בלאט 3 פון 5

געשריבן: מאנטאג מארטש 09, 2009 3:07 pm
דורך farshlufen
מיללער, צוליעבן פאסטן ארבעט נישט מיין קאפ ווי עס באדארף.

דעם לינק האב איך גענומען פון א. בראדי'ס קאמענט אויף דעם בילד. [ער האט נאר ארויסגעלאזט איין אות פון דעם לאנגן אדרעס]

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 12:13 am
דורך דוד משמש
איך פארשטיי נישט עס קען נישט זיין אז איינער טראכט אויס מעשיות - וואס איז נישט מנוגד לתורתינו הקדושה כגון דער גולם פון פראג
(אלס קינד איז נאך נישט געווען די אלע היינטיגע פיקטיווע מעשה ביכלעך האב איך מיך באלעקט די פינגער מיט זיינע מעשיות ..

וואטס די פראבלעם ?.. אז ער האט נישט געשריבען אנפאנג פיקציע ??? (ער באט נישט אויסגעפאלגט די אמעריקאנער געזעטץ ??)

שטעלט אייך פאר אז איינע קומט ארויס למשל מיט א מעשה אז דער מנחת אלעזר האט באשאפען א גולם מיט א לאנגע מעשה ( ויי די מהרש"א מיט מאניש).. און ער שרייבט נישט אנפאנג פיקציע איז עס א עוולה.. יעדער ווייסט ממילא אז עס איז נישט אמת
ער האט זיך מסתמא נישט געכאפאט אז די יונגע קינדער וועלן אויפ וואקסען און עס וועט ווערן דעם טומעל..

א מענטש דארף דאך ברענגען פרנסה און שטוב .. נישט אזוי..

ווי נישט ווי זיין ווערק אויף זוהר פלעג איך ניצען מיט געשמאק ביז עס איז ארויס די ספר הקדוש מתוק מדבש פון הרה"צ רבי דניאל פריש זצ"ל..
ממיילא מיז נישט זיין אז אלעס אנדערשט איז זיוף

אז א דרוקער געט ארויס א גמרא טאר ער שוין נישט דרוקען איך ווייס לאמיר זאגען די מעשה ביכעל " אויפען וואשינגטאן בריק"??
איך ווייס נישט אבער איר ווייסט דאך אויך נישט ....

??

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 10:04 am
דורך מיללער
איך האב לעצטענס באמערקט אז אויסער דעם דערמאנטן זוהן ר' אהרן אלימלך, איז געווען נאך א זוהן פון ר'יהודא יודל, א רב ומחבר ספר ר' מאיר יהושע ראזענבערג, ער איז געווען רב אין די שטעטלעך; פלעינפיעלד נ.זש., לאנג-ברענטש נ.זש., האליק מאס. און ספרינגפיעלד מאס., אויף היברו-בוקס איז פארהאן דריי בענדער פון זיינע חיבורים 'כור המבחן' וועלכע איז אזא סארט 'שואל ומשיב' אויף יו"ד ח"א.

דער שער בלאט אויף הל' מליחה

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2009 3:28 pm
דורך farshlufen

געשריבן: דינסטאג יולי 21, 2009 4:21 pm
דורך מיללער
היינט האט איינער געשריבען אויף די 'קברים סייט' איבער נאך א זוהן פון ר' יהודה יודל, ר' אברהם יצחק ראזענבערג איז געווען אן איידעם ביי ר' ר' שמואל אברהם ראבינאוויץ המכונה 'דער בראנזווילער רבי' הרב ראזענבערג איז געווען רב אין סאוואנא, זשארזשיע ווי ער האט פיל געלייסטעט לטובת די ארטיגע אידן און אידישקייט.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 12:08 am
דורך סעיגען
דוד משמש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט עס קען נישט זיין אז איינער טראכט אויס מעשיות - וואס איז נישט מנוגד לתורתינו הקדושה כגון דער גולם פון פראג
(אלס קינד איז נאך נישט געווען די אלע היינטיגע פיקטיווע מעשה ביכלעך האב איך מיך באלעקט די פינגער מיט זיינע מעשיות ..

וואטס די פראבלעם ?.. אז ער האט נישט געשריבען אנפאנג פיקציע ??? (ער באט נישט אויסגעפאלגט די אמעריקאנער געזעטץ ??)

