בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 5:35 pm
דורך scy4851
עס איז דא א דיון צי דער יונתן אויף חומש איז אטענטיק
דאס איז איינע פון די טענהס.
אגב די ראשונים דערמענען נישט תרגום יונתן על התורה, נאר אויף נ"ך
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 6:53 pm
דורך יעקעלע פוקס
כבוד ידידי ר' שמחה שליט"א
מכאן עד פרשת וירא... מיינט לכאורה פון אנפאנג, ווייל ער האלט דאך כמעט ביים אנפאנג
ער זאגט אין הערה 3, אזוי ווי ער איז דאך מלקט, האט ער אפיר געקראצט א פשט פון עפעש א ר' שמואל, און ער פירט אויס, אז לויטן פשט קיקט נישט אויס אז דער ר' שמואל איז משלנו, עס שמעקט נישט פונעם רשב"ם,
לפי זה איז א ראי' מיט וואס איך פריער געזאגט אז אפילו ביז אהער איז נאר א ליקוט און נישט פינעם רשב"ם אליין, ודו"ק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 3:06 pm
דורך אלץ-ווייסער
הרב פוקס
הרב מילער פרעגט זייער גוט, און קיין ענטפר האט ער נישט באקומען.
ווער זאגט אז דער אבן עזרא האט זיך באצויגן צו דעם געפעלשטן רשב"ם.
די אלע זאכן וואס דו שרייבסט איבער די צוגעלייגטע רשב"ם ביז פ' וירא איז גאר אלטע קלאנגען, אבער געוואלד ווי טרעפט מען עפעס א מקור מוסמך וואס זאל עס האבן גע'אסור'ט.
מ'רעדט דאך דא פון א פירוש וואס איז שוין געדרוקט געווארן זייער לאנג צוריק, פארוואס האבן עס נישט די גדולי פון אמאל פארווערט?
עס איז נישט קיין סוד, אז מ'קען טרעפן אין אבן עזרא מערערע מאל ווי ער איז בפירוש מחולק מיט אפענע חז"ל'ס, וועט דען עמיצן היינט איינפאלן צו זאגן אז מ'טאר עס נישט האלטן אין שטוב.
מ'קען טאקע נישט צוגלייכן די פראבלעמאטישע רשב"ם וואס איז ביי מיר קלאר אז ס'איז נישט פון הייליגן רשב"ם, אבער עס איז פון דיר אויך נישט פארהוילן, אז אויפן פירוש אבן עזרא זאגט אויך די וועלט אז "תלמיד טועה" כתבם (אויף די זאכן ווי ער איז מחולק מיט חכמינו ז"ל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 5:56 pm
דורך יעקעלע פוקס
כבוד ר' אלץ ווייסער שי'
גיב א קיק אינעם בריוו וואס דער שב"ק האט געשיקט פארן אבן עזרא, און קיק די פי' הרשב"ם, וועסטי זעהן מיט א קלארקייט אז ווגען דעם איז די מדובר, הגם עס מיז טאקע נישט זיין אז די פי' וואס זיין תלמיד האט אים געברענגט איז געווען פינעם רשב"ם, אבער עס איז דער זעלבער פי' און די זעלבע פשט, און די חילול שבת וואס קימט ארויס איז פון ביידע גלייך,
דאס וואס די זאגסט אז די ציגעלייגטע רשב"ם איז אלטע קלאנגען האב איך פאר דיר נייעס, גיב א קיק אין די לינק וואס איך האב אויווען ציטירט וואס פארמאגט די רשב"ם ביז וירא און ער שרייבט קלאר אינטען אין די הערות אז עס איז נישט וואס די פי' רשב"ם עה"ת, ער זאגט דאס האט מען מלקט געווען פון דברי רשב"ם פון אנדערע מקומות, און עס איז קלאר נאר א ליקוט, און גיב א קיק דארט ווי ער זאגט אליין אויף איינע פון די פירושים (אינעם ליקוט חלק) דאס איז פון עפעס א ר' שמואל און לכאורה נישט פון רשב"ם ווייל ס'שטימט נישט מיט זיין געדאנקען גאנג, איז אזוי :
#1) זיי זאגען אליין אס עס נאר א ליקוט, #2) האב זיי אליין ספיקות אויב אפילו אין די ליקוט צי די ר' שמואל איז טאקע די הייליגע רשב"ם, #3) האט דאך א סיבה פארוואס מיר האבען דאס קיינמאל נישט געהאט געדריקט, נאר עפעס אן אלטען דריק פון הינדרעט יאר צירוק #4) והעולה על כלנה האט אוודאי און אוודאי די אפיקורסישע רייד נישט די הייליגע רשב"ם געזאגט
וויאויך געדענק איך א שמועס פון 15 יאר צירוק אז דער דריקער פון דעם מ'כלומר'שטן רשב"ם איז געווען א אנהענגער פון דעם באוויסטען אפיקורס מענדלסאהן שר"י, הגם הרב מילער זאגט אז לפי סדר הדורות שטימט דאס נישט, ווייל מנדלסון איז געווען היבש פריער, קען זיין אז ער איז געווען א אנהענגער פון שפעטער, אדער גאר אן אפיקורס פאר זיך, (ח"ו איך זאג נישט אז ער איז געווען, איך זאג אז עס איז יתכן), הכלל: אזוי ווי איך האב געזאגט עס איז געווען א שמועס פון בערך 15 יאר צירוק און ס'איז מיר שווער עס יעצט מברר זיין די די אוטענטישקייט דערפון (דעריבער וועל מיר זיך באגעניגען לעת עתה מיט 4 בירורים)
