על ר' יהודא יודל ראזענבערג וחיבוריו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג יולי 17, 2008 4:03 pm

זיי מיר מוחל, האסט בכלל נישט פארשטאנען דעם טאהן פון מיין תגובה,
איך טרייב נישט קיין ליצנות,
the SCY is the limit

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג יולי 17, 2008 6:25 pm

הרב אלץ-ווייסער, ידעתי בני ידעתי. מיינט איר טאקע אז איך בין נישט קיין נייגעריקער מענטש? און מיינט איר טאקע אז איך האב זיך נישט אנגעליינט אין מיינע בחורישע יארן איבער דעם אמיתיות הגולם? איך האב דאך אייך צוגעצייכנט דאס ספר'ל (וואס דער מו"ל איז גראדע געווען א בן דורו פון דעם ר' יודא'ן) וואס איך האב אמאל געליינט, און יענער גראדע האלט אויך קליפ און קלאר אז דער גאנצער גולם איז נישט מער ווי א בובע מעשה פון הרב ראזנבערג'ן.

אלנספאל, צוריק צו די הגדה
*

וואס גיאות פון איין ווארט קען אלץ ברענגען... בני היכלא מיין פריינד, דו האסט אן אנונג נישט וואס דו האסט געמאכט מיט מיר! ליינענדיג דיין תגובה בין איך געלאפן צו היברו בוקס, זיך אויפגעזוכט אן אלטן 'גבורות' (אן די הגדה בלויז דעם חיבור), און איך בין דאס דורך פרק לפרק זוכנדיג דעם שטיקל פון פתיחת הדלת (כ'האב נישט געטראסט דעם סוירטש, אמער איך מוז דאך זיין גערעכט...) און גארנישט! אן קיין רחמנות! איך בין אנגעקומען לסוף פרק ס"ד וואו ער רעד פון כוס שלישי ורביעי והלל, און לחרפתי האט מיר דאס ביטערע מציאות געקלאפט אין פנים; ער דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן דעם שפוך חמתך טירל! איך בין גליקליך צו קענען אויסשרייען:

"איר זיינט שוין צום וויפלטן מאל ווידער גערעכט!"

דער רבי ברענגט טאקע בלויז דאס וואס ס'שטייט אין דעם ר' יהודה יודלס אויסגאבע! טאקע א פלא, גלייב מיר אז איך זאג דיר פלא איז פלא. די הגדה האט ר' יודא געדרוקט תרס"ה, דער רבי איז שוין דאן געווען א אינגערמאן נאך די חתונה, איז טייטש ער האט אים געטראסט מחמת ריחוק המקום אדער איז אים נישט אין חלום געקומען אז דא קען זיין פארשטעקט א זיוף?

דער באקאנטער חוקר לספרי קבלה, וגרשום שלום שמו, ער בעארבעט דאס ערגעץ אין די סיני אויסגאבן (אין די יו"ד יארן ערגעץ) און כ'מיין אז ער איז דער גאנצער אויפטרעפער פונעם זיוף. א זוך אויף רב גוגלען האב איך געזען, אז א געוויסער 'בענעדיקט' איינער, האט דאס אויך בעארבעט, אבער הערשט מיט יארן שפעטער, אין די מ"ם יארן.
*

און יא, מיט יארן צוריק ווען איך האב געלערנט מס' נדרים, איז מיר אויסגעקומען א צוויי דריי מאל אריינצובליקן אין זיין "ידות נדרים", ער איז נישט שלעכט...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 17, 2008 6:36 pm

אין א פריוואטן שמועס מיט ר' שמחה ידידינו צו דער לשון לימודים באלאנגט אין אוצר אדער נישט, האב איך אים מגלה געווען דעתי אז אפי' עס איז ר' יודל'ס אייגענע חידושים, נו ווי איז נישטא קיין 'ידות נדרים'? וכוונתי לדברי זרח בזה.

