דינסטאג ינואר 18, 2011 8:47 am
מאטעס האט געשריבן:אויך האט דער רב יידל ארוסגעגעבן א תרגום פון דעם 'זהר' אויף לשה"ק, מען דערציילט אז גייענדיג נעמען הסכמות אויף דעם תרגום איז ער אנגעקומען צום 'ראדזינער' דער בעל התכלת זצ"ל און ער האט אים געבעטן א הסכמה, האט אים דער ראדזינער געזאגט ער זאל קומען אויפמארגן וועט ער אים געבן א הסכמה, אויפמארגן געט דער ראדזינער א הסכמה געשריבן אינגאנצן אויף 'פויליש' אפילו די תוארים וכדו' איז געווען אויף פוליש, זאגנדיג עם האט אזוי קוקט אויס א 'תרגום' אויפן זהר
מאנטאג ספטמבר 05, 2011 12:11 am
א טענצל! האט געשריבן:מאטעס האט געשריבן:אויך האט דער רב יידל ארוסגעגעבן א תרגום פון דעם 'זהר' אויף לשה"ק, מען דערציילט אז גייענדיג נעמען הסכמות אויף דעם תרגום איז ער אנגעקומען צום 'ראדזינער' דער בעל התכלת זצ"ל און ער האט אים געבעטן א הסכמה, האט אים דער ראדזינער געזאגט ער זאל קומען אויפמארגן וועט ער אים געבן א הסכמה, אויפמארגן געט דער ראדזינער א הסכמה געשריבן אינגאנצן אויף 'פויליש' אפילו די תוארים וכדו' איז געווען אויף פוליש, זאגנדיג עם האט אזוי קוקט אויס א 'תרגום' אויפן זהר
שטימט נישט אינגאנצן, די "זהר תורה" איז ארויסגעקומען ווען ער האט שוין געוואוינט אין קאנאנדא און דארט משמש געווען ברבנות. ס'איז גראדע אינטרעסאנט ווי אנפאנג פון די ספרים "זהר תורה" (אין יעדן באנד עקסטער) איז אריינגעדרוקט א בילד פונעם מחבר. אויך האט ער א הסכמה דערויף פון הר' קוק
מאנטאג נובמבר 07, 2011 6:33 pm
מיטוואך דצמבר 07, 2011 6:26 am
מיטוואך דצמבר 07, 2011 8:04 am
מאנטאג דצמבר 12, 2011 4:42 pm
זארעכפעפער האט געשריבן:הרב אלץ-ווייסער, ידעתי בני ידעתי. מיינט איר טאקע אז איך בין נישט קיין נייגעריקער מענטש? און מיינט איר טאקע אז איך האב זיך נישט אנגעליינט אין מיינע בחורישע יארן איבער דעם אמיתיות הגולם? איך האב דאך אייך צוגעצייכנט דאס ספר'ל (וואס דער מו"ל איז גראדע געווען א בן דורו פון דעם ר' יודא'ן) וואס איך האב אמאל געליינט, און יענער גראדע האלט אויך קליפ און קלאר אז דער גאנצער גולם איז נישט מער ווי א בובע מעשה פון הרב ראזנבערג'ן.
אלנספאל, צוריק צו די הגדה
*
וואס גיאות פון איין ווארט קען אלץ ברענגען... בני היכלא מיין פריינד, דו האסט אן אנונג נישט וואס דו האסט געמאכט מיט מיר! ליינענדיג דיין תגובה בין איך געלאפן צו היברו בוקס, זיך אויפגעזוכט אן אלטן 'גבורות' (אן די הגדה בלויז דעם חיבור), און איך בין דאס דורך פרק לפרק זוכנדיג דעם שטיקל פון פתיחת הדלת (כ'האב נישט געטראסט דעם סוירטש, אמער איך מוז דאך זיין גערעכט...) און גארנישט! אן קיין רחמנות! איך בין אנגעקומען לסוף פרק ס"ד וואו ער רעד פון כוס שלישי ורביעי והלל, און לחרפתי האט מיר דאס ביטערע מציאות געקלאפט אין פנים; ער דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן דעם שפוך חמתך טירל! איך בין גליקליך צו קענען אויסשרייען:
"איר זיינט שוין צום וויפלטן מאל ווידער גערעכט!"
דער רבי ברענגט טאקע בלויז דאס וואס ס'שטייט אין דעם ר' יהודה יודלס אויסגאבע! טאקע א פלא, גלייב מיר אז איך זאג דיר פלא איז פלא. די הגדה האט ר' יודא געדרוקט תרס"ה, דער רבי איז שוין דאן געווען א אינגערמאן נאך די חתונה, איז טייטש ער האט אים געטראסט מחמת ריחוק המקום אדער איז אים נישט אין חלום געקומען אז דא קען זיין פארשטעקט א זיוף?
דער באקאנטער חוקר לספרי קבלה, וגרשום שלום שמו, ער בעארבעט דאס ערגעץ אין די סיני אויסגאבן (אין די יו"ד יארן ערגעץ) און כ'מיין אז ער איז דער גאנצער אויפטרעפער פונעם זיוף. א זוך אויף רב גוגלען האב איך געזען, אז א געוויסער 'בענעדיקט' איינער, האט דאס אויך בעארבעט, אבער הערשט מיט יארן שפעטער, אין די מ"ם יארן.
*
און יא, מיט יארן צוריק ווען איך האב געלערנט מס' נדרים, איז מיר אויסגעקומען א צוויי דריי מאל אריינצובליקן אין זיין "ידות נדרים", ער איז נישט שלעכט...
דינסטאג ינואר 10, 2012 12:33 am
זונטאג מרץ 11, 2012 9:10 am
זונטאג מרץ 11, 2012 9:16 am
זונטאג מרץ 11, 2012 1:48 pm
זונטאג אפריל 22, 2012 5:36 pm
מאנטאג אפריל 30, 2012 11:51 pm
דינסטאג מאי 01, 2012 5:35 am