בלאט 4 פון 4

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 18, 2011 8:47 am
דורך א טענצל!
מאטעס האט געשריבן:אויך האט דער רב יידל ארוסגעגעבן א תרגום פון דעם 'זהר' אויף לשה"ק, מען דערציילט אז גייענדיג נעמען הסכמות אויף דעם תרגום איז ער אנגעקומען צום 'ראדזינער' דער בעל התכלת זצ"ל און ער האט אים געבעטן א הסכמה, האט אים דער ראדזינער געזאגט ער זאל קומען אויפמארגן וועט ער אים געבן א הסכמה, אויפמארגן געט דער ראדזינער א הסכמה געשריבן אינגאנצן אויף 'פויליש' אפילו די תוארים וכדו' איז געווען אויף פוליש, זאגנדיג עם האט אזוי קוקט אויס א 'תרגום' אויפן זהר


שטימט נישט אינגאנצן, די "זהר תורה" איז ארויסגעקומען ווען ער האט שוין געוואוינט אין קאנאנדא און דארט משמש געווען ברבנות. ס'איז גראדע אינטרעסאנט ווי אנפאנג פון די ספרים "זהר תורה" (אין יעדן באנד עקסטער) איז אריינגעדרוקט א בילד פונעם מחבר. אויך האט ער א הסכמה דערויף פון הר' קוק

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 05, 2011 12:11 am
דורך dovidal
א טענצל! האט געשריבן:
מאטעס האט געשריבן:אויך האט דער רב יידל ארוסגעגעבן א תרגום פון דעם 'זהר' אויף לשה"ק, מען דערציילט אז גייענדיג נעמען הסכמות אויף דעם תרגום איז ער אנגעקומען צום 'ראדזינער' דער בעל התכלת זצ"ל און ער האט אים געבעטן א הסכמה, האט אים דער ראדזינער געזאגט ער זאל קומען אויפמארגן וועט ער אים געבן א הסכמה, אויפמארגן געט דער ראדזינער א הסכמה געשריבן אינגאנצן אויף 'פויליש' אפילו די תוארים וכדו' איז געווען אויף פוליש, זאגנדיג עם האט אזוי קוקט אויס א 'תרגום' אויפן זהר


שטימט נישט אינגאנצן, די "זהר תורה" איז ארויסגעקומען ווען ער האט שוין געוואוינט אין קאנאנדא און דארט משמש געווען ברבנות. ס'איז גראדע אינטרעסאנט ווי אנפאנג פון די ספרים "זהר תורה" (אין יעדן באנד עקסטער) איז אריינגעדרוקט א בילד פונעם מחבר. אויך האט ער א הסכמה דערויף פון הר' קוק

ער האט אסאך חשוב הסכמות פון אדמורי רחמסטריווקא און מהרש"ב מליבאוויטש ועוד

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 07, 2011 6:33 pm
דורך cano
קרעדיט הוברא בוקס

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 6:26 am
דורך שטארק זיך
כל כולו תמוה, פון איין זייט אזוינע ערענסטע חיבורים, ומאידך.....

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 8:04 am
דורך msp
וואס טוט מען נישט פאר פרנסה...
וואונדערליכע מעשה'לעך האט זיך בעסער פארקויפט ווי נגלות הזוהר וכדומה

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 12, 2011 4:42 pm
דורך מלאכי
זארעכפעפער האט געשריבן:הרב אלץ-ווייסער, ידעתי בני ידעתי. מיינט איר טאקע אז איך בין נישט קיין נייגעריקער מענטש? און מיינט איר טאקע אז איך האב זיך נישט אנגעליינט אין מיינע בחורישע יארן איבער דעם אמיתיות הגולם? איך האב דאך אייך צוגעצייכנט דאס ספר'ל (וואס דער מו"ל איז גראדע געווען א בן דורו פון דעם ר' יודא'ן) וואס איך האב אמאל געליינט, און יענער גראדע האלט אויך קליפ און קלאר אז דער גאנצער גולם איז נישט מער ווי א בובע מעשה פון הרב ראזנבערג'ן.

אלנספאל, צוריק צו די הגדה
*

וואס גיאות פון איין ווארט קען אלץ ברענגען... בני היכלא מיין פריינד, דו האסט אן אנונג נישט וואס דו האסט געמאכט מיט מיר! ליינענדיג דיין תגובה בין איך געלאפן צו היברו בוקס, זיך אויפגעזוכט אן אלטן 'גבורות' (אן די הגדה בלויז דעם חיבור), און איך בין דאס דורך פרק לפרק זוכנדיג דעם שטיקל פון פתיחת הדלת (כ'האב נישט געטראסט דעם סוירטש, אמער איך מוז דאך זיין גערעכט...) און גארנישט! אן קיין רחמנות! איך בין אנגעקומען לסוף פרק ס"ד וואו ער רעד פון כוס שלישי ורביעי והלל, און לחרפתי האט מיר דאס ביטערע מציאות געקלאפט אין פנים; ער דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן דעם שפוך חמתך טירל! איך בין גליקליך צו קענען אויסשרייען:

"איר זיינט שוין צום וויפלטן מאל ווידער גערעכט!"

