אויפן פארלאנג פונעם עולם, ברענג איך די המשך פון דעם שרייבער אויפן ספר "חמדת ימים":
אין קורצן פון פריער
דער ספר חמדת ימים איז גענומען פון א כתב יד וואס איז געשריבן געווארן אין צפת, פון וועלכן דער מחבר איז אומבאקאנט. נאכדעם וואס דער ספר ווערט איבערגעדרוקט עטליכע מאל טענה'ן מעוררים אז דער ספר איז א שבתאי'שער ספר, און עס שטאמט אפשר גאר פון נתן העזתי אליין.
א שליח פון ארץ-ישראל מיטן נאמען רבי שבתי קומט אן קיין טערקיי, און אויפן וועג צוריק איז ער זיך משתתח – לויט דעם ארטיגן מנהג – ביי קברי צדיקים אויסער דער שטאט. ווען מען ווייזט אים אויפ'ן קבר פונעם חמדת הימים מאכט ער עס אוועק מיט די הענט. ארויסגייענדיג פון שטאט פאלט ער אראפ פונעם אייזל און צוברעכט זיך די הענט. ער גייט צוריק און בעט איבער דעם חמדת הימים. מיט יארן שפעטער ווערט זיין זון נפטר אין שטאט און מען באערדיגט אים נעבן דעם חמדת הימים.
איצט ליינט ווייטער
אשכנזים און ספרדיםצווישן די אשכנזים האט מען זיך על-פי-רוב צוריקגעהאלטן פון לערנען אין חמדת הימים. הגם עס זענען פאראן פון די תלמידי הגר"א וועלכע ברענגען אים אראפ, און עס זענען אויך פאראן השערות אז דער גר"א אליין האט זיך פארלאזט אויף אים אין זיינע פסקים, האבן רוב אשנז'ישע גדולים זיך דאך צוריקגעהאלטן פון לערנען דעם ספר. דאקעגן צווישן ספרדים ברענגען רוב גדולים יא אראפ דעם חמדת הימים.
עס איז אינטערעסאנט צוצוברענגען וואס איינער פון די גדולי ספרד, רבי יהודה פתייה זצ"ל, שרייבט, אז איינמאל, פארן גיין שלאפן, האט ער מעיין געווען אין ספר חמדת הימים, מגילת אנטיוכוס, און אין חלום האט מען אים מגלה געווען אז דער מחבר פון ספר חמדת הימים איז געווען א רשע.
אונטערן טישצווישן די חסיד'ישע גדולים הערשט א צעמישעניש אין דעם ענין, און עס איז נאכנישט געהעריג אויסגעפארשט געווארן.
אין שבחי בעל-שם-טוב ווערט געברענגט אז דער מחבר איז געווען ביים תולדות אויף שבת, און האט דארט געהערט אז דער בעל-שם-טוב איז געווען אויף שבת פרשת נח אין שאריגראד. מוצאי שבת האט דער בעל-שם-טוב זיך געפירט צו זאגן אלע זאכן וואס ער האט געזען יענע וואך אויבן אין הימל. יענע וואך האט ער געזאגט אז אין דער פארגאנגענער וואך איז נסתלק געווארן דער מעשה רוקח, דער רב פון אמסטערדאם. דערנאך האט דער בעל-שם-טוב געזאגט ווי פאלגנד: "דעם קומענדיגן יאר וועט ארויסקומען א נייער ספר, דער נאמען פון דעם ספר ווייס איך נאכנישט ווייל עס האט נאכנישט קיין נאמען. דער מחבר פונעם ספר איז איינער פון כת-ש"ץ ימ"ש. עס וועט זיין געשריבן אויף א געשמאקער שפראך און מענטשן וועלן עס גלייכן און דאס וועט אראפברענגען א טמאה אויף דער וועלט."
יענעם יאר איז ארויסגעקומען דער ספר "חמדת הימים". רבי יואל, דער מגיד פון נעמירוב, האט געקויפט דעם ספר. איינמאל איז דער בעל-שם-טוב געווען אין נעמירוב ביי רבי יואל'ן, און זעענדיג דעם ספר האט ער געזאגט: "א ספר פסול ליגט אויף דיין טיש?" דער בעל-שם-טוב האט דאן גענומען א שמוציגע שמאטע, איינגעוויקלט דעם ספר דערין און עס געלייגט אונטערן טיש.
די מעשה איז נישט מדיוק, ווייל דער מעשה רוקח איז נסתלק געווארן אין יאר תק"ב, בעת דער חמדת הימים איז געדרוקט געווארן אין יאר תצ"א, איבער צען יאר פריער.
דער שמד חלוםנאך ווערט געברענגט אין שבחי בעל-שם-טוב, אז איינמאל האט דער בעל-שם-טוב גע'חלומ'ט אז איינער פון זיינע תלמידים וועט זיך שמד'ן רח"ל. דער חלום האט זייער באזארגט דעם בעל-שם-טוב, האט ער גענומען נאכזוכן ביי זיינע תלמידים, ביז איינער פון זיינע תלמידים, רבי אליעזר פון טאניספאלי (וועלכער איז, אגב, געווען א שארפער לוחם קעגן כת ש"ץ) האט אים געזאגט אז ער האט מעיין געווען אין ספר חמדת הימים איידער ער איז געגאנגען שלאפן, און דער בעל-שם-טוב האט געזאגט אז דאס איז דער פשט פון דעם חלום.