שטעלט אייך פאר אז איינע קומט ארויס למשל מיט א מעשה אז דער מנחת אלעזר האט באשאפען א גולם מיט א לאנגע מעשה ( ויי די מהרש"א מיט מאניש).. און ער שרייבט נישט אנפאנג פיקציע איז עס א עוולה.. יעדער ווייסט ממילא אז עס איז נישט אמת
ער האט זיך מסתמא נישט געכאפאט אז די יונגע קינדער וועלן אויפ וואקסען און עס וועט ווערן דעם טומעל..

א מענטש דארף דאך ברענגען פרנסה און שטוב .. נישט אזוי..

ווי נישט ווי זיין ווערק אויף זוהר פלעג איך ניצען מיט געשמאק ביז עס איז ארויס די ספר הקדוש מתוק מדבש פון הרה"צ רבי דניאל פריש זצ"ל..
ממיילא מיז נישט זיין אז אלעס אנדערשט איז זיוף

אז א דרוקער געט ארויס א גמרא טאר ער שוין נישט דרוקען איך ווייס לאמיר זאגען די מעשה ביכעל " אויפען וואשינגטאן בריק"??
איך ווייס נישט אבער איר ווייסט דאך אויך נישט ....

??


דער חילוק איז נאר אז דער מזייף הרב ראזענבערג האט אנגעגעבן אז זיינע פאלשע פון-פינגער-ארויסגעזויגענע געשיכטעלעך זענען אמת. דער מחבר פון "אויפ'ן וואשינגטאן בריק" האט קיינעם נישט איינגערעדט אז זיין נאוועלע האט ווירקליך פאסירט.
ועוד, אפגעזען וואס ראזענבערג'ס כוונות זענען געווען, האט ער קלאר געליטן פון א פסיכאלאגישער דראנג וואס האט אים געטריבן מזייף צו זיין. זיין הגדה מיט'ן פירוש פונעם מהר"ל איז אויך מלאה זיופים.
עס איז אונז היינט שווער קלאר צו פארשטיין צו דעם מהות פון הרב ראזענבערג ווייל היינט זענען מיר געוואוינט צו כאראקטעריזירן מענטשן מיט שווארץ און ווייס. אויב איז ער א רב און א מחבר ספרים קען ער שוין נישט זיין קיין זייפן. ולא היא, כבר היה לעולמים אז ערליכע מענטשן האבן פרובירט - און טיילמאל מצליח געווען - מזייף צו זיין ספרים. עס נעמט נישט אוועק פון זייער ערליכקייט, אבער פון דער אנדערער זייט קען מען נישט לייקענען אז זיי זענען געווען אומגעווענליכע קאלירפולע מענטשן מיט פילזייטיגע אינטערעסן. (וע"ע "ספר האשכול")

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 9:41 am
דורך איטשע
scy4851 האט געשריבן:עין בשו"ת חכם צבי תשובה צ"ג שדן בענין אי יכולים לצרף לעשרה ולכל דבר שבקדושה, גברא הנוצר ע"י ספר יצירה.
ורבים רוצים להביא ראיה מכאן שהסיפור על המהר"ל מפראג שברא גולם, לא היה ולא נברא, שהרי
החכם צבי היה נכד להמהר"ל, והביא עדות לדבריו שיש ביכולת לברוא גברא ע"י ספר יצירה, מזקינו
ר' אליהו בעל שם, ולא הזכיר כלום מזקינו המהר"ל.


דער חכם צבי איז בפירוש נישט געווען קיין אייניקל פון מהר"ל, והא ראי' זיין זון הגאון יעב"ץ רופט אין זיין ספר שאילת יעבץ דעם מהר"ל חו"ז.

לנושא הענין, אזוי ווי מארגען גייט זיין 400 פונעם מהר"ל'ס פטירה, האב איך באשלאסען אביסל נאכצוגיין דער זאך.
איין זאך איז זעכער אז דער ענין פונעם גולם איז שוין געווען באוויסט נאך פאר הרב ראזענבערג האט געחלומ'ט דערפון.
אין ספר ברכת אברהם (בוטשאטש) ווערט געברענגט אז דע מהר"ל האט באשאפן א גולם.
און איך האב געזעהן אז דער ליובאוויטשער רבי האט נאכגעזאגט פון זיין שווער דע מהריי"ץ אז ער האט געזען די איבערבלייבענישן פונעם גולם אין פראג.
עס ווערט געברענגט אז דער שואל ומשיב האט געוואלט ארויף גיין אויפן בוידעם, האט עם דער שמש פארציילט אז דער נודע ביהודה פראגער אז געווען, און האט גע'אסרט ארויפצוגיין.
אין ספר גלעד (תרטז!!!) מאכט מען שוין חוזק פונעם גולם, דער מחבר איז געווען א משכיל.

