' עטליכע יאר שפעטער:

"אין בכוחנו לקבוע מנהגים דתיים. כל ה'טכסים' הנהוגים אצלנו ביום זה הם מלאכותיים וצרמוניים ותו לא. מגוחכים ממש הם הנסיונות לחבר 'תיקון ליום העצמאות' ומנהגים שונים. הרי זה ממש חוכא ואיטלולא. פארודיה של ה'שלחן ערוך'. זה יותר גרוע ממסכת פורים. כי מסכת זו נכתבה תיכף לכתחילה לשם ליצנות וצחוק ואילו 'תקון יום העצמאות' נתחבר בכוונה רצינית, אך הפך לפארודיה וללעג."

און יעצט רבותי, צוריק צום ענין, וואס טוהט מיטן ספר...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 25, 2008 9:34 am
דורך זיידעניו
יישר כחכם ר' שמחה פארן אינטרעסאנטע אשכול, און ישר כחכם המתתר פארן ווארפן א ליכט אויפן דעם איד מיט גענויע און פינקטליכע פרטים מה הוא.

אינעם מעשה ביכל ספורי חסידים האב איך אסאך געפילעוועט, עס איז שיין און ערליך און תוכן'פולע מעשיות.

באזונדער דארף ארויסגעברענג ווערן אז ער איז דער אנהייבער און ערפינדער פון דעם אנציקלופדיה התלמודית, וואס ער באנאזאם מיט בר-אלין האבן עס מסדר געווען, און אלע בענדער וואס עס איז ארויסעגקומען בחיוו איז ער - רב זוין - געווען דער עורך דערפון.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 25, 2008 9:35 am
דורך זיידעניו
נאך א בילד פונעם מדובר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 25, 2008 9:37 am
דורך זיידעניו
אויך איז כדאי אנצומערקן אז ער איז געווען אין די מועצת הרבנות הראשית, פון תשכ"ד.

בילד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 25, 2008 10:59 am
דורך badatz
ב''ה עס דארף דא ארויס גיברענגט צי ווערין אז אין דיא מכתבים פין ריי''ץ איז דא אסאך חילופי מכתבים מיט איהם.
ספעשעל אין דיא פינסטערע יארען איז עהר געווען דער בריח התיכון בעניני הכלל און צו דעם האט אויסגעפעלט מסירת נפש און עהר האט געהאט .
עהר איז געווען א תךמיד פין האדמו''ר ר' שמרי' נח מבברויסק זצ''ל וואס פין איהם געדרוקט צווייא בענדער מיט דעם נאמען שמן לששון עהר איז געווען דער ממלא מקום פין זיין ברידער המפורסם דער קאפוסטער דער בעל מגן אבות ו' חלקים .
אסאך רבנים זענען געווען תלמידי בברויסק .למשל בייא אונז הרב טעלושקין זצ''ל וואס איז געווען א פוסק נפלא.
א שטייגער וויא הרב הענקין ז''ל . וואס רוב אמעריקא איז געגאנגען לפי פסקיו .ווייל דער לוח פין עזרת תורה
איז געווען אין יעדע שהול .אין עהר דארט געשריבן זיינע פסקים.
הרב טעלושקין איז געווען דער יו''ר פין ןעד הרבנים דנוא יארק . עהר יעדען טאג געווען אין אפיס ץעהר האט זיך
געשלעפט אין אפיס פין איסט נוא יארק קיין מאנהעטין אפי' אויף דיא עלטער . ווייל עהר האט געהאלטען דאס פאר איין עבודת הקודש.אין דער עיקר עהר האט געלעבט איין זייער א באשיידען לעבין . אזוי וויא דיא אמאליגע גדולי וצדיקי עולם. ס'איז דא פין ספרים אבער דער עיקר איז באווסט
דער טהרת המים אויף מקואות.וואס ווערט באנוצט עד היום.בסופו איז דא א מכתב פין הרב לאנדוי מבני ברק מיט הוראות וואס עהר האט מקבל געווען פין רש''ב .ספעשיל דיא הוראה פין בור על גבי בור .
יהי זכרו ברוך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 25, 2008 2:09 pm
דורך חייקל
כ'האב נאכגעקוקט אין סיפורי חסידים, און ער האט טאקע דארט א ליסטע פון מקורות, ספרים און אישים, ווי דערמאנט פריער.
אבער ער זאגט נישט אויף די מעשיות, וועלכע ס'שטאמט פון ווי.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 22, 2010 6:53 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
מיך ליגט אין קאפ אז וועדן דער סאטמארער רבי זצ"ל בעל ויואל משה - דברי יואל איז געווען אין ארץ ישראל האט זיך איינמאל רב זוין צוגעשארט צו אים און אנגעפאנגען צו שמועסן מיט אים, און די רבי האט זייער הנאה געהאט פון אים. שפעטער האט דער רבי געהערט ווער ער איז, די קומענדיגע מאל ער איז געקומען שמועסן מיטן רבין. האט די רבי זיך אוועקגעדרייט די קאפ פון אים!...