ווען די קרעטשמע וואלט ווען שוין געווען בנמצא דעמאלץ, וואלט איך בלית ברירה אראפגענוגעלט דעם ענין ביזן מקור הראשון (אויב עס פארמאגט)
"ווען מיין באבע וואלט געהאט פליגלען וואלט זי געפלויגען"
און וואס די פרעגסט, הלמאי די פירוש איז שוין הינדרעט יאר אלט פארוואס האט מען עס נישט פארדאמט, שני תשובות בדבר, קודם ווי שוין געשמועסט ווער האט עס דען געדריקט, אפשר איז דער ראזין טאקע געווען א אפגעפרעגטער, מילא האט נישט אויסגעפעלט מאכן א רעש אויף יעדע עולה זיינער עקסטער, והשנית זעטסטאך מ'האט עס טאקע נישט געדריקט ביי אונז קיינמאל (און ווען די המאור איז ארויסגעוואקסען איז טאקע געווען א טומעל)
און וועגען די הייליגע אבן עזרא איז א שמועס פאר זיך (יעצט זעמער אינעם רשב"ם אשכול)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 7:07 pm
דורך scy4851
יעקעלע פוקס האט געשריבן:מכאן עד פרשת וירא... מיינט לכאורה פון אנפאנג, ווייל ער האלט דאך כמעט ביים אנפאנג
יעקעלע,
איך ווייס נישט וויא די זאגסט אז ער האט מלקט געווען פון אנפאנג
מכאן עד פרשת וירא ...מיינט ביי מיר
פון דא נישט
פון אנפאנגביז דא האט ער געטראפען און פון דא , וויבאלד ער האט נישט געטראפען, און כדי עס זאל זיין א דבר השלם, איז ער מלקט און שטעלט צי
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2008 9:44 am
דורך יעקעלע פוקס
כבוד ידידי ר' שמחה
כמה תשובות בדבר:
קודם כל, ער האלט ביי די ערשטע פאר פסוקים, און זאגט אז פון דא ביז פ' וירא איז א ליקוט, ווילסטי זאגען, אז די ערשטע פאר פסוקים האט ער געהאט ביי זיך, פון וואס ער האט אליין געשריבען און דערנאך דריי גאנצע פרשות איז א ליקוט?!, לייגט זיך ענדערש אויפן סברה אז ער מיינט פון אנפאנג ביז וירא, טאקע נאר א סברה (אבער א שטארקע)
#2 גיב א קיק די פסוק פריער, וואס דאס איז שוין א קלארע בירור, ער זאגט א פשט, און לייגט צי די ווערטער (אינטען ביי די הערה) ואלם כל מבין יראה שאין זה דרך רבינו שמואל ב"ר מאיר, ואם כן ר' שמואל אחר הוא המפרש, לשיטתך, אז מכאן מיינט נאר פון דא, און ביז דא האט ער אליין געשריבען, וואס איז פשט פון כל מבין יראה שאין זה רבינו שמואל ב"ר מאיר, טא, ער האט דאך אליין געשריבען, אבער לשיטתי שטימט אמחיה עס איז אויך נאר א ליקוט, אפילו ביז אהין, און מכאן איז לאו דוקא פון די רגע, און ממילא לייגט ער צי אז דער מלקט האט געטראפן א ר' שמואל אבער לויט פי' זעט מען אז עס איז נישט אונזער רשב"ם,
#3 מיט די אלע בירורים אינאיינעם, קיק איבער מיינע ווערטער, איך האב געשריבען "לכאורה"
והעולה על כלנה, איז די קאנטרעווערסיע וואס אונז באהאנדל מיר, סייווי שפעטער ווי ער זאגט שוין קלארע דיבורים אפילו לשיטתך אז עס איז נאר א ליקוט, ועל זה אנו דנין
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 9:18 am
דורך יעקעלע פוקס
אינטערעסאנטע רשב"ם די וואך:
אלץ ווען איך לערן חו"ר פ' תצא פלעגט מיר שווער זיין ביי די פרשה פון מוצא שם רע, ופרשו את השמלה .ואלה בתולי בתי, רש"י איז דאך דער וואס זאגט פשטות המקרא און ער טיישט ופרשו את השמלה 'הרי זה משל, מחוורין הדברים כשמלה' ער זאגט דאך קלאר עס איז א משל האט דען די פסוק נישט קיין משמעות און פשטות,
ביז עטליכע יאר צירוק האב איך געטראפען דעם רשב"ם, און זאגט די ווערטער , את בתולי: לפי הפשם דם בתולים שעל השמלה, זייער שיין קלאר און פשוט
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2008 10:35 am
דורך scy4851
יעקעלע,
דער רמב"ן אויפען פלאטץ מאכט אוועק רש"י פשט און לערענט אויך אוויא דער רשב"ם.