דאס איז חוץ דעם וואס דער רבי ברענגט עס למעשה אויך.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג יולי 17, 2008 7:33 pm

אלעקסיי
מערק אויף וואס זארעכ שרייבט דא
זארעכפעפער האט געשריבן:דער רבי ברענגט טאקע בלויז דאס וואס ס'שטייט אין דעם ר' יהודה יודלס אויסגאבע! טאקע א פלא, גלייב מיר אז איך זאג דיר פלא איז פלא. די הגדה האט ר' יודא געדרוקט תרס"ה, דער רבי איז שוין דאן געווען א אינגערמאן נאך די חתונה, איז טייטש ער האט אים געטראסט מחמת ריחוק המקום אדער איז אים נישט אין חלום געקומען אז דא קען זיין פארשטעקט א זיוף?

דער באקאנטער חוקר לספרי קבלה, וגרשום שלום שמו, ער בעארבעט דאס ערגעץ אין די סיני אויסגאבן (אין די יו"ד יארן ערגעץ) און כ'מיין אז ער איז דער גאנצער אויפטרעפער פונעם זיוף. א זוך אויף רב גוגלען האב איך געזען, אז א געוויסער 'בענעדיקט' איינער, האט דאס אויך בעארבעט, אבער הערשט מיט יארן שפעטער, אין די מ"ם יארן.
*
איך זאג נאכאמאל, אז אויב די האסט אריין געלערענט און מיינע ווערטער אז איך מאך ליצנות,
האסטו נישט אהנגעפאנגען פארשטיין מיין תגובה

ובזה ענדיג איך מיין טייל נעמען און דעם נושא
the SCY is the limit

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » פרייטאג יולי 18, 2008 11:52 am

גם אני אצטרף עם דברי הרבני החסיד מוה"ר ר' שמחה, להצדיק האי צדיק דמעיקרא, ומעיד אני עליו שמים וארץ, שלא הי' כוונתו כלל וכלל לשום סרך ואבק של ליצנות, ואין דרכו בכך מעולם, ובפרט בהאי ענינא שאנו עוסקין בו לברר מקחו של צדיק, ה"ה רבינו הקדוש מסאטמאר זצ"ל, ואם באיזה אופן שיהי' נראה לאחד מהחברים החשובים, שהי' בזה נדנוד של ליצנות, אסהידו בי' בר' שמחה דחף הוא מפשע, ולא עלה על דעתו מעולם, והוא טעות גמור, וה' הטוב יאמר לדבק טוב, מצא שמחה מצא טוב, והוא רחום יכפר, שגיאות מי יבין מנסתרות נקני, ובזה יצאתי ידי חובתי.

אזוי ווי עס איז שוין מבורר געווארן, אז דער רבי ברענגט טאקע פון "מהר"ל'ס הגדה" וואס ר' יודל האט ארויסגעגעבן, וועל איך נאכאמאל איבער'חזר'ן מיינע ארימע רייד.

דער סאטמאר רב האט אנדערש געהאלטן, והא ראי' ער ברענגט עס אראפ בשם המהר"ל, און ער איז נאך געווען אזוי קלוג ווי די אלע חוקרים ופוקרים, און ער האט געוואוסט ווער יודל ראזענבערג איז געווען. און דאך האלט ער אז ס'איז דער מהר"ל, איך מיין אז ער האט נאך אזוי פיל רעכט ווי די חברה צו זאגן א מיינוג דערויף, און אלס גרעסטער גדול בתורה ובצדקות צווישן די אלע חוקרים אויפן נושא, וועל איך פארשטייט זיך אננעמען זיין דעה דא.