אגב, איך האב זיינע ספרים ביי מיך אינדערהיים, פשוט כקען מיך נישט איינהאלטן. סאיז דאך מוראדיג. וה' הטוב יכפר

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 22, 2010 6:59 pm
דורך יהיה כן
טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:מיך ליגט אין קאפ אז וועדן דער סאטמארער רבי זצ"ל בעל ויואל משה - דברי יואל איז געווען אין ארץ ישראל האט זיך איינמאל רב זוין צוגעשארט צו אים און אנגעפאנגען צו שמועסן מיט אים, און די רבי האט זייער הנאה געהאט פון אים. שפעטער האט דער רבי געהערט ווער ער איז, די קומענדיגע מאל ער איז געקומען שמועסן מיטן רבין. האט די רבי זיך אוועקגעדרייט די קאפ פון אים!...


די מעשה איז געווען מיט ר' ראובן מרגליות בעמח"ס מרגליות הים, נפש חיה, ועוד ספרים רבים, נישט מיט רש"י זוין

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 2:36 pm
דורך צעיר באלפי ישראל
אם כי ציינתי בגליון ספריו כי היה המחבר לקוי באמונות ודיעות, וצריך לדעת ענין זה לפני שמתחילים לעיין בספריו

אך א"א להתעלם כי ספריו "אישים ושיטות" " ספרים וסופרים" ג' חלקים הם מעשי אומן מיוחד במינו עד להפליא, אשר ממש עונג והנאה צרופה לעיין בהם, איך הוא מנתח כל ספר ביקורת ושבח בחדא מחתא, מצטט קטעים ומנתחם באיזמל חד, דרכי המחברים ודרך לימודם. והספר אישים ושיטות, אה, אה, מצאתי בהם את שאהבה נפשי [כמובן לבד ממה שכותב שם על א' שנאסר ע"י כל גדולי ישראל אשר מפיהם אנו חיים].

עס איז נישט דא היינט אזוינס.

אוי וואלט ידידנו הרב מילער זיך מחיה געווען צו ליינען זיין אפהאנדלונג למשל אויפן ירחון "לקט שושנה" שי"ל בסאטמאר, וחבל שאין לי סקענע"ר.

וה' יכפר בעדי, כפי שסיים הנ"ל.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 5:58 am
דורך מיללער
אזוי, מאכט איר מיר שוין נייגעריג, הרב הצעיר, אולי יואיל מע"כ בטוב לכה"פ ליתן לי את המראה מקום/מקומות, איז דאס אין 'אישים ושיטות' אדער אין 'ספרים וסופרים'?

לאמיר קודם לטובת הציבור אהערלינקען די ספרים פון אים וועלכע געפונען זיך אפ אויף היברו-בוקס.

אישים ושיטות
לאור ההלכה
לתורה ולמועדים - חלק א'
לתורה ולמועדים - חלק ב'
מועדים בהלכה
[לשאלת גיוס בני הישיבות]

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 9:41 am
דורך צעיר באלפי ישראל
בספרים וסופרים ח"ג.



הספר אינו בנמצא.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 11:27 am
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
זיידעניו האט געשריבן:באזונדער דארף ארויסגעברענג ווערן אז ער איז דער אנהייבער און ערפינדער פון דעם אנציקלופדיה התלמודית, וואס ער באנאזאם מיט בר-אלין האבן עס מסדר געווען, און אלע בענדער וואס עס איז ארויסעגקומען בחיוו איז ער - רב זוין - געווען דער עורך דערפון.


ער האט אין אנפאנג אויסגעשטעלט די ערכים פאר "אלע" בענדער, ביזן סוף, אפילו פון די בענדער וואס איז נאכנישט ארויסגעקומען. דאס הייסט ער האט אויסגעשטעלט גאנץ תורה שבעל פה לפי ערכים.

א גאונות שאין כדוגמתו.

btw די אנציקלופדיה פארדינט זיך א באזונדערע אשכול. ובאופן כללי, די מענטשן וואס זענען "געגאנגען" דערפאר זענען פוחת והולך. דוכט זיך.

מהאלט שוין נאך 60 יאר דערפון, און זיי האלטן קוים ביי האלב. (עוז והדר וואלט עס געמאכט אין אפאר וואכן....)