חסידי'שע רביים מיטן חמדת הימיםפון דער אנדערער זייט איז באקאנט אז דער בעל תיקוני שבת, וועלכער איז געווען מקורב צו חסידי'שע רבי'ס, ברענגט דעם ספר חמדת הימים עטליכע מאל. אויך דער בית אהרן פון קארלין ברענגט אים, און דער מקדש מלך, אויף וועלכן דער בארדיטשובער רב זצוק"ל גיבט א הסכמה, שרייבט נאך פון חמדת הימים. ווען הרה"ק רבי הערשעלע זידיטשובער זצוק"ל פלעגט לערנען אינעם ספר מקדש מלך האט ער אויסגעלאזט יעדן שטיקל וואו עס איז געווען דערמאנט דער חמדת הימים, זאגנדיג "בהדי הוצא לקי כרבא".
אין ספר תורת חיים (מהרה"ק ר' חיים מקאסוב זצוק"ל), ברענגט ער א שטיקל פון מקדש מלך, בנוגע יום-טוב שני של גליות. דער מקור דערפון איז פונעם חמדת הימים, אבער דער תורת חיים שרייבט נישט ארויס אז עס קומט פונעם חמדת הימים. פון איין זייט זעט מען אז דער תורת חיים ברענגט פון דעם ספר, אבער פון דער צווייטער זייט דערמאנט ער נישט דעם חמדת הימים.
עס וועט זיין א ליצנותווי באקאנט זענען פאראן דריי סידורים פונעם אר"י הק': סידור אר"י לר' שבתי, סידור אר"י לר' קאפיל, און סידור אר"י שתיקן ר' אשר (פון די חכמי בראד).
ווען מען האט געדרוקט דעם סידור אר"י פון ר' אשר, איז מען געקומען צום עטרת צבי אז ער זאל געבן זיין הסכמה דערויף. בלעטערנדיג אין סידור האט ער געזען ביי תשליך א תפילה וואס איז גענומען פון ספר חמדת הימים, האט ר' הערשעלע געזאגט אז מען זאל נישט אריינלייגן די תפילה, ווייל אויב יא וועט עס זיין א ליצנות. למעשה האבן די מדפיסים יא אריינגעלייגט די תפילה, און הפלא ופלא, צום סוף פון דער תפילה שטייט "יהיו לרצון אמרי פי", אבער דא איז בטעות ארויסגעפאלן דער ר' פון "לרצון", און עס איז אויסגעקומען "לצון". די קפידה פונעם עטרת צבי האט געשאדט און עס איז טאקע געווען א ליצנות...
היינט מעג מען עס שוין לערנעןעס איז מקובל אז א חסיד האט אמאל געפרעגט דעם עטרת צבי פון זידיטשוב אויב ער זאל קויפן דעם חמדת הימים, און דער עטרת צבי האט אים געזאגט אז ער זאל עס נישט קויפן. יארן זענען אריבער און דער חסיד האט נאכאמאל געוואלט קויפן דעם ספר, און צו זיין וואונדער האט דער רבי אים געגעבן ערלויבעניש עס צו קויפן. אויף זיין פראגע פארוואס אמאל האט ער עס נישט געלאזט קויפן און היינט לאזט ער יא, האט ר' הערשעלע געענטפערט אז עס איז אראפגעקומען א צדיק אויף דער וועלט, וועלכער איז א גלגול פונעם בעל חמדת הימים, און ער האט שוין מתקן געווען די נשמה פונעם חמדת הימים.
דאס זעלבע ווערט געברענגט פון הרה"ק משינאווא זצוק"ל אין נאמען פונעם ראפשיצער רב זצוק"ל, אז וויבאלד עס איז אראפגעקומען אויף דער וועלט א געוויסער צדיק מעג מען שוין לערנען אינעם חמדת הימים, ווייל יענער צדיק איז געווען דער גלגול פונעם חמדת הימים און ער האט שוין מתקן געווען זיין נשמה.
רבי חיים פאלא'גי, וועלכער פארטיידיגט שטארק דעם ספר חמדת הימים, שרייבט אז עס איז מקובל אז דער חיד"א האט געהאט א ניצוץ נשמה פון דעם חמדת הימים.
לדוד ה' אוריא פרשה פאר זיך איז דער מנהג פון זאגן לדוד ה' אורי וישעי אין די טעג פון חודש אלול און תשרי. עס זענען געווען צדיקים וועלכע האבן דאס נישט געזאגט, האלטנדיג אז דער מנהג שטאמט פונעם חמדת הימים. אזוי האט זיך געפירט כ"ק מרן בעל דברי חיים מצאנז זצוק"ל און דער מנהג ווערט נאך אנגעהאלטן ביי זיינע ממשיכים, די אדמור"י צאנז, באבוב. מאידך גיסא איז פאראן א שמועס פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מצאנז-קלויזנבורג זצוק"ל, אז אין צאנז האט מען נישט געזאגט א זאך וואס שטייט נישט אין שלחן-ערוך, דערפאר זאגט מען נישט "לדוד ה' אורי" ווייל עס ווערט נישט אראפגעברענגט אין שלחן ערוך.