למעשה זעהט אז די משכילים זיי זענען געווען בראש פון "גולם פארלייקענערס".

איך האף בקרוב צו האבן נאך פרטים.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 2:36 pm
דורך בן בוזי
א שיין בילד פון ר' יודל ראזענבערג

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 7:58 am
דורך מאטעס
לנוכח הביקורת הרבה המוטחת כנגד הרי"י רוזנברג, יש ל זכור את החלק הטוב פעליו לשמירת התורה והמצוות בקרב ההמון,
להלן לינק לספרוא בריוועלע פון די זיסע שבת מלכתאבהיותו רב במונטריאל

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 12:17 pm
דורך מאקאווער
איטשע!!
אפשר קענסטו אנצייגן ווי עס ווערט געברענגט אז דער שו"מ האט געוואלט ארויף גיין אויפן בוידעם?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 12:21 pm
דורך מאקאווער
נאך א זאך איטשע
סנישט קיין נפק"מ צו דער חכ"צ איז געווען אן אייניקל
דאס איז אמאל זיכער אז אויב סוואלט געווען א גולם וואלט דער חכ"צ עס צו געברענגט
אלע דיינע זאכן און ראיות איז א בחינה פון הרוצה לשקר ירחיק עדותו
ביזדערווייל האסטו נאכנישט געברענגט קיין איין קראנטע ראי' מראה מקום אדער באווייז מזאל זיך ריכטיג קענען דערגרונטעווען אויף די ווארהייט פון דיינע ווערטער

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 5:38 am
דורך איטשע
מאקאווער האט געשריבן:נאך א זאך איטשע
סנישט קיין נפק"מ צו דער חכ"צ איז געווען אן אייניקל
דאס איז אמאל זיכער אז אויב סוואלט געווען א גולם וואלט דער חכ"צ עס צו געברענגט
אלע דיינע זאכן און ראיות איז א בחינה פון הרוצה לשקר ירחיק עדותו
ביזדערווייל האסטו נאכנישט געברענגט קיין איין קראנטע ראי' מראה מקום אדער באווייז מזאל זיך ריכטיג קענען דערגרונטעווען אויף די ווארהייט פון דיינע ווערטער


1. פארוואס זאל דער חכ"צ ברענגען א ראי' פונעם מהר"ל ווען ער האט זיין זיידע!
2. בוטשאטשער רב איז נישט גענוג ראי'? ער איז נסתלק געווארן שנת תר"א, אסאך פאר הרב ראזענבערג איז געבוירן!!
3. דער סיפור מט'ן שואל ומשיב איז געדרוקט אין "מגלת יוחסין למהר"ל". עס איז געדרוקט געווארן שנת תרכ"ד בחיי השואל ומשיב. אויך אסאך פאר הרב ראזענבערג.

ווי זעהסטו דא "הרוצה לשקר ירחיק עדותו"?
למעשה וועגן דעם ויכוח איז שוין דא אן אנדערע אשכול, און לעצטענס האט מען צוגעברענגט א בריוו פון חוקר יוחסין הרב וועקשטיין, ווי ער צייכענט צו נאך מקורות.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 8:03 am
דורך farshlufen
חברה, טוטס א טובה פאר די חברים און דעבאטירטס די נושא אליין אן איבערקייען קיין אלטע זאכן, ווי אויך האלטס ביטע אלעס בקרעטשמע אחד אינעם שוין דעזיגנירטן אשכול.

געשריבן: מאנטאג ינואר 04, 2010 2:40 pm
דורך מיללער
החוקר ר' שניאור לעהמאן שרייבט א לענגערע ארטיקל אויף ספרים בלאג, איבער די אוטענטישקייט פונעם בריוו פונעם מהר"ל איבער יצירת הגולם וואס איז געדרוקט געווארן דורך דעם חקל יצחק בשם זיין טאטע דער אמרי יוסף פון ספינקא.