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 5:31 pm
דורך נחמן נתן
לאו דוקא רבנים ואדמורי"ם פון סאטמארע חוגים האבן נישט געגליכן איהם און זיינע ספרים, נאר אפי' אזעלכע אדמורי"ם וואס האבן געוואוינט אין ארץ ישראל און נישט געהאט קיין שום ספעציעלען שייכות מיט סאטמאר, האבן נישט געגליכן נישט איהם און נישט זיינע ספרים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 5:16 pm
דורך משה'עלע
סאיז ארויס געקימען א ספר פון תולדות פוןאים איך והאב פארגעסען דעם נאמען איך וועל פאריכטען דעפ תגובה מיטען נאמען
אישים ושיטות דער ראגעטשאווער איינס אין דער וועלט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 5:55 pm
דורך חייקל
לעצטענס אויפגעפאסט אז אויך אין היימישע אויסגאבעס ספרים און גליונות ווערט פארצייכענט אלץ מקור זיין געלונגען ספר "סיפורי חסידים", וואס ביז גאנץ לעצטענס האט מען זיך נאך נישט געטרויעט דאס אנצוגעבן פאר א מקור.

אבער באמת איז די זעלבע מיט צייטונגען און אויסגאבעס, וואס ביז נישט אזוי לאנג צוריק, איז געווען אן אנגענומענער פאקט אלץ דבר פשוט אז ס'איז נישט מאסגעבענד צו אנצייכענען דער מקור אויף א מעשה אדער א תורה'לע איז אין צייטונג אדער אויסגאבע פלוני. בכלל האט מען נישט אפיציעל מלקט געווען פון אנדערע ליקוטים, ליקוטי בתר ליקוטי, אבער פון צייטונגען און גליונות איז געווען מאן דכר שמי', נאר גאנץ לעצטענס איז דאס געווארן מער א (נארמאלע) ערשיינונג.

דאס ערשטע ספר וואס איך האב געזעהן אנצייכענען א צייטונג אלץ מקור איז געווען "אמרות צדיקים" א שיינער ליקוט פון סיפורי צדיקים וועלכע זענען דערציילט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מקלויזענבורג זצ"ל, וואס דער ארץ ישראל'דיגער מסדר האט אנגעצייכענט ביי יעדע מעשה אין וועלכען גליון פון צייטונג פלוני עס איז געשטאנען, לענ"ד האט עס אוועק גענומען דעם טעם, ווען ער לאזט בלויז דעם מקור פון אלע מעשיות - מפי השמועה בשם כ"ק אדמו"ר זצ"ל, וואלט שוין בעסער אויסגענומען.

כאטש איך וואלט נאך דעם סיפורי חסידים געהאלטן פאר א בעסערע מקור ווי צייטונגען, נאר צוליב זיין שיטה און אישיות האט מען זיך געשעמט מיט איהם.

אינעם ספר "זכרונם לברכה" אויך יארצייטן (מאת ר' אהרן סורסקי?), זענען רוב מקורות אויף די מאמרים נישט פון ספרים וכדומה, נאר פון היינטיגע רבי'ס, גדולי ישראל, עסקנים, אויסגאבעס, א.ד.ג. - אבער דארט האט עס אפשר מער א מהלך אז ער איז געקומען דייקא ברענגן פרישע - נאכנישט געדרוקטע - סחורה, צ.ב.ש. ער ברענגט אסאך למשל פון כ"ק אדמור"י וויזניץ שליט"א, און וואס איז געדריקט געווען בשמם אין גליונות, און דאס זעלבע פון פילע מגידים אדער עסקנים.
אגב, דער "זכרונם לברכה" עס איז עטליכע בענדער לויט די יארצייטן איז א שיינע ארבייט, איך האב הנאה דערפון, אבער דער שינוי אין דעם ענין פון ווי מען קלויבט איז זייער אויפפאלענד.

האט נאך איינער אפשר אויפגעפאסט דעם טויש?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 6:32 pm
דורך תרנגול
יעפס חייקל איך האב אויך געקויפט דעם סעט זכרונם לברכה (מחבר איז הרב אהרן פרלוב) און איך גלייך עס זייער. וועגן דיין הערה איבער די אויפפאלענדע מהלך פון ווי ער נעמט זיינע מקורות, פערצופאל האב איך זייער ליב דעם סטייל, און רוב ליקוט ספרים פונעם מחבר לויפן אויף דעם וועג, איך געדענק נישט פונקטליך אלע נעמען, אוצרות צדיקי וגאוני הדורות, אוצרותיהם של צדיקים, וכו' וכו'.