עי"ש
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2008 9:34 am
דורך יעקעלע פוקס
גיט מארגען ר' שמחה
איך האב נאכגעקוקט דעם רמב"ן און עס איז אזוי די זאגסט, ער שמועסט עס ברייט אויס מיט א קלארקייט, ווי אויך האב איך נעכטן נאכט געטראפען די משכיל לדוד זאגט אויך די זעלבע, און זיי רייסען אראפ רש"י פאר די פשט,
אבער זיי ציטירן ביידע די גמרא אין כתובות פרק נערה המאורסה דף מ"ו, וואס דארט איז דא א מחלוקה צווישען ר' אליעזר בן יעקב מיט די רבנן, צי עס איז געווען ממש בתולים אויפן שמלה, אבער ער פירט אויס אז רש"י וואס גייט לפי פשטות וואלט דעדארפט ווען זאגען ווי ראב"י וואס איז לפי הפשט, אבער וואס איך פארשטיי נישט איז, אז לויט די רבנן מיז מען דאך זאגען אז שמלה מיינט מען נאר א משל ווי רש"י ברענגט, נו וואס איז געפערליך אז רש"י ברעגט די פשט ווי די רבנן!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2008 10:10 am
דורך scy4851
אפשר וועגען משנת ר אליעזר בן יעקב קב ונקי האט רש"י ענדערשט געדארפט ברענגען זיין פשט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2008 1:39 pm
דורך יעקעלע פוקס
גיט
אדער קען זיין אפשר, רשיה"ק איז דאך נישט קיין מכריע צווישן די הייליגע תנאים, איז לפי דרכו, וואלט ער ווען געדארף מסביר זיין, וועלכע שטימט בעסער מיט פשוטו של מקרא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2008 2:18 pm
דורך מיללער
איך וואלט געזאגט אז לפי האמת איז אלו ואלו דא"ח, ווייל אויב קען מען נישט פורש זיין את השמלה כפשוטו, דאן נוצט מען דעם משל . אבער רש"י וואס איז א פשטן וואלט געברויכט דטייטשן כפי פשוטו של מקרא אדער עכ"פ ברענגען ביידע פשטים.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2008 12:22 pm
דורך יעקעלע פוקס
כ'בין געווען פאריגע ליל שישי ביי א שמועס, וואס איז ארויסגעקומען אינמיטן, עפעס א שיטה אז פאר מתן תורה איז די טאג געווען פאר די נעכט (די שמועס איז געווען לגבי ישמעאל אויב ער איז שוין געווען ממש דרייצן ביי זיין ברית) אבער איך בין אויפגעשפרינגען לגבי אונזער אלטע דיון וועגען דעם פארפלאנטערטע רשב"ם איבער ויהי ערב ויהי בוקר,
איך האלט נאך אינמיטן מברר זיין הדברים, אבער עס גייט היבש שווער, די ת"ח דא זענען מכובד מיט עזוב תעזוב
יש"כ
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2008 2:31 pm
דורך מיללער
ר' יעקל,
כ'האב נאך דעם געדאנק קיינמאל נישט געהערט, אבער אויב ביי די בני נח איז לילה הולך אחר היום, איז דאך זייער מסתבר אז אזוי איז געווען פאר מתן תורה לויט די דעה איז די אבות ושבטים האבן געהאט א דין בני נח.
כ'דערמאן מיך א פשט וויאזוי די אבות הק' האבן שומר געווען משמרתה של תורה, לכאורה נכרי ששבת חייב מיתה, איז פארהאן א תירוץ אז זיי האבן געטאן א מלאכה מוצאי שב"ק וואס ביי גוי איז נאך דעמאלטס שבת אבער אלס איד איז דאך שוין זונטאג ודו"ק.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2008 4:12 pm
דורך גד
קוק אריין אין פנים יפות על התורה. אין פרשת נח ביי יום ולילה לא ישבותו
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2008 8:42 pm
דורך scy4851
ר' יעקעלע, ר' מיללער
הרב גד האט אנגעצייכענט א פנים יפות וואס ענטפערט דער קשיא אז אויב די אבות האבען געהאט א דין בן נח וויא אזוי האבען זיי געקענט האלטען שבת אלץ גוי ששבת וכו'
אפען כלומרשט רשב"ם ביי ויהי ערב ויהי בקר קען מען נישט ניצען דער סברא ווייל דער לשון איז דארט "הרי הושלם יום אחד מן הו' ימים שאמר הקב"ה בי' הדברות" און דאס איז זיכער יום אחר הלילה (מערעדט דאך פון מתן תורה), און דער 'רשב"ם' וויל זאגעו אז דער טאג פונען עשרת הדברות איז לילה אחר יום