עס איז מערקווידיג די צווייטע ליגנט וואס הרב לעהמאן באהאנדלט דארט איבער ר' חיים בלאכ'ס גניבה פון דורקען דעם בריוו אויף זיין אייגענעם נאמען, בקיצור הגונב מן הגנב.....

עס איז א גוט שטיקל לייענט און האט הנאה

געשריבן: מאנטאג ינואר 04, 2010 2:48 pm
דורך farshlufen
רעדט מען נישט דארט פון די חרסון'ע גניזה?

איני מבין ווי אזוי איינער האט בכלל געקלערט אז דאס איז דעם מהר"ל'ס שריפט, אני הקטן האב עס געזען אין א בליק.

געשריבן: מאנטאג ינואר 04, 2010 2:52 pm
דורך יוסלמאן
מיללער האט געשריבן:החוקר ר' שניאור לעהמאן שרייבט א לענגערע ארטיקל אויף ספרים בלאג, איבער די אוטענטישקייט פונעם בריוו פונעם מהר"ל איבער יצירת הגולם וואס איז געדרוקט געווארן דורך דעם חקל יצחק בשם זיין טאטע דער אמרי יוסף פון ספינקא.

עס איז מערקווידיג די צווייטע ליגנט וואס הרב לעהמאן באהאנדלט דארט איבער ר' חיים בלאכ'ס גניבה פון דורקען דעם בריוו אויף זיין אייגענעם נאמען, בקיצור הגונב מן הגנב.....

עס איז א גוט שטיקל לייענט און האט הנאה


אלץ א דזשעי נעט באניצער האב איך נישט קיין רעכט צו זעהן וואס ער שרייבט? אפשר קאפירט איר עס אהער?

געשריבן: מאנטאג ינואר 04, 2010 2:56 pm
דורך farshlufen
מיר וועלן אייך ברענגען בלויז דעם טעקסט:

The Letter of the Maharal on the Creation of the Golem: A Modern Forgery

By: Shnayer Leiman

For a related post by Dr. Leiman see "Did a Disciple of the Maharal Create a Golem."

I. Introduction

In 1923, Chaim Bloch (1881-1973), noted author and polemicist,1published a letter of the Maharal (d. 1609) that was previously unknown to all of Jewish literature.2 The letter, dated 1582 (or more precisely: Tuesday of parshat va-yera, [5]343), was addressed to R. Jacob Günzberg (d. 1615), Chief Rabbi of Friedberg in Hesse.3 Rich in content, the letter provides a lengthy and detailed account of why it was necessary for the Maharal to create a Golem, how he went about doing it, and the precise spiritual, psychological, and halakhic status of the created Golem. Bloch assured his readers that the letter was published from an original copy in his possession. In order to quell any doubts, he reproduced a facsimile of the Maharal’s autograph, as it appeared on the original letter.4

Bloch did not provide much detail about the letter’s whereabouts for the more than 300 years it apparently had been withdrawn from circulation and unknown. He thanks Rabbi Samuel Neuwirth of Vienna for his efforts in acquiring the letter and handing it over to Bloch for publication. Given that it was published together with a series of hasidic documents (including letters of the Baal Shem Tov), allegedly recovered from East European archives that had been plundered during World War I and its aftermath, the impression one has is that the Maharal letter belonged to these archives as well – though this is never explicitly stated by Bloch.5

In 1931, R. Yitzchok Eizik Weiss (d. 1944), the Spinka Rebbe,6 published the very same letter of the Maharal (without any mention of the prior Bloch publication) based upon -- what he believed to be -- an original manuscript in his possession. He appended it to the posthumous publication of his father's אמרי יוסף על המועדים7 . Although he gave no indication as to when or how the letter came into his hands, two witnesses provide us with some interesting detail.

The first witness, R. Yitzchok Weiss (d. 1942), Chief Rabbi of Kadelburg,8 in his אלף כתב, a book written primarily between 1927 and 1939 but published posthumously in 1997, includes the following entry:

The Gaon and Zaddik of Spinka informed me on Monday of [parshat] Hukkat-Balak, 7 Tammuz, 5682 [= 1922], that a manuscript written by the hand of the Maharal of Prague came into his possession. In it, he responded to R. Jacob Günzberg about the making of the Golem, how and why it was done, and whether the Golem will be included in the resurrection of the dead.9

Thus, we know that the letter reached the Spinka Rebbe no later than the beginning of July in 1922.

The second witness, R. Samuel Weingarten (d. 1987), noted scholar of Hungarian Jewry and religious Zionist,10 reported that he was present at the home of R. Hayyim Eleazar Shapira (d. 1937), the Munkatcher Rebbe, circa 1922-23, when two of the sons of the Spinka Rebbe [R. Yitzchok Eizik Weiss], R. Naftoli and R. Yisrael Hayyim, approached the Munkatcher Rebbe with a query. They carefully removed a manuscript from a large envelope and asked the Rebbe to examine it. It was a handwritten letter signed by the Maharal of Prague and it dealt with the creation of the Golem. They explained that a soldier who had been taken captive at the Russian front during the World War, and who had participated in the looting of government archives during the Russian revolution, had brought the letter to their father and was prepared to sell it to him for a stiff price. Since the Spinka Rebbe was not expert in Hebrew manuscripts, he sought the advice of the Munkatcher Rebbe. The latter examined the manuscript carefully for some fifteen minutes. He then asked that a magnifying glass be brought and he re-examined the manuscript. He concluded that it was worthless; it was a forgery. The sons thanked the rabbi and went on their way with the manuscript.11

In 1969, the very same letter of the Maharal was published once again by R. Zvi Elimelech Kalush of Bnei Brak.12 The title page of the volume assures the reader that the text of the letter was copied from the “original handwritten holy manuscript” penned by the Maharal of Prague himself. Kalush admits that he is simply reprinting the text published by the Spinka Rebbe in his father’s אמרי יוסף. Indeed, Kalush’s text incorporates all the misreadings and printers’ errors of the text as it appeared in the אמרי יוסף and, as often happens when type is reset, adds several new printers’ errors as well.13

Since the letter is often reprinted and quoted as an authentic letter of the Maharal, it is probably useful to list some of the reasons that led the Munkatcher Rebbe and others14 to declare that it is a forgery. In order to facilitate discussion of the evidence, the full text of the letter is printed below, with each line identified by number.

II. Letter of the Maharal1

געשריבן: מאנטאג ינואר 04, 2010 3:03 pm
דורך יוסלמאן
ישר כוח פארשלאפן.

געשריבן: דינסטאג ינואר 05, 2010 1:14 pm
דורך מאטעס
איך פארשטיי נישט, נישט דער חיים בלאך איז געווען דער וואס האט פארקויפט דעם בריוו פארן אמרי יוסף?

געשריבן: דינסטאג ינואר 05, 2010 2:55 pm
דורך מיללער
חיים בלאך האט פארויפט דעם בריוו אבער נישט בשם דעם אמרי יוסף

געשריבן: פרייטאג אפריל 23, 2010 12:51 pm
דורך scy4851
און ספרים בלוג איז דא א באשרייבונג איבער די זיופים פון חיים בלאך
http://seforim.blogspot.com/2010/04/mar ... bloch.html

געשריבן: מיטוואך מאי 05, 2010 11:16 am
דורך scy4851
און ספרים בלוג איז דא נאן אן ארטיקעל פון החוקר ר' שניאור לעהמאן בענין צו דער מהר"ל האט באשאפען א גולם צו נישט.
http://seforim.blogspot.com/2010/05/gol ... binic.html

געשריבן: מיטוואך מאי 05, 2010 1:15 pm
דורך ביקסאד
כ"ק אדמו"ר מטארלא ואב"ד דק"ק מאנטרעאל, צי"ע זיו הזהר ר' יהודה ב"ר ישראל יצחק ראזענבערג זצוק"ל
מגזע רבנו יהודה החסיד אשכנזי ב"ר שמוא' חזן הנביא ב"ר קלונימוס הזקן זיע"א

נעתק מפה

געשריבן: מיטוואך מאי 05, 2010 1:16 pm
דורך שטארק זיך
ווייסט עימיצער וואו מען קען קריגן א קאפיע פון חיים בלאך'ס זיוף, א בריוו פון ליובאוויטשער רבי'ן איבער רביה"ק מסאטמאר זי"ע?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 13, 2010 1:04 pm
דורך farshlufen