דער רבי ברענגט טאקע בלויז דאס וואס ס'שטייט אין דעם ר' יהודה יודלס אויסגאבע! טאקע א פלא, גלייב מיר אז איך זאג דיר פלא איז פלא. די הגדה האט ר' יודא געדרוקט תרס"ה, דער רבי איז שוין דאן געווען א אינגערמאן נאך די חתונה, איז טייטש ער האט אים געטראסט מחמת ריחוק המקום אדער איז אים נישט אין חלום געקומען אז דא קען זיין פארשטעקט א זיוף?

דער באקאנטער חוקר לספרי קבלה, וגרשום שלום שמו, ער בעארבעט דאס ערגעץ אין די סיני אויסגאבן (אין די יו"ד יארן ערגעץ) און כ'מיין אז ער איז דער גאנצער אויפטרעפער פונעם זיוף. א זוך אויף רב גוגלען האב איך געזען, אז א געוויסער 'בענעדיקט' איינער, האט דאס אויך בעארבעט, אבער הערשט מיט יארן שפעטער, אין די מ"ם יארן.
*

און יא, מיט יארן צוריק ווען איך האב געלערנט מס' נדרים, איז מיר אויסגעקומען א צוויי דריי מאל אריינצובליקן אין זיין "ידות נדרים", ער איז נישט שלעכט...


די קשיא פלאגט מיר אויך יארן. נניח אז דער רבי זצ"ל מחמת ריחוק מקום האט נישט געוויסט אז דער טעם פון פתיחת הדלת קומט נישט פין מהר"ל,
אבער דער רבי בויט דאך אויף דעם שטארק, אנגעהויבן פין סימן מ"ט ווי ער איז מעתיק דעם גאנצן שטיקל "ומבואר מזה דעתו ז"ל שהסימן הברור לידע אם הוא גאולה הוא מה שאמר הכתוב הנה אנכי שולח לכם את אלי', ואך בזה יתוודע אם הוא גאולה" וכו'

אין דערנאך זאגט די רבי אז פין רמב"ם זעהט נישט אויס אזוי, אין דער רבי גייט אריין אין א טיפע פלפול מסביר צו זיין די מחלוקת צווישן מהר"ל אין דעם רמב"ם, די פלפול ציט זיך ביז סוף אות נ"ד, וואס דארט פירט די רבי אויס "והעולה מכל הנ"ל, שדעת מהר"ל הוא כדעת הרבה ראשונים וכו' ולכן כתב זה ליסוד חזק שלא לטעות בגאולה של שקר, כי נראה אם בא אלי' קודם"

דוכט זיך אז ביים סוף המאמר דערמאנט דער רבי נאכאמאל דעם מהר"ל

דאס איז זיכער אז אפילו די טעם פתיחת הדלת איז נישט פין מהר"ל ווערט גארנישט נשתנה פין די יסוד וואס דער רבי שטעלט אהער אז אסאך ראשונים האלטן אז אליהו מוז קומן פאר משיח (עיין לשון הסמ"ג שהביא רבינו סוף אות נ')

אבער דאך, וויאזוי זאל איך אננעמן אז די גאנצע מהר"ל איז בטעות? און וואס זאל איך זאגן פאר מיינע קינדער בטעם פתיחת הדלת?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 12:33 am
דורך dovidal
פירושו על הזהר הקדוש התחיל בצעירותו כשגר ברוסיא

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2012 9:10 am
דורך farshlufen
ספר מקוה יהודה
בו יבואר איך שיש ביכולת לעשות בכל בית מקוה קטן
כשר לטבילה. אם אך מימי נהר גדול יומש ך לתוכו על ידי
סילונות המונחים בארץ ותקנה גדולה נשנה כאן להציל
נפשות רבות מעונש כרת רח״ל. כי יטהרו במים טהורים.
http://www.hebrewbooks.org/52203

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2012 9:16 am
דורך הרבטייטעלבוים
ידוע דער ענין מאי שנא פראג מפרעשבורג, דבפראג לא היה רישומו של הנו"ב ניכר אחר שני דורות, ע"י המקואות הקטנות בכל בית שהיה בפראג, שמעתי.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2012 1:48 pm
דורך יוסף שרייבער
קיינמאל נישט געהערט די סברה, וואס הייסט?

גל עד

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 5:36 pm
דורך dovidal
הגיע אלי ספר ישן גל עד משי"ר ראפופורט בו דן אודות הגי=ולם ע"כ לא המציא זה ר יודל רז"ב

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:51 pm
דורך שוועמל
איך האב חשק זיך איינהאנדלן דעם נייעם זוהר ע"פ מתוק מדבש, וואו קען מען'ס קריגן ווייסט איינער?

אפשר באלאנגט אין באזונדער אשכול.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 01, 2012 5:35 am
דורך msp
יא עס באלאנגט אין "איך זוך א ספר...."