בלאט 1 פון 1

אידישע ליטעראטור

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 05, 2008 10:12 pm
דורך גרויזאמער
יא, איך בין אהערגעקומען מיטן מאווינג טראק, איך בין געווען זיכער אז איך האב א שאפע און איך קען עס אראפדראפען ביים אוצר הספרים, און די גבאים וועלן זיך שוין מוטשען מיט דעם, וועלן זיי זיין צופרידן וועלן זיי עס נעמען, אז נישט וועלן זיי זיך מוזן ספראווען מיטן צונעמען דעם שאפע, און זוכן ווי צו געבן די אלע אידישע ביכלעך. א שטייגער ווי אידן פלעגן טון מיט שמות ערב פסח אין די בתי מדרשים.

ווי ערשטוינט בין איך אבער געווארן זעהנדיג אז די גבאים האבן פשוט פארשלאסן דעם טעכנישן טירל פון מנדב זיין נייע שאפעס, זיי האבן שוין - זעט אויס- עקספיריענס מיט די ליטווישע אידלעך וועלכע קומען אין פארנט פון די בתי מדרשים מיט די אלע שמעקעדיגע ביכלעך פון די נ' יארן מיט די צוקנייטשטע דעקלעך, און לאזן דארט די שיריים, אויפן קאפוויי פון די שמשים.

גוט, וועל איך עס דא האלטן מיט מיר, און די גבאים וועלן אהערקומען עס באקוקן, צו עס איז ראוי לעלות על שולחן האוצר.

דער אוצר איז א דייטשער אוצר פון אידישע ליטעראטור, ווי אויך פילע לשון הקודש'דיגע ספרים, גאר אינטערסאנטע און זעלטענע.

דאס איז די לינק
http://www.literatur-des-judentums.de/

לדוגמא, געבט א קוק דעם ביכל.
http://tinyurl.com/6l472z

גראדע יעצט אינמיטן שרייבן, קומט ארויף בזכרוני, אז דער גאנצער אוצר איז געעפנט געווארן דורך מיין אינטערווענץ, איך האב נישט יעצט די צייט אפירצוזוכן יענע אשכול, ווי זאגט רש"י? "די זוכערס זאלן עס אויפזוכן"... אבער איך שפיר פאר א זכיה ווייטער צו אויפבויען דעם אוצר, און די מנהלים זאלן "איבערקוקן דעם ביל".

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 05, 2008 10:31 pm
דורך קרעמער
דער זעלבער סייט אויף ענגליש:
http://www.literatur-des-judentums.de/j ... kript=Home

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 05, 2008 10:32 pm
דורך גרויזאמער
יישר כח, איך האב נישט באמערקט די אפציע דארט אונטן צו אנשטעלן אויף ענגליש

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 10:43 pm
דורך סאכדעס
גרויזאמער, יישר כוח פאר די שיינע סייט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 6:57 am
דורך סלונימער
קודם כל,א גרויסן יישר כח פאר דעם לינק
און א שאילה איז
אפשר ווייסט איינער ווי קען מען זען דארטן וואס פארא ספרים אויף אידיש און לש"ק זענען פאראן דארט,איך האב געזיכט און לעת עתה האב נישט אויסגעזיכט דארט שום קיין רשימה פון די אלע ספרים וואס זיי האבן דארט ארויפגעשטעלט.מע קען אריינברענגען די ווערטער דארט אין סערטש און געפינען א אויסגעקלויבענע בוך,נאר צו זען וואס זיי האבן דארט אינגאנצן אין זייער אוצר קען מען נישט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 7:51 am
דורך מאשקע
אונטן איז דא א קנעפל, וואס מ'קען אראפציען און אויסקלויבן צו ווייזן א ליסטע לויט'ן מחבר, נאמען פון בוך, יאר, און נאך עטליכע קאטעגאריעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 8:16 am
דורך סלונימער
א גרויסן דאנק הרב מאשקע!
א מאדנע זאך,וואס איך האב עס נישט באמערקט אליין.
איך זע,אז עס זענען דארט פאראן אסאך ווערק אויף אידיש פון די כופר´ישע אידישיסטישע שרייבער,כדוגמת שלום עליכם וכו..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 9:06 am
דורך מאשקע
וכדוגמת פרץ און אסאך אנדערע.

וואס קען מען טון? זיי זענען געווען אמאל "די" שרייבער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 11:07 am
דורך scy4851
און א פריוואטע אישית האב איך דאס געשיקט צי הרב גרויזאמער

איך האב שוין געהאט געזעהן דעם לייברערי שוין א שטיקעל צייט צירוק.
איך בין געווען מסופק וועגען שטעלען, ווייל איך ווייס נישט צי די מחברים דארט זענען אויסגעהאלטען לפי רוח פונעם עולם דא.

