בלאט 19 פון 23

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 07, 2014 1:47 pm
דורך אידישעהיסטאריע
ווייסט איינער ווער ס'שטייט אונטער די גליון "דברים טובים" און ווער דער בעל "דברים טובים" איז ?

גליונות אויף שבת ויו"ט

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 13, 2014 9:48 am
דורך דע מה שתשיב
איך קוק אויף 'לדעת' און איך זע אן ערך פון פיר הונדערט גליונות וועכנטליך. איך וויל ארויספרינטן צען אויף יום טוב, וועלכע וואלט איר מיר געראטן צו אויספרובירן? אויב האט איר ערפארונג אין דעם ענין, ביטע לאזט מיר וויסן. [און אויב האט איר שוין ארויסגעפרינט בעפאר שבת הגדול, און געטראפן עפעס גאר אינטערעסאנט - איז נאך בעסער.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 13, 2014 10:46 am
דורך קנאפער ידען
ברויכסט דאך זאגן פון וועלכע סארט די זוכסט, אידיש אדער לשה"ק, נאר ווערטעל אדער אויכעט סיפורים וכדו'.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 13, 2014 10:48 am
דורך דע מה שתשיב
איך זוך עפעס פאר מיר, און עפעס פאר מיינע קינדער.
פאר מיר אין לשה"ק, אבער א גוטע זאך וואלט איך אויך געליינט אין אידיש. פאר מיינע קינדער, אין אידיש כמובן.
אבער איך זוך נישט קיין צענדליגער אויסגאבע, וואס זאלן מיר אנווארפן דאס הויז מיט שמות, פארוועלכע איך האב קוים יעצט געצאלט א פעפעריגע פרייז זיי צו גונז זיין.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 13, 2014 10:59 am
דורך קנאפער ידען
פון די לשה"ק'דיגע האב איך זייער הנאה פון:
דברי תורה - בעלזא,
חזקו ונתחזקה - בידערמאן,
פאר די קינדער אין אידיש וואלט איך רעקאמענדירט:
די מדרש דערציילט - גראדער אייוועלט,
ביים שבת טיש - ר' לייבוש ליש,
א טעם אין יו"ט

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 13, 2014 11:02 am
דורך דע מה שתשיב
'דער מדרש דערציילט' זע איך נישט אויף 'לדעת'

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 13, 2014 11:03 am
דורך קנאפער ידען
דע מה שתשיב האט געשריבן:'דער מדרש דערציילט' זע איך נישט אויף 'לדעת'

ניין, עס איז נישט דארט, דערפאר האב איך אהערגעשטעלט א לינק צו קאפי.קאם.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 13, 2014 11:05 am
דורך קנאפער ידען
פאר עטוואס עלטערע קינדער איז אויכעט זייער אינטערסאנט און באלעדנד דער גליון 'שערי מדע' [כאטש עס האט גארנישט מיט פסח].

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 13, 2014 1:33 pm
דורך דע מה שתשיב
איך זע אז דער עולם דא גייט נישט פאר קיין גליונות

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 23, 2014 3:04 am
דורך כתר ישועה
צווישן די גליונות פון בית מרדכי איז יעצט געווען א גליון אן קיין נאמען [ארענדש קאלער] אין דארט א ליקוט בענין "מקלכם בידכם" ענין פון א שטעקן, שטטיט דארט אבער אז סאיז מאמר ב', האט עמיצער אפשר מאמר א' ?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 23, 2014 6:48 am
דורך קנאפער ידען
לייג א פיקטשער, וועט מען קענען פרובירן זען וואס עס איז.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 23, 2014 7:02 am
דורך דע מה שתשיב
נאך אזא רייכער יו"ט ווי פסח, קען איך שוין אריינווארפן מיינע צוויי צענט איבער די גליונות:
איך האב זייער ליב געהאט - לויט דער סדר וויאזוי איך האב זיי געליינט:
'דער אוצר' - היינטיגע מעשיות.
'השגחה פרטית' מעשיות - פשוטו כמשמעו
'שבת טיש' - פיר זייטן אין לשה"ק, מיט נקודות
'ביים שבת טיש' - לייביש ליש, געוואלדיג שיין נאכצודערציילן פאר קינדער
'א טעם אין יו"ט' - שיינע תוכן לכבוד יו"ט
'שערי מדע' - אינטערעסאנטע ידיעות
'עין יפה' - איבער שמירת עינים

מעגליך אז איך האב אויסגעלאזט איין אדער צוויי גליונות, אבער איך מיין אז דאס איז עס.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 23, 2014 8:11 pm
דורך פ' לך לך
כתר ישועה האט געשריבן:צווישן די גליונות פון בית מרדכי איז יעצט געווען א גליון אן קיין נאמען [ארענדש קאלער] אין דארט א ליקוט בענין "מקלכם בידכם" ענין פון א שטעקן, שטטיט דארט אבער אז סאיז מאמר ב', האט עמיצער אפשר מאמר א' ?