אז גרשם שלום'ס נאמען איז שוין ארויפגעקומען, האלט איך אז דער אפיקורוס און פרייער כופר, וואס האט שטודירט און פראפעסיאנירט קבלה, בטומאתו, איז בכלל נישט קיין דעה זאגער ווען עס קומט צו א חיבור פון א קדמון, צי ס'איז ווירקליך יענעמ'ס צי נישט, ער קען האבן וויפיל קשיות ער וויל, ער פארשטייט נישט דערצו, און פערטיג, דאס באלאנגט פאר גדולי עולם דן צו זיין דערין, יעדע קשי' קען האבן א תשובה, צי מען ווייסט עס יא צי נישט.

ניין
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 16, 2007 10:14 pm

תגובהדורך ניין » מאנטאג יולי 21, 2008 12:29 am

זארעכפעפפער האט געשריבן:הרב אלץ-ווייסער, ידעתי בני ידעתי. מיינט איר טאקע אז איך בין נישט קיין נייגעריקער מענטש? און מיינט איר טאקע אז איך האב זיך נישט אנגעליינט אין מיינע בחורישע יארן איבער דעם אמיתיות הגולם? איך האב דאך אייך צוגעצייכנט דאס ספר'ל (וואס דער מו"ל איז גראדע געווען א בן דורו פון דעם ר' יודא'ן) וואס איך האב אמאל געליינט, און יענער גראדע האלט אויך קליפ און קלאר אז דער גאנצער גולם איז נישט מער ווי א בובע מעשה פון הרב ראזנבערג'ן.


דער גולם איז זיכער נישט אויפגעטראכט געווארן פון ר' יודלען, ער האט נאר זיך צוגעכאפט צו די טעמע און מיט זיין מורא'דיגן כח הדמיון האט ער ארויפגעבויעט אויף אים מעשיות אויף מעשיות אז דער דור זאל זיך האבן מיט וואס צו באלעקן. אבער דעם עצם גולם – אויב איז עס אויפגעטראכט – האט נישט ר' יודל דאס ערפינדן.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מאנטאג יולי 21, 2008 1:04 am

יא מסכים מיט הרב ניין

ס'איז קלאר אז מען האט געגלייבט אינעם גולם נאך אסאך פאר ר' יודא'ס ביך איז ערשינען, און די משכילים האבן שוין חוזיק געמאכט פונעם גולם פופציג יאר פאר ר' יודל'ס ביך.

נאך איז קלאר אז דער מהר"ל האט זיך משתמש געווען מיטן ספר יצירה ס'ווערט געברענגט אין כמה מקומות, ס'קען זיין אז ער האט מיט ספר יצירה באשאפון א עיגלא תילתא יעדן ערב שבת, אבער מסתבר איז אז דאס וואס מען גלייבט אין גולם און דאס וואס דער מהר"ל האט זיך משתמש געווען מיטן ספר יצירה האבן שייכות.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג יולי 21, 2008 10:21 am

בענין דעם גולם.
דא האט עטס א לינק and take it for what it's worth

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=16274&pgnum=1
the SCY is the limit

אוועטאר
אשר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 03, 2008 7:09 am
לאקאציע: ירושלים

תגובהדורך אשר » זונטאג יולי 27, 2008 11:20 am

ווען דער סאטמאר רבי בעל "ויואל משה" זי"ע איז געווען אמאל אין ארץ ישראל, האט ער דאן געהאט א שטיקל וויכוח מיט איינעם פון די רבנים הציונים, יענער האט געפרעגט דעם רבין פארוואס ער איז אזוי שארף קעגן די ציונים, עס איז דאך באוואוסט די מעשה פון דעם בארדיטשוב'ער רב זי"ע וואס האט אמאל געזעהן ווי א דארפישער איד שמירט די רעדער פון וואגן אנגעטוהן מיטן טלית ותפילין, האט דער בארדיטשובער רב אויפגעהויבן זיינע הייליגע הענט צום הימל און געזאגט, רבוש"ע זעה נאר ווי די אידן האבן דיר אינזינען, אפילו ווען זיי שמירן די רעדער פון וואגן גייען זיי אנגעטוהן מיט טלית ותפילין. אזוי אויך - האט דער רב הציוני געטענה'ט פארן רבי'ן - מען דארף זאגן נאר לימוד זכות אויף אידן, און נישט רעדן אזוי שארף אויף זיי.