מצידי, איך בין זייער ליבעראל און די זאכען, ווייל איך האלט אז דער עולם איז געניג 'מעטשאר ' אויף אויסוועלען וואס יא און וואס נישט.

און בין א שטארקער ליבהאבער פון ספרים און איך האב א גרויסע לייברערי פון ספרים, ביי מיר און דערהיים.
אסאך פון די ספרים אפען seforimonline.org סייט זענע געקומען פון מיין פריוואטען לייברערי. איך האב אפילו און מיין באזיטץ א ספר אויפען חשבון פון מולד הלבנה, וואס דער מחבר איז א באוויסטער קראי.



איך האב טאקע געזעהן דארט ווערק וואס זענען זייער ציוניסטיש געשטימט און אויכעט פון כופרים.
אבער אזוי איז עס, אוויא מאשקע האט געזאגט.

אלענפאלס, עס איז א העליכען אוצר אוויא מעזאגט אויף ענגליש
It's a GOLD MINE.

למשל
איך זעה דארט דער אבקת רוכל פון רבינו מכיר [רש"י הקדוש רבי] און אידיש
תורת משה פון אלשי"ך און אידיש
גמרא'ס איבער געזעצט אויף אידיש פון איינער דר' יעקב מאיר זאלקינד
חומשים געדרוקט און פראג און שנת תי"א מיט די חומש און רש"י איבערגעזעצט אויף דייטש-אידיש ביי איינער יצחק בן שמשון הכהן [דער מהר"לס איידעם אפשר.?]
פארשידענע מחזורים געדריקט און אפענבאך
פארשידענע מחזורים געדריקט און אמסטערדאם
די ווערק פון דעם פוקר שלום עליכם
פארשידענע ווערק פון מענדעלע מוכר ספרים אויף וועמען דער היילעגער חתם סופר האט זיך שארף אויסגעדריקט ' בספרי רמ"ד אל תשלחו יד'
א חובות הלבבות אויף דייטש-אידיש
א ספר אויף חכמת היד איבערגעזעצט אויף אידיש [גיי ווייס פארוואס דאס איז געווען אזוי נייטיק]
פארשידענע ספרי מנהגים פון קהלת אין דייטשלאנד

און נאך און נאך..

פאר די היסטאריקער...
א זייער אן אינטערעסאנטע חיבור איז דא דארט. א פסק דין קעגע אפיקורסים, איבערגעזעצט אויף אידיש, 71 רבנים זענען אינטער געשריבען, וליתר שאת זענען אינטעגעשריבען ר' אייזיקעל זידישובער ז"ל דער רברי חיים ז"ל, און ר' הערשעל ליסקער ז"ל.
בתוך הרבנים החתומים זעהט מען
ר' הלל ל"ש ז"ל אבדק"ק סיקס
דער קול אריה ז"ל
דער ייטב לב ז"ל
ר' מענדער פאנעט ז"ל אבדק"ק דעעש
ר' אברהם יצחק גליק ז"ל, טאלשעווער רב

די ביבליאגראפישע אינפארמאציע פאר דער ווער עס וויל עס זעהן

Title: Sefer Pesaq bet din
Addition: dos izt der Pesaq Bet Din wos 71 gdole rabbanim und batte dinim in Ungarn, herois gegeben haben gegen di epikorsm ; iber zetzt und oif geklehrt oif ivri taits
Translation of Title Proper: Rabbinische Gerichtsentscheidung (gegen die "Epikuräische Gesinnung")
Statement of Content: Beibl. des "Amud Hajirah" Nr. 9
Statement of Size: 16 S.
Book Number: Jud. Germ. 997
Place of Printing: Ungvár
Printer: Jäger
Place of Publication: [S.l.]
Publisher:
Date of Publication: 1866

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 12:03 pm
דורך מאשקע
ר' שמחה, במחילת כבודך, רמ"ד און מענדעלע מוכר ספרים זענען צוויי אנדערע מענטשן. דער רמ"ד האט געהייסן משה דעסויער, און מענדעלע מוכר ספרים האט געהייסן שלום יעקב אבראמאוויטש.

והשנית, ביטע גיב מיר די אינפארמאציע איבער'ן ספר אויף חכמת היד. ס'קען מיר זיין אינטערעסאנט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 12:17 pm
דורך scy4851
ס'האט זיך מיר אלטס געדאכט אז זיי זענען דער זעלבער.
כ'האב קיינמאל נישט געטוהן און ליטעראטור ווערק. איך בין מער און ספרי קודש

בנוגע דער חכמת היד

שטעל דער לינק און דיין בראוסער.
צי זעהן דעם ספר אליינס, געב א דריק דארט וויא די זעהסט

http://www.literatur-des-judentums.de/j ... ahme&erg=0

עס ווערט דערמאנט אופען שער בלאט א ספר שושנת יעקב
דער ספר האב איך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 12:20 pm
דורך מאשקע
יישר כח. כ'האב עס געטראפן. ס'איז א קורץ ביכל פון בלויז 18 בלעטער, און דאכט זיך אז דאס האב איך געהאט אמאל אלס בחור.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 5:30 pm
דורך מיללער
גרויזאמער,
א גרויסן דאנק פארן אוצר, ווי אנדערע האבן ערווענט ברויך מען א שטארקען בירור אוכל מתוך פסולת ממש אבער עס איז דא סחורה דארט.