צווישן די צדיקים וועלכע האבן דאס נישט געזאגט געפינען מיר דעם חוזה פון לובלין, אוהב ישראל מאפטא, זרע קודש מראפשיץ, יהודי הקדוש מפרשיסחא, הצדיקים לבית זידיטשוב, קאמארנא, ספינקא, ועוד.
הגה"צ רבי פנחס חיים טויב זצ"ל מראזלא שרייבט אין א בריוו אז ער איז אמאל געווען אין קארלסבאד, וואו עס האט זיך דאן געפונען הגה"צ מפאריסיב זצ"ל, און ער האט געהערט פון אים אז ער האט מקובל איש מפי איש פון זיין זיידן דער יהודי הקדוש אז ער האט נישט געזאגט לדוד, ווייל אזוי האט זיך געפירט זיין רבי, דער חוזה פון לובלין, וויבאלד דער מנהג שטאמט פון ספר חמדת הימים. נאך האט ער צוגעלייגט, אז די צדיקים וואס האבן דאס יא געזאגט האבן זיכער נישט געוואוסט אז עס שטאמט פונעם חמדת הימים, וויבאלד זיי האבן דאס געזען אין סידור אריז"ל, און זיי האבן געמיינט אז עס שטאמט פונעם אריז"ל; אבער דער אמת איז אז עס שטאמט פונעם חמדת הימים.
באמת געפינען מיר שוין דעם מנהג נאך פארן חמדת הימים, אבער פון דעם אז מען זאל עס זאגן בציבור אין בית-המדרש איז דער חמדת הימים דער ערשטער מקור.
אנגענומענער ספררוב חסידי'שע גדולים ברענגען צו דעם חמדת הימים, צווישן זיי אדמור"י חב"ד, סאטמאר, זידיטשוב, גור, און נאך. כ"ק מרן אדמו"ר מהרמ"מ מליובאוויטש זצוק"ל האט געזאגט פאר איינעם וועלכער האט אים געפרעגט צי ער זאל לערנען אינעם חמדת הימים, דער רבי האט אים געענטפערט בלשון תמוה: "איר האט שוין אלעס געלערנט אז יעצט ווילט איר שוין דאס לערנען?".
אין ספר מושיען של ישראל ברענגט ער אראפ בשם כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר זצוק"ל, אז ער האט בקבלה פון זיין טאטע'ן אז דער מחבר פון ספר חמדת-הימים איז געווען אן איש קדוש. אין ספר ויגד משה ברענגט ער בשם דעם ברך משה זצ"ל אז ער האט געהאט א ספר חמדת הימים, בירושה פונעם ישמח משה זצוק"ל.
עס זענען פאראן וועלכע ברענגען אים אין ראשי-תיבות, ווי "חמדה"י", "חמד"י" אדער "חמ"י" און אפילו "ח"י" צי "חה"י". עס זענען אויך פאראן אזעלכע וואס ברענגען אים אן דעם נאמען פונעם ספר, נאר סתם "בספר אחד" א.א.וו.
אין גליון אור ישראל איז געווען געדרוקט עטליכע מאמרים איבער דעם ענין. ער קומט צו דער מסקנה אז דער ספר "חמדת הימים" איז א ליקוט פון עטליכע ספרים און דער מחבר האט נישט געקוקט פונקטליך פון וואו ער נעמט.
למעשה זענען פאראן פיל תפילות און מנהגים וועלכע מיר זאגן היינט פון וועלכע דער מקור איז דער חמדת הימים. אינ'אמת'ן אבער קען מען נישט פונקטליך וויסן, ווייל עס קען זיין אז דער חמדת הימים ברענגט עס סתם צו און דער מקור איז שוין א פריערדיגער.
סוף כל סוף איז דער ספר אנגענומען צווישן אידן אלס א הייליגער ספר, הגם עס זענען געווען וועלכע האבן זיך צוריקגעהאלטן פון לערנען דערין (בעיקר די אשכנז'ישע גדולים).
די פרשה פונעם חמדת הימים איז נאך ווייט פון קלאר ווערן, מיר האבן דעריבער געברענגט נאר דעם אויבערפלאך מיט די דעת פון גדולי ישראל, מיר וועלן זיך דעריבער דא אפשטעלן און לאזן יעדן אננעמען לויט זיין מנהג.
עד כאן וואס איז נוגע דעם ספר חמדת ימים. דער שרייבער האט נאך שטיקלעך וואו ער רעדט ארום איבער מנהגים און תפילות וועלכע זענען אונטער חשד אז עס שטאמט פון כת ש"ץ, אויב איך וועל נאכאמאל נישט האבן וואס צו טון וועל איך עס איבערטייפן (אויב דער עולם וועט מיר בעטן).