האט דער רבי זי"ע אים געענטפערט, דו מיינסט אז דער בארדיטשובער רב האט דאס געזאגט פאר יענעם איד, ניין, דאס האט ער געזאגט פארן באשעפער, אבער פאר יענעם איד האט ער אים גוט אפגעוואשן: געוואלד! ווי דערוואגט זיך א איד צו שמירן די רעדער בשעת ער גייט אנגעטוהן מיט טלית ותפילין.

נאכדעם וואס יענער רב הציוני איז אוועק, האט דער רבי זי"ע געזאגט מיט א שמייכל: "דאס האב איך אים געענטפערט, אבער אין דער אמת'ן די מעשה הייבט זיך גארנישט אן, א לץ האט דאס אויסגעטראכט". עד כאן.

אצינד, דער מקור המעשה פון בארדיטשוב הנ"ל שטייט אין די מעשה ביכל בשם "מליצי יושר" פון ר' יודל הנ"ל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 28, 2008 1:36 pm

א גוטן ר' אשר,

סיי די מעשה מיט רבי'ן ז"ל אין אר"י און די מקור הסיפור איבער דעם בארדיטשובער זענען מיר געווען ניי און און באלערנד, תשוח"ח לך פארן מזכה זיין את הרבים מידיעתך שחנן ה' אותך.

למעשה איז פונעם באדיטשובער פארהאן גאר אסאך אזעלכע מעשיות מליצות יושר דערפון איז דא געדרוקט אינעם קדושת לוי אויך, די שאלה איז וועלכע פון די מעשיות האבן א מקור מוסמך?

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מאנטאג יולי 28, 2008 4:39 pm

די רבי רעדט שוין פון אזוי ענליכע קדושת לוי אין ספרו הק' ויואל משה.

איך האב אמאל געהערט פון עמיצען, אז ווארשיינליך איז דער רבי יודל נישט געווען אזא בר הכי צו קענען אליינס מזייף זיין א גאנץ הגדה, אלא מאי האט ער אפשר געפונען אביסל כתבים פונעם מהר"ל אדער איידעם, נאר ער האט עס צוגעפוצט וגורעין ומוסיפין ודורשין. ואם כן שפיר אפשר לומר אז די שטיקל וואס די רבי ברענגט נאך זאל יא זיין אמת, הגם עס איז קלאר און ברור כשמש אז ר' יודל'ס חיבורים זענען מזויף מתוכו (וואס ווער עס וועט אדורכליינען אפילו נאר א הטלבע מאל די חיבור איבער די גולם וועט נישט האבן קיין צל ספק דערין).
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוגוסט 03, 2008 2:07 pm

איך האב לעצטענס געליינט ביי ספרים בלאג: http://seforim.traditiononline.org/inde ... te-a-Golem איבער די היסטאריע פונעם גולם, שרייבט דארט דער מומחה אז מאנכע האבן געוואלט פרארענטפערן די לעגענדע אז נישט דער מהר"ל האט באשאפן א גולם נאר זיינס א תלמיד וועלכער איז באקאנט געווען אלס 'ר' אליהו בעל-שם פון כעלם' וועלכער איז געווען דער זיידע פון ר' יעקב עמדין און דער יעב"ץ ברענגט אראפ דעם יצירת הגולם.

ווייזט אבער יענער אן אז למעשה איז געווען צוויי רבנים מיט דעם זעלבן נאמען און אפי' דאס איז אויך נישט אמת ווייל ר' יעקב עמדינ'ס זיידע איז נישט געווען דער תלמיד פונעם מהר"ל און ער האט באשאפן א גולם, אבער דער דערמאנטער תלמיד פונעם מהר"ל נישט.