עס קומט פון די גליון 'א טעם אין יוט' פון פארגאנגענע יארן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:49 am
דורך דע מה שתשיב
כתר ישועה האט געשריבן:צווישן די גליונות פון בית מרדכי

וואס זענען די גליונות פון 'בית מרדכי' - אויב איינער קען מיר ערקלערן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 8:29 am
דורך פ' לך לך
א קונטרס גליונות וואס ווערט פארטיילט אין ביהמד בית מרדכי קרית יואל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 11:07 am
דורך שעפעלע
ווייסט איינער צו מען קען באקןמען די גליונות פון ר' וועלויל שמעלצער אויף אימעיל?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 3:22 pm
דורך דע מה שתשיב
איך בין יעצט געווען אויף 'לדעת', זע איך דארט נישט 'דער אוצר' און נישט 'שערי מדע'. בערך ווען גייען די זאכן ארויף?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 3:23 pm
דורך דע מה שתשיב
אויך דער גליון פון 'השגחה פרטית' איז נאכנישטא.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 25, 2014 7:36 am
דורך דע מה שתשיב
זשאסט געקריגן פון איינעם:
וועלוול שמעלצער'ס גליונות קען מען קריגן אויף taaminshabbos@gmail.com, און "דער אוצר" קומט ארויס נאר איינמאל אין צוויי וואכן. "השגחה פרטית" איז נישט דא די וואך, "שערי מדע" קומט ארויס זייער שפעט - געווענליך דאנערשטאג שפעט ביינאכט אדער פרייטאג צופרי.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 25, 2014 10:40 am
דורך knowledge
שערי מדע איז שוין דא, עס קומט געווענליך ארויס דארנשעטאג באמצע הלילה

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 25, 2014 11:26 am
דורך והמבין יבין
דע מה שתשיב האט געשריבן:אויך דער גליון פון 'השגחה פרטית' איז נאכנישטא.

וואס איז די אימעיל ?

אהן א קאפ...

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 25, 2014 11:40 am
דורך משה הקטן
איך זיך זייער וויכטיג א גליון וואס איז ארויסגעקומען אויף א שבת התוועדות. וואס ליגט מיר אין קאפ איז די גליון וואס איז ארויסגעקומען ביי די שבת התוועדות פון אב"ד סאטמאר (מהר"א) וויליאמסבורג, איינער האט עס אפשר? אדער אפשר ענליכס?
יישר כח ותזכו למצות

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 25, 2014 12:34 pm
דורך ניגון עתיק
והמבין יבין האט געשריבן:
דע מה שתשיב האט געשריבן:אויך דער גליון פון 'השגחה פרטית' איז נאכנישטא.

וואס איז די אימעיל ?

Yeshmanhig@gmail.com

סתם בדרך אגב, אן עצה טובה וואס קומט מיר צוניץ צו טרעפן אינטערעסאנטע גליונות

ווען מ'סארט עס לויט "כמות הורדות" געווענליך איז די ערשטע פאר שורות גליונות די אינטערעסאנטסעט, (כ'רעד פרייטאג נאכמיטאג ווען ס'שוין געווען גענוג צייט אז די קענער'ס זאלן עס נעמען)

צו ווייסט איינער אויב דער גליון "אבות שמועסן מיט די קינדער" איז פרישע סחורה, אדער די זעלבע פון פאראיאר?

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 25, 2014 12:39 pm
דורך לכאורה
היי יאר גייט ער ווייטער אין פרק א', גרייט אן חומר פאר חלק ב' פון דעם ספר. עס איז א פרישע גליון.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 27, 2014 7:56 am
דורך כתר ישועה
פ' לך לך האט געשריבן:
כתר ישועה האט געשריבן:צווישן די גליונות פון בית מרדכי איז יעצט געווען א גליון אן קיין נאמען [ארענדש קאלער] אין דארט א ליקוט בענין "מקלכם בידכם" ענין פון א שטעקן, שטטיט דארט אבער אז סאיז מאמר ב', האט עמיצער אפשר מאמר א' ?


עס קומט פון די גליון 'א טעם אין יוט' פון פארגאנגענע יארן

יישר כחכם, האט איר אפשר חלק א' אין באזיץ ?