געציילטע ערליכע ספרים וואס איך האב געטראפן:
שלחן ערוך דפוס לעמבערג
הספד פונעם נודע ביהודא אויף די קייזערין מאריע טערעזיע אויף דייטש
פלא יועץ
ספרי ר' שלמה אבן גבירול

אינטערעסאנט ער האט דארט יהושע ראקערס בוך 'דער סאנזער צדיק' אויך.

אינדערצווישן האב איך דערוויטש א בילד פונעם משכיל הנ"ל שלום יעקב אבראמאוויטש הנודע בכיניו מענדעלע מוכר ספרים.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 5:51 pm
דורך זארעכפעפער
און אויב נעמען מיר אן דעם היינטצייטיגן באגריף אז א בילד אין די בחינה פון 'והיו עיניך רואות', דאן גייט דער אויבנדערמאנטער בילד אריין אין כלל פון 'אסור להסתכל'...
*

א באזונדער דאנק פאר מר. גרויזאמער ירום הודו, פארן מנדב זיין דעם שאנק. איך האב נאך קיין סאך צייט נישט געהאט ארומצושפאצירן דארט צווישן די פאליצעס, אבער אויף וויפיל איך האב שוין יא פארבראכט דערויף האב איך גענאסן דערפון אויסטערלישע פארגעניגנס. ס'איז א יוניאיק לינק. יישר כחך.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 5:55 pm
דורך books
די נאציאנאלע יידישע ביכער סענטער אין מאסעטוטשעס, האט ארויסגעשטעלט א גרויס טייל פון זייערע יידישע ביכער אויפן נעץ, אין א דיגיטאלישן פארמאט.

די ביבליאטעק אין מאסעטוטשעס איז א ביבליאטעק פון 'בלויז' יידישע ביכער, רעליגיעזע ווי להבדיל סעקולארע צוגלייך. אלע סארטן ספרים און ביכער וועלכע זענען נאר אמאל געדרוקט אין יידיש. אנגעהויבן פונעם צאינה וראינה, עין יעקב און אפי' 'בית יהודא חומש', אזוי אויך קוק-בוקס, יאר-ביכער און אלמענאכ'ס, ביז צו להבדיל אלע יידישיסטישע ביכער.

דא איז א לינק: http://www.archive.org/details/national ... bookcenter

צווישן אנדערע איז אממערסטענס אינטערסאנט, פאר אידישע שריפטשטעלער, דאס בוך:
דער אוצר פון דער יידישער שפראך, פארפאסט דורך נחום שטוטסקאוו, אונטער דער רעדאקציע פון מארקס וויינרייך.

עס פארווארפן זיך דארט זייער אסאך 'היימישע' אידישע ביכער בכלל (אריינגערעכנט אידישע מדרשים, חסידישע מעשיות און היסטאריע באשרייבונגען פון גדולי ישראל), און ספעציעל אסאך אלטע ביכער און לעקסיקאנען זיך צו לערנען שרייבן אידיש (פארשטייט זיך דאס איז שוין פון די 'נישט היימישע'), מ'דארף נאר האבן צייט און געדולד זיך אביסל ארומצושפילן.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 5:58 pm
דורך מיללער
בוקס,
א דאנק פאר די לינק די שפראך חברה וועלן זיך באלעקן די פינגער.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 7:05 pm
דורך חוקר
קען מען אפשר דאנלאדן פון דער סייט וואס גרויזאמער האט אראפגעברענגט?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 7:50 pm
דורך scy4851
חוקר
אזוי וויא עס זעהט אויס, קען מען נישט.
מעקען אבער פרינטען א יעדעס בלעטעל פאר זיך.
אויב די האסט געדולד און צייט זיך ארום שפילען, קען איך דיר געבען אן עצה.
פרינט וואס די דארפסט, אבער שטעל דער סעטונג פון דיין PC צי פרינטען צי א פייל נישט צום פרינדער.
דערנאך שטעלט מען ציזאם די אלע פיילס און איין גרויסע פייל.
(איך האב שוין דאס געטוהן אמאל)
אויס די דארפסט מער פרטים וויא אזוי דאס צי טוהן לאז מיך ציוויסען און אישית

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 7:57 pm
דורך חוקר
יישר כח אבער עס נעמט צו לאנג