בקיצור, די היסטאריקער האבן נאך עד היום וואס צו פארשן אין די פארטונקלטע פרשה.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מאנטאג אוגוסט 04, 2008 4:38 pm

פונעם היסטאריקער ר' ישכר דוב פעטמאן ז"ל שמעתי אי פעם, אז לויט זיינע ידיעות (און השערות), איז יא געווען א גולם (מער ווי איינס...), אבער נישט פון די מהר"ל מפראג, נאר פון עפעס א פריערדיגע מהר"ל, און די וועלט האט אויפגעמישט צעווישען ביידע.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג אוגוסט 04, 2008 5:21 pm

מעדארף פארענטפערען, וואס איז דער בריף פונעם מהר"ל צי ר' יעקב גינצבערג ז"ל דער פריעדבערגער רב, וואס דער אמרי יוסף האט מעתיק געווען , און איך האב אויווען געברענקט א לינק דערצו.
דער ר' יעקב איז געווען א בן דורו פונעם מהר"ל, און איך האב ערגעטץ אמאל געליינט אז ער איז געווען א ווייטער קרוב צום מהר"ל

איז דער בריף געווען א געפעלטשטער מתחילתו?
פון וויא האט דער אמרי יוסף געהאט דער בריף?
the SCY is the limit

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21968
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוקטובער 05, 2008 12:29 pm

אין ניי ערשינענעם קובץ "אור ישראל תשרי תשס"ט ווייזט אויף א שרייבער הרב יעקב חיים סופר פון ירושלים, אז א הסכמה פון "שדי חמד" געדרוקט אין ראזענבערג'ס ספר "זהר תורה" הגם ס'איז גאר גוט נאכגעמאכט מיטן סגנון און לשון, איז עס אינגאנצן מזויף מתוכו, א שטארקע ראי' ברענגט ער פון דעם וואס ער באטיטעלט דארט דעם חיד"א " האזולאי", וואס מ'טרעפט נישט און ערגעץ אז דער שדי חמד זאל אים אזוי אנרופן, דאס איז נאר א טיטל וואס מ'טרעפט צווישן אשכנזים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » זונטאג אוקטובער 05, 2008 8:30 pm

די זעלבע זאך האב איך געליינט אין קובץ עץ חיים באבוב פון א צווייטע שרייבער

אגב, הרב יעקב חיים סופר איז נישט סתם א שרייבער, נאר גאר א חשובע תלמיד חכם, און ער האט שוין ארויסגעגעבן צענדעליגע ספרים (רוב פון זיי געפונען זיך אין אוצר החכמה)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 15, 2008 12:28 pm

תגובהדורך מאטעס » דאנארשטאג אוקטובער 16, 2008 3:59 pm

אויך האט דער רב יידל ארוסגעגעבן א תרגום פון דעם 'זהר' אויף לשה"ק, מען דערציילט אז גייענדיג נעמען הסכמות אויף דעם תרגום איז ער אנגעקומען צום 'ראדזינער' דער בעל התכלת זצ"ל און ער האט אים געבעטן א הסכמה, האט אים דער ראדזינער געזאגט ער זאל קומען אויפמארגן וועט ער אים געבן א הסכמה, אויפמארגן געט דער ראדזינער א הסכמה געשריבן אינגאנצן אויף 'פויליש' אפילו די תוארים וכדו' איז געווען אויף פוליש, זאגנדיג עם האט אזוי קוקט אויס א 'תרגום' אויפן זהר
כאילו הוא נושה על הצלחת ובעל חוב על הקלחת.. (ר"י אלחריזי)

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » פרייטאג אוקטובער 17, 2008 1:38 pm

נאכגעקוקט און קאנפירמירט, אין קובץ אור ישראל איז דא א בריוו, וואו איינער וויל מצדיק זיין די ארטסקראהל גמרות, ברענגענדיג ראיות פון די הסכמות אויפן חיבור התרגום על הזוהר, נישט וואוסענדיג אז אלעס איז פשוט און פראסט געפעלשט, און ער באטיטולט נאך הר"י רז"ב מיט טיטלען שאין כדוגמתו, וואס ער האט זיך אליינס באטיטולט אין די געפעלטשעט הסכמות.

אין קובץ עץ חיים איז טאקע דא די בירור איבער די פעלשערייען פון הר"י רז"ב.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 9:43 am

B"H
1ST you should know that rab yudel was a tzadik fin a yid BEISO HOYU PUSIACH FAR YEDEN YID.
about his seforim the best articals are.
hagudas mahara"l from rabbi avrum benedickt rosh yeshivas chug chasam sofer in bnei berak.
inthe the end there is a very good maamar.
also my freind rab shneier lyman in yarchon tradition.
take it from there and you will know evry thing.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 10:31 pm

badatz האט געשריבן:B"H
1ST you should know that rab yudel was a tzadik fin a yid BEISO HOYU PUSIACH FAR YEDEN YID.
about his seforim the best articals are.
hagudas mahara"l from rabbi avrum benedickt rosh yeshivas chug chasam sofer in bnei berak.
inthe the end there is a very good maamar.
also my freind rab shneier lyman in yarchon tradition.
take it from there and you will know evry thing.

איבערטייטש פון דעם בית דין צדק'ס ווערטער:
ערשט זאלסטו וויסן אז ר' יודל איז געווען א צדיק פון א איד "ביתו היה פתוח פאר יעדן איד"
איבער זיינע ספרים: די בעסטע ארטיקלן זענען "הגדת מהר"ל" פון הרב אברהם בענעדיקט ראש ישיבת חוג חתם סופר אין בני ברק, אין די ענדע איז דא גאר א גוטע מאמר, אויך מיין פריינט ר' שניאור ליימאן אין ירחון טראדישאן (?), נעם עס פון דארט און דו וועסט אלעס וויסן.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 9:54 pm

און דעם קומענדיגען מאמר איז דא א לינק צי דעם ירחון TRADITION מאמר פון דעם ר' ליימאן וואס דער בית-דין צדק האט ערווענט. (ביי מיר ארבעט נישט דער לינק)
http://seforim.traditiononline.org/inde ... te-a-Golem

דא איז נאך א מאמר בזה הענין
http://seforim.traditiononline.org/inde ... -Dr-Leiman
the SCY is the limit

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך פאברואר 25, 2009 4:09 am

פאר נאך א אפהאנדלונג איבער דעם איש נושא האשכול פעלו ויצירותיו, לעזט דא.
ועמך כולם צדיקים

צורבא מרבנן
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 1:47 pm

תגובהדורך צורבא מרבנן » מיטוואך פאברואר 25, 2009 5:20 am

ר' יודל ראזענבערג האט געדריקט אסאך ספרים, ער האט איבערגארבעט די גאנצע זוהר הקדוש אין עס אויסגעטייטשט אויף לשון הקודש אויך האט ער זיך אסאך געשריבן מיטן גאון השדי חמד זצ"ל ס' רפאל המלאך עס איז דא פון איהם זייער אסאך אייניקלעך זיי זענען אלע יר"ש תמימותדיגע מענטשן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21968
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 09, 2009 2:49 pm

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 09, 2009 2:56 pm

פארשלאפן,
איך האב דעם סייט אראפגעברענגט אינעם ערשטן בלאט פון דעם אשכול, עס איז כדאי אנצומערקן אז ר' ברוך אמסעל האט באדיבות ר' אהרן בראדי נכד ר' יהודה יודל ארויפגעשטעלט די מצבה פון ר' אהרן אלימלך ב"ר יהודה יודל ראזענבערג שו"ב.
צוגעלייגטע
aaron-rosenberg.